☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך

אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #499

קרעמער1 » מוצ"ש אפריל 28, 2012 10:21 pm

· #8325
אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
איגען = יא
אישטענעם = דער אויבערשטער
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
אראוין = גאלד
בּאַטשי = פעטער
באלאנד = משוגענער
גולאַש = פלייש געמישט מיט קארטאפל
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
לעוואר = שיסל
מארהאו = בהמה
מלאדזש = חברה קדישא מאן
נעם טו דאָם = איך ווייס נישט
סאמאר = אייזל
עזושט = זילבער
עידעש = זיס
פאפלאן = קאלדרע
פאשיט = מיעט-באלס
פייאָ = זוהן
פעהעיר = ווייס
פעי-אידזשעס = כמו דיסטריקט אטוירני
פעקעטע = שווארץ
קאָטשעניו = פארגליווערטע פיש-זאפט
קוטשאָ = הונט
קיטשי = קליינער
קילינטש = הענטל פון א טיר
קראמפלי = קארטאפל
ראזעאו = זוכענישן
ראַנטאַטוש = איבערגעצויגענע פלייש
ראָפּאָגאָש = קריספי
רעגענט = פרעזידענט
שערלאק = שווארצע פארב

ווער עס קען זאל מוסיף זיין

gehlungen » זונטאג אפריל 29, 2012 3:25 pm

· #8545
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
Nem too dum. I don't know. Okors kayt pofont? Veelste tzvie fraskes ??

קרעמער1 » מאנטאג אפריל 30, 2012 2:02 pm

· #8867
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
"נעם טו דאם" האב איך צוגעלייגט (כ'האב גראדע געוואוסט דערפון, ס'נאר פשוט ארויס פון קאפ) און די אנדערע שרייבט ביטע אין יודישע אותיות אויב איר האט די מעגליכקייט

יידל » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:08 pm

· #8961
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
קרעמער1

שערלאק = שווארצע פארב

דוכט זיך אז פעקעטע איז שווארץ.
ווייס איז פעהעיר.
אראוין איז גאלד.
עזושט איז זילבער.

קרעמער1 » מאנטאג אפריל 30, 2012 7:32 pm

· #8968
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
ס'איז כדאי אז עמיצער וואס איז באקאנט מיט אן ארגינעלן אונגאריש-רעדנדן זאל אים ווייזן די ליסטע (וואס וועט האפנטליך גרעסער ווערן מיט די צייט) אזוי ארום וועט מען עס קענען באשטעטיגן

gehlungen » דינסטאג מאי 1, 2012 12:07 pm

· #9141
Re: אונגאריש\יודיש ווערטער-בוך
Meer nem. Why not

קרעמער1 » מיטוואך מאי 9, 2012 1:57 am

· #10851
קאָטשעניו = פארגליווערטע פיש-זאפט

ראָפּאָגאָש = קריספי

די מנהלים זאלן עס ביטע צולייגן זינט איך קען שוין נישט פאררעכטן
--
אריינגעלייגט.
גבאי שני

קרעמער1 » זונטאג מאי 13, 2012 10:32 pm

· #11758
א דאנק.

איר קענט אויך צולייגן "בּאַטשי = פעטער".

א דאנק נאכאמאל

---
צוגעלייגט
הק' משמרת

דולה ומשקה » מיטוואך מאי 30, 2012 6:14 am

· #15075
אסטא קוטשא פייוע נעקי = ?

קרעמער1 » זונטאג יוני 3, 2012 3:52 pm

· #15681
מען האט שוין אריינגעלייגט עטליכע ווערטער דערפון אין די ליסטע. אבער דער צוזאמענשטעל איז נישט אזא איידעלע אויסדרוק (מילד גערעדט)

געפילטע פיש » זונטאג יוני 3, 2012 4:00 pm

· #15685
קרעמער1
מען האט שוין אריינגעלייגט עטליכע ווערטער דערפון אין די ליסטע. אבער דער צוזאמענשטעל איז נישט אזא איידעלע אויסדרוק (מילד גערעדט)

קוטשא = הונט
פייא = די זון פון
נעקי = ???
נא, לאז אונז נישט הענגען!

הדד בן בדד » מיטוואך יוני 6, 2012 5:26 pm

· #16488
קילינטש = הענטל פון א טיר
לעוואר = שיסל
אישטענעם = דער אויבערשטער
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
מארהאו = בהמה
סאמאר = אייזל
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
באלאנד = משוגענער
עידעש = זיס

---
צוגעלייגט צו די ליסטע אינעם ערשטן תגובה
הק' משמרת

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 5:28 pm

· #16489
הדד בן בדד
קילינטש = הענטל פון א טיר
לעוואר = שיסל
אישטענעם = דער אויבערשטער
דרייגא = טייערער (אישטענעם דרייגא = טייערער באשעפער)
אניו = מאמע
אפיו = טאטע
מארהאו = בהמה
סאמאר = אייזל
טיהעין = קי
טשאווארגא = ווילדער באנדיט
באלאנד = משוגענער
עידעש = זיס

נאך א מזל אז סאטמאר שרייבט מען מיט א ט' 😂

הדד בן בדד » מיטוואך יוני 6, 2012 5:58 pm

· #16495
מען זאגט דעם ס' מיט אזא האלבן קמץ somar

קרעמער1 » פרייטאג מאי 24, 2013 1:58 pm

· #117676
די באבע זאגט אז "טשאָט" (א שפּילקע אויף די האר) איז אונגאריש.

קרעמער1 » זונטאג יוני 9, 2013 1:17 pm

· #123103
יואי דע סעיפ = אוי, ווי שיין

מ גפני » זונטאג יוני 9, 2013 4:27 pm

· #123201
לעוועש = זופ

טעפל » זונטאג יוני 9, 2013 4:36 pm

· #123211
ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

גאלדגרוב » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 3:18 pm

· #238056
א הונט איז "קוטיא". נישט קוטשא.
איך קען 50% רעדן און ליינען אונגאריש.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג יאנואר 12, 2015 4:30 pm

· #247581
קאסטען - TASTE

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 14, 2015 2:30 pm

· #247910
'טרעסאנט אז רוב אונגארישע ווערטער וועלכע איז געבליבן ביי אונז אין באנוץ, הייבט זיך אן מיט א פ'

פאפוטש
פאנזשעלאו
פאלאטשינטא

און נאך אפאר וואס כ'געדענק נישט אויפן מאמענט

רביה''ק זי''ע » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 7:23 pm

· #416452
קען שוין איינער ביטער ארויסגעבן דעם סוד וואס מיינט "נעקי"?

קוקי » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 8:13 pm

· #416456
טעפל
ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

דזשאָדאַש - צוקער זיס

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 10:13 pm

· #416459
רביה''ק זי''ע
קען שוין איינער ביטער ארויסגעבן דעם סוד וואס מיינט "נעקי"?

רביה"ק זי"ע: דו וועסט ווערן שטארק דיסאפוינטעד...נעקי מיינט גארנישט . נעקי = צו איהם...!

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 11, 2018 10:18 pm

· #416462
אויך איז דא דער גאר חשוב'ער ווארט וואס דער עולם דא האט פארגעסן. דאס געפינט זיך אין כמעט א יעדע ערליכע חסיד'ישע שטוב אין ווילאמ-פעסט..."טשיללאר"...א שענדעליער...!

נאך א טעות וואס דער עולם מאכט ווען מ'זאגט ..."קאקאש" קעיק... דער ווארט ... קאקאש, מיינט א האן. א ראאסטער...מ'דארף צו לייגן נאך אן אל"ף. ..."קאקאאש"... קעיק. כצ"ל..!

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 7:19 am

· #416471
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דו וועסט ווערן שטארק דיסאפוינטעד...נעקי מיינט גארנישט . נעקי = צו איהם...!

און וואס מיינט קוטשא פייע נעקי?

דער דאס » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:25 am

· #416482
קוק דא כ'האף אז וועסט טרעפן א צופרידנשטעלנדע ענטפער.

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 11:47 am

· #416485
רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דו וועסט ווערן שטארק דיסאפוינטעד...נעקי מיינט גארנישט . נעקי = צו איהם...!

און וואס מיינט קוטשא פייע נעקי?

רביה"ק זי"ע:צו איהם זאלל זיין א ..."קאטשא פייא"...לאז געמאכט. ס'איז נישט קיין שיינער אויסדרוק...!

נײגעריגער » דינסטאג מערץ 9, 2021 4:02 pm

· #468280
קוקי
טעפל
ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

דזשאָדאַש - צוקער זיס

עידעש (édes) איז זיס, װי מ'האָט אויבן געשריבן

פון אַן אַנדערן געהענגל:
רימון
csinos מיינט pretty

<a class="postlink" href="https://www.duolingo.com/dictionary/Hungarian/csinos/07157e5a666eec7f8f75b1ce525d1c9b">https://www.duolingo.com/dictionary/Hun ... ce525d1c9b</a>

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 9, 2021 4:14 pm

· #468281
נײגעריגער
קוקי
טעפל
ענקער באבע האט ענק קיינמאל נישט געזאגט אז עטץ זענטץ צ'ינאש???

דזשאָדאַש - צוקער זיס

עידעש (édes) איז זיס, װי מ'האָט אויבן געשריבן

פון אַן אַנדערן געהענגל:
רימון
csinos מיינט pretty

<a class="postlink" href="https://www.duolingo.com/dictionary/Hungarian/csinos/07157e5a666eec7f8f75b1ce525d1c9b">https://www.duolingo.com/dictionary/Hun ... ce525d1c9b</a>

טשינאש מיינט ..."סלים"...מאגער. פראפארשיאנעל. עידעש מיינט זיס.

נײגעריגער » פרייטאג מערץ 12, 2021 11:27 am

· #468449
פאַר די רעקאָרד: טשינאָש אין אונגעריש מיינט "שיין"; "טשאָנטאָש" (csontos) מיינט "דאַר\מאָגער". היות דאַר איז אין די לעצטע יאָרן אָנגענומען געװאָרן צו זיין שענער, נוצט מען אפשר טשינאָש אויך פאַר "סלים"...מאגער. פראפארשיאנעל.
והבן.

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 13, 2021 9:34 pm

· #468470
נייגעריגער: דער ווארט ..."טשאנט"... מיינט א ביין. טשאנט-אש. דער ביינערדיגער...! פי' א דינער...!

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 2, 2023 8:22 pm

· #514930
איך וועיס נישט: אפשר באלאנגט דאס אין דעם אשכול פון די בלע"ז'ן פון רש"י.

נאר צו געבן א משל איבער די שוועריגקייטן פון דעשיפרירן (וואס איז דאס?) די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'.

איך וועל שרייבן א זאץ (וואס איז דאס?) אין א געוויסע שפראך. 'עמיר זעהן ווער ס'קען עס דעשיפרירן... והנה: ... אין מג'יק אודה...!

ווער ס'פארשטייט דעם נמשל וועט פארשטיין וואס די בלע"ז ווערטער זענען...!