☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » סך הכל איבער די אשכולות ארום די אפשאצונג אויפען ש''ס הנהגה

סך הכל איבער די אשכולות ארום די אפשאצונג אויפען ש''ס הנהגה

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4991

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:05 pm

· #157300
סך הכל איבער די אשכולות ארום די אפשאצונג אויפען ש''ס הנהגה
אז איר העט א בליק טאן אויף די פילע געהענגליך דא אין שטיבעל איבער די נושא און בליק אויף די פירעשאפט פון ש''ס אצינד ווען זיי האבען פארלוירען איר פירער וואס פילע האבען דא פארגאסען אסאך טינט און בלוט אפצושאצען
הן מצד די פארלוסט

הן מצד זיין פערזענליכקייט

הן מצד זיין הנהגה ועוד ועוד

איז סך הכל די מסקנא אז מ'קוקט אויף אים צו מיט די סאטמאר'ע (ליין: תורה'דיגע) בליק איז ער יא פארעכנט אלס א גדול וענק אדער גאר פארקערט די צד המנגדים זענען די וואס קוקען מיט רעכט

מער ווייניגער ארום דעם דרייען זיך דא אלע אפשאצונגען אנגעהויבען פינעם מוצ''ש דיגער באריכטער הרב פרענק'לין
גענדיגט ביים שיטמ''ק וואס האט געפירט די טעמע צום מחולל התנועה המזרחית צו וואס טייל מספידים האבען מייחס געווען דעם ש''ס פירער, אזש ס'זעט עפעס אויס אז די גאנצע צוויי און ניינציג יאר עלי אדמות פינעם נפטר איז בלויז דאס געווען זיין עסק

דער מאדנער ערשיינונג האט ביי מיר געהויבען אויגען ברעמען וואס האט פאסירט מיט אינזער שטיבעל וואס איז באקאנט מיט איר ברייטער און אויפגעקלערטער צוגאנג ווי יעדער שמויגער און otd טרעפט א פאדיום צו אויסשרייען הויעך זיין ווייטאג און קרעמפן בנוגע יהדות און ארום, צו רעדן מיט גאר א לופטיגער און זעלטן ברייטער פענע

און דא פלוצים דערזעה מיר זיך אין א ווינקעל נאך ערגער ווי דער עולם ה'אייוועלט ווי דער נפטר איז נאך שענער באשריבען געווארען אהן דעי אלע סארט השקפות ווי ס'באריכטע געווארען ב'שטיבל'נו

ס'איז א צייט להתבונן און אפשר אינזין האבען לעי''נ דעם נפטר וואס האט מיט אונז פאסירט זענען מיר פלוצים אלע געווארען קראלע אדער גאר ארשיווע חסידים פון מרן רבינו יואל בן חנני' יו''ט ליפא זצוק''ל??????

ס'וואלט געפאסט אז א פאפא'נער צו א באבובער קלויזענבורגער סטוטשינער באיאנער בעלזער גערער פרימישלאנער וכו'
זאלען נעמען אין די האנט אריין דער נושא הנ''ל די בליק פינעם פרמישלאנער צו באבובער הויף איבער די נושא וכן לכל הנ''ל זאלען אנוליזירען דעם טאפיק בהשקפת חצרם

קינות גירושין » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:19 pm

· #157305
קיינער דא האט נישט קיין שיטה סאיז אלעס בבחינות ״אפשר פארקערט?״

אביגדור » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:21 pm

· #157308
או איפכא?

נאר,,פרייליך » פרייטאג אקטאבער 18, 2013 11:42 am

· #157448
נטרונא
די נטרונא טעלעפאון רעדט גאנץ צום דבר איבער'ן נפטר

זייער טעלעפאון נומער איז 7188730055

אויף עקס. נומער 1
רעדט ער גאנץ שיין איבער'ן מושג 'גדול בישראל'