☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » בצלאל גאלד- אהבה רבה

בצלאל גאלד- אהבה רבה

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4978

כתר מלכות » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 6:50 pm

· #156962
בצלאל גאלד- אהבה רבה
לויט ווי איך האב געהערט קומט דער באקאנטער חסידישע זינגער בצלאל גאלד ארויס מיט זיין ערשטן אלבוים אין די קומעדיגע טעג. ויקרא שמו בישראל (וגם בחו"ל) אהבה רבה.

באריכטן זאגן אז עס קומט אזאנס און אזעלכס. גאר מייסטערהאפטיגע רייכע מוזיק ארענזשירט דורך די סופער ארענדזערס ווי מונה, משה לאופר, שוע פריעד, נפתלי משה שניצלער.
ניגונים פון די בעסטע קאמפאזער'ס ווי יוסי גרין, פינקי וועבער, משולם גרינבערגער ועוד.
ועל כלם אנטשפרעכט דאס צו זיין א טעיפ מיט א חסידישן טעם.
והננו מקווים לקבל פניו באהבה רבה !

שפתים ישק » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:12 pm

· #156969
שפתים קישאקTM!

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:16 pm

· #156970
@שפתים ישק דא האסטו א גאנצע ארטיקעל אויף די נושא פון אונזער טייערע חבר @פרישער ליין עס און לייק עס ווי עס פאסט פאר אזא ארטיקעל,

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/115881">viewtopic.php?p=115881#p115881</a><!-- l -->

כתר מלכות » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:15 pm

· #157185
מיינע טייערע צוקישטע ליפאלעך, בארוהיג דיך, עס איז דא אזא זאך ווי "פעדער שפראך" דארפסט דאס נישט נעמן אזוי צום הארצ'ן.
בד"וו, ס'איז עפעס נישט אזוי עטיש צו אויסגיסן דעם גרימצארן אויף חרדי'זם בכל עת מצוא.

מאנדלבאום » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:56 pm

· #157250
וואס וואלט געוועהן שלעכט אזא מין עד, לאחר וואס די סידי קומט ארויס?
אכטונג
נייע אלבאם מיט נייע ניגונים געזונגען דורך א היימישער בעל מנגן, באגלייט מיט מוזיק.
צו באקומען ביי די עלעקטראניק געשעפטן און ביי די מקוה אידן.
פרייז 16 $
אויף צו הערן פריוויו רופט 212-444-1137#2#3#102

יעדער וואס געפעלט די סטייל/ניגונים/זינגער/ערעידזשמענט, וועט קויפן, און וועם נישט, נישט.
פונקט ווי ביים רעסטעראנט וועלט יעדע זיין מעניו

א מין איבלדן איבערקערעניש ארום א סידי, א שטייגער וואלט געווען א מאדזיצער אפערא באגלייט מיט פילהארמאניק ארקעסטרא.

איין ווארט האב איך: "נוירסערי"...

אויסדריקלעך » זונטאג אקטאבער 20, 2013 10:47 am

· #157567
איך האב געהערט די טייטל סאנג אהבה רבה פון יוסי גרין. ס'איז גאנץ א פיינע ניגון, יוסי סטייל, אבער איך מיין אז ס'איז אביסל געצויגן אין די וועלט אריין.
אפשר דארף איך עס הערן נאכאמאל?

כתר מלכות » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:03 pm

· #158017
אכטונג. איז דא א נייע טעיפ פון צאלי גאלד, ס'איז זייער שיין ווער ס'וויל קען עס קויפן....
@שפתיים @מאנדלבוים, יעצט איז גוט?

מאנדלבאום » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:22 pm

· #158058
ס'איז אויך גוט ווען בעיביס שמירן און פאטשקענען אן איבער דעם 17 מוזיק פארום זייטלען מיט ברעך מיטל נארישקייטן...
לעלאו לעלאו לעלאו...

וואס זאגט איר, א נייע טעיפ? ס'איז שיין?
פארוואס נישט, אויף חנוכה וועלן מיר דאס אי"ה קויפן פאר די קינדער, קען זיין גאנץ שיין, גראדע קען איך דעם בעל מנגן וואס איר זאגט, ער זינגט גאנץ גוט.
די מעלאדיעס, קאמפאזיציעס? וועלן מיר זעהן און הערן אי"ה, און אויב וועט איר זיין נייגעריג אויף מיין נארישן חוות דעת וועלן מיר דאס לאזן הערן.

Josh » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 10:43 pm

· #158060
הרב מאנדלבוים בארואיגט אייך! איך זעה נישט פארוואס מ'זאל נישט מעגן מאכן פי-אר פאר א סידי. מ'קען מיינען פון וואס די אנדערע צעטלעך אנגעהויבן פון מחאות און גענדיגט ביי טיי אווענטן באשטייט. מוזיק איז אזאך דער סיסטעם האט סאם-האו אקצעפטירט אלס אן ערלויבטער טאלאנט ארויסקומען אין פאבליק, פון די היינטיגע קאפירייען אין די אייפאד צייטן, מאכט א זינגער געווענדליך נישט אפ די געלט. ער וויל ווערן פאפולער, און יא, אונז האמער הנאה פון יעדן סידי ס'קומט ארויס. אז דו ווילסט בלויז קענען מישן בלעטער פון אינדארסירטע חוב קדוש קאנדידאטן, כל הכבוד. איר מוזט נישט ליינען פי-אר צעטלעך, איר קענט ווארטן ביז חנוכה. פייניגט נישט א צווייטן.

מאנדלבאום » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:44 pm

· #158071
אנשטולדיגט, איך האב נישט געמיינט די וואס פארשטייען נישט, אדער ווילן נישט ליינען געהעריג וואס יענער שרייבט.

כתר מלכות » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:16 am

· #158116
@מאנדלבוים, איך פארשטיי אז דו באציסט זיך צום שכינותדיגן פארום. יא ביסט גערעכט סאיז זייער קינדיש דארט. אבער בעצם דיסקאסען א סידי איז בכלל נישט קיין שלעכטע געדאנק, פארשטייט זיך אז נישט יעדעם אינטערסירט דאס, אבער ס'איז אודאי דא וואס זענען יא אינטערסירט דערין, און פאר זיי איז נישט גענוג אינטערסאנט א טרוקענע מעלדונג איבער א מקוה וואס פארקויפט עלעקטעראנישע סידי'ס.
און. די זעלבע מענטשן גייען פארשטייט זיך-נישט ווארטן ביז חנוכה. (פשוט ווייל די מקוואות וועלן שוין דאן פארקויפן קנויטען מיט אויל פאר די לעכטעלעך ).

מאנדלבאום » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 11:37 am

· #158146
זייט נישט באזארגט ידידי היקר,
איך פארשטי גוט אז מען אויב מען וויל פארקויפן דארף מען געהעריג אדווערטייזן.
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דעם געדאנק פון דעם 'איבערקערעניש' וואס איז לאו דווקא לצורך אדוועטייזמענט, (באלד א פנים ווי דעם קינדערגארטן אויף די וועכנטליכע בילדער העפטן).
האב איך דען א תקנה אז מען קויפט נישט ביז חנוכה?... כאב געמיינט דעם מעסעדזש...
צאלי זיסער, זינגטס וואויל, איך האב חלילה גאנישט קעגן דיר.

ודי למבין » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 6:46 pm

· #158244
דער אלבוים איז זייער שיין! די ניגונים סעלעקשאן איז זייער גוט, די מוזיק ארעינדזשמענטס אויף רוב רובו פון די ניגונים זענען אויך זייער גוט.

צאלי זינגט זייער פיין אויף דעם אלבוים. זיין קול איז שטארק, קלאר און געשמאק.

ס'באדערט מיך נאר אז עס זעט אויס אז ער האט נישט געוואלט "ארויס קאלערען" ער זינגט אביסל צו קאנסערוועטיוו.

כתר מלכות » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 8:51 pm

· #158264
נאך אזאך, סקיקט אויס ווי ער יאגט זיך זייער ביים זינגען. אבער אוועראל איזעס א קנאק פון א סידי. אויסערגעווענליכע שיינע ניגונים איינס ביי איינס. פיינע מוזיק. הערליך אפגעזינגען. ועל כלם אויפן חסידישן שטייגער. כה לחי צאלי, גרעד דזשאב !

מ גפני » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:17 pm

· #159675
קען אפשר איינער דא ארויף לייגן די ווערטער פון זיין אידישע ניגון??

פרישער » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:32 pm

· #159702
איך גלייך זייער נישט צו קריטיקרן קיין טעיפ'ס ווייל עס ליגט זייער אסאך ארבייט דערין, אויך איז באקאנט דער כלל על טעם וריח אין לשמוח, אבער איך דעים טעיפ פאר זייער טיפיקל, און אלט מאדיש, פאסט פאר א נגוני ווערצבערגער, ער זינגט זייער שיין אבער אלעס איינס נאכען אנדערן אויסגעדראשענע טעינער,
ווי קימט דעיס צו אברהם פריעד קיעפ קליימינג, אדער מרדכי בן דוד'ס טעיפ מיט שירה, יענע זענען אויסטערליש שיין.
אגב אברהם פריעד'ס לעצטע טעיפ איז אויך שריט אויף פרידיש

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:40 pm

· #159709
איך וואלט גענומען ניגוני ווערצבערגער עניטיים אנשטאט קיעפ קליימינג.
נישט אז אברעמל איז שלעכט, אבער כ'גלייך אלטמאדיש. איך האב עפעס א ניצוץ פונעם אלטן דור.