וואס "וואס"?
פאר א מינוט צוריק האב איך א בליק געגעבן אין די אומגעליינטע הודעות, שטויס איך זיך אן מיט א נייעם אשכול, מיט קוים דריי באזוכער, אונטערן קעפל "וואס". די קעפל האט מיר תיכף געצויגן און איך האב איר אויפגעמאכט. עפענענדיג דעם אשכול שטויס איך זיך אן מיט א הודעה "איר האט נישט די מעגליכקייט צו ליינען דעם אשכול"...
יעצט, וועלנדיג שרייבן די שאלה, באמערק איך אז דער אשכול איז גענצליך אראפ פון טיש.
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין וואס אזאנס דא האט פאסירט?
חקרןפאר א מינוט צוריק האב איך א בליק געגעבן אין די אומגעליינטע הודעות, שטויס איך זיך אן מיט א נייעם אשכול, מיט קוים דריי באזוכער, אונטערן קעפל "וואס". די קעפל האט מיר תיכף געצויגן און איך האב איר אויפגעמאכט. עפענענדיג דעם אשכול שטויס איך זיך אן מיט א הודעה "איר האט נישט די מעגליכקייט צו ליינען דעם אשכול"...
יעצט, וועלנדיג שרייבן די שאלה, באמערק איך אז דער אשכול איז גענצליך אראפ פון טיש.
קען מיר איינער אפשר מסביר זיין וואס אזאנס דא האט פאסירט?
דא איז עס,
עס איז נאכנישט געווען גרייט און עס איז בטעות ארויף,
ואתכם הסליחה
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/156853">viewtopic.php?p=156853#p156853</a><!-- l -->
בשם דער ישמח משה האב איך גערט אמאהל, אז ער האט געזאגט אויף זיך "כ'דענקט נישט אמאהל צו כ'האב אמאהל געזאגט ליגענט, אבער אריין קלערנדיק האב איך באמערקט אז אסאך מאהל, ווען איינער האט מיר עפעס געזאגט, האב איך גלייך צוריק געפרעגט 'וואס?', די האסט דאך געהערט וואס יענער זאגט, אויב אזוי פארוואס פרעג איך צוריק "וואס?"
ס'איז א געוואוינטהייט טאקע פון אסאך מענטשען כסד צו פרעגן - "וואס".
לאידך, מיינט דאס ווארט "וואס" נישט דוקא אז מ'האט נישט געהערט וואס יענער האט געזאגט, נאר פשוט אין אנדערע ווערטער כאילו מ'זאגט "איך גלייב נישט..., "אזוי, כ'האב קיינמאהל נישט געהערט אזא זאך..." וכדומה.