☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אלטע פארזעצונגען אין דער בלאט

אלטע פארזעצונגען אין דער בלאט

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4964

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:13 am

· #156778
אלטע פארזעצונגען אין דער בלאט
איינער געדענקט נאך די אין די שנים קדמוניות ווען דער בלאט פלעגט האבן מעכטיגע דראמאטישע מעשיות אין זייערע פארזעצונגען? יוי איז דעיס געווען גוט.
זיי פלעגן נעמען מעשיות גראד ארויס פון גוי'אישע מאוויס און עס איבערטייטשן אויף יודיש און מאכן דערפון א פארזעצונג. (מסתמא אן נעמען רשות פון די קאפירייט האלטער...)
איינמאל האבן זיי געהאט די מעשה פון די מאווי Ransom, ממש א צודרייטע מעשה פון א קידנעפינג וואס די פאליציי דעטעקטיוו איז געווען אינוואלד. גאר אינטערסאנט געווען.
אן אנדער מאל האבן זיי גענומען די מעשה פון דער באקאנטע מאווי Behind enemy lines, ווי א מיליטערישער פילאט איז אראפ געשאסן געווארן אונטער פיינטליכע ליניעס און געלאפן פאר זיין לעבן פאר עטליכע טעג. זיי האבן אויך געהאט גאר אסאך מעשיות מיט שפיאנען, fbi, cia, וכדו'.
יענע צייטן פלעג איך ערליך קויפן די בלאט יעדע וואך נאר צוליב די פארזעצונגען, היינט קוק איך עס נישט אן ווי גרויס די יאר איז.
וויל איך פרעגן צו דער עולם געדענקט נאך עפעס מעשיות פון דארט, און אויף וועלכע מאווי מ'קען דאס וואטשן.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:35 am

· #156786
איך געדענק נאך דעם פארזעצונג פון די איבערפאל אויפן פעדעקס עראפלאן. זייער דראמאטיש געווען.

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 12:07 pm

· #156794
שמעקעדיג
איך געדענק נאך דעם פארזעצונג פון די איבערפאל אויפן פעדעקס עראפלאן. זייער דראמאטיש געווען.

יא דעיס איז געווען די סאמע ערשטע פארזעצונג אין די בלאט אונטערן קעפל 'די אומגעלונגענע נקמה אקציע', גאר אינטערסאנט געוועזן.

גלות יוד » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:40 pm

· #156854
איך געדענק א מעשה פון james bond

קרעקער » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:10 pm

· #156872
דעמאלטס האט ר' שמעון ראלניצקי נ"י געשריבען אין דער בלאט און וועגען דעם איז געווען צו באלעקען די פינגערס

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:40 pm

· #156881
גלות יוד
איך געדענק א מעשה פון james bond

@גלות יוד נא אדרבה, אפשר זאגסטו וועלכע מעשה? איך געדענק זיי פלעגן האבן עפעס אויסטערלישע מעשיות, ממש נישט נארמאל, איך וואלט זייער שטארק געוואלט וואטשן די מאוויס דערפון.

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:42 pm

· #156883
קרעקער
דעמאלטס האט ר' שמעון ראלניצקי נ"י געשריבען אין דער בלאט און וועגען דעם איז געווען צו באלעקען די פינגערס

דאכציך ער פלעגט שרייבן די פאליטישע קאלום אויך דעמאלטס אונטער עפעס א פען נאמען דוב עפעס. די בלאט איז געווען א גאלדענע צייטונג ווען ער פלעגט דארט שרייבן.
אוי מי יתן לנו תמורתו.

sefish » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:45 pm

· #156884
ס'אלעמאל געווען א געילע צייטונג אבער געיל ענדליט צו גאלד האסטי זיך טועה געווען

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 3:59 pm

· #156889
דו מיינסט אפשר דוב שטרייכער? אוי קאמאן, דאסי דאך יאסי געשטעטנער (כמדומה לי), ער האט דאך געשריבן אזוי פארביסן און איינזייטיג, הגם אינטרעסאנט.
איך האב מער ליב געהאט איינעם באש, ער פלעגט באשרייבן די פאליטיק מיט א ריזיגע סענס אויף הומאר וואס האט מיר געמאכט זיך קייקלען יעדע וואך באזונדער.
די "דעבאטע פון די וואך" געדענקט נאך איינער, אין די בראשית יארן? איי... (דער איד האט לעצטנס אנגעהויבן א ענליכן קאלום)

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 4:29 pm

· #156899
קען זיין ס'געווען יוסי געשטעטנער איך געדענק נישט. כ'געדענק איין שרייבער איז געווען באקאנט אז ס'איז שמעון ראלניצקי, כ'געדענק נישט זיין פען נאמען.
זיי פלעגן האבן גוטע קאלומס אין יענע יארן, פינסטערע שטערנס אין די נאכט איבער די צווייטע וועלט קריג, טעכנאלאגיע, גאר גוטע פאליטישע אנאליזן און כמדובר צוויי זעלטן שפאנענדער פארזעצונגען . היינט זייגן זיי געפערליך. מ'מוז צוקומען צום ציוניסטישן ענגלישן יתד פאר א גוטע פאליטישע אנאליז.
שוין פארקראכן פונעם נושא האשכול.
צוריק צום נושא איינער געדענקט עפעס גוטער מעשיות פון דארט?

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 7:11 pm

· #156968
איך וויל נישט פארקריכען פון די נושא,

ווער געדענקט נאך די פארזעצונגען פון די בולעטון? נעווי סיעלס, גרין בערעס, קאמאנדא אקציעס,!!!
איין מעשה וואס איך געדענק נאך ביז היינט א אמעריקאנע סומבארין מיט זעלנער וואס די יאפאנע האבען פארכאפט און ווי אזוי די קאמאנדאס האבען געראטעוועט די משכונות פון געפענגעניש און אויפגעריסן די סומבארין

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:32 pm

· #157003
וואס יוסי געשטעטנער? ער איז נאך געווען א בר מצוה בחור דעמאלס.

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 9:44 pm

· #157005
אגב, ווען האט שמעון ראלניצקי איבערגענומעם דעם שטערן? כמדומה לי אז אין די בראשית יארן פלעגט איינער וואגשאל זיין דער רעדאקטער.

יוסי געשטעטנער זייגט במחילת כבודו, ער'האט זיך אריינגעלייגט אין שיך וואס איז קענטליך פיל גרעסער ווי זיין סייז.

zurich » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:11 pm

· #157011
איך מיין די ריזיקאלישער געראנגל און 'פון אינטער די נעגל פונעם קומיניסטישען הענט' איז קודם געוועין אינעם בלאט.

בד"וו ווייסט איינער צו ס'דא א מאווי אויפן צווייטע מעשה הנ"ל?

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:36 pm

· #157017
zurich
איך מיין די ריזיקאלישער געראנגל און 'פון אינטער די נעגל פונעם קומיניסטישען הענט' איז קודם געוועין אינעם בלאט.

בד"וו ווייסט איינער צו ס'דא א מאווי אויפן צווייטע מעשה הנ"ל?

די ריזקאלישע געראנגל איז געווען א פארזעצונג אין 'די בליק' פאר יארן לאנג.
די קאמוניסטישע נעגל געדענק איך נישט זאל ווערן ערגעץ באשריבן.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:52 pm

· #157021
שמעקעדיג
דו מיינסט אפשר דוב שטרייכער? אוי קאמאן, דאסי דאך יאסי געשטעטנער (כמדומה לי), ער האט דאך געשריבן אזוי פארביסן און איינזייטיג, הגם אינטרעסאנט.
איך האב מער ליב געהאט איינעם באש, ער פלעגט באשרייבן די פאליטיק מיט א ריזיגע סענס אויף הומאר וואס האט מיר געמאכט זיך קייקלען יעדע וואך באזונדער.
די "דעבאטע פון די וואך" געדענקט נאך איינער, אין די בראשית יארן? איי... (דער איד האט לעצטנס אנגעהויבן א ענליכן קאלום)

דו ביסט גערעכט. שמעון ראלניצקי האט געשריבן אונטער זיין אייגענעם נאמען. אין יענע תקופה איז געווען געשמאק צו ליינען דעם בלאט. נאר דער איד האט אין יענע תקופה געטרייט נאכצוטאנצן דעם בלאט. און זיי האבן געברענגט כל'ערליי מעשיות וועלכע האבן נישט געהאט קיין הענט און פיס. איינס (וועלכע איך בין חושד אז ס'איז געווען א שפיצל אונטערגעשטעלט פון "בלאט") איז געוועין א באשרייבונג פון איינעם "איאן קארטשאק", א קינדער דאקטער אין ווארשאווער געטא. דער איד האט איהם באשריבן אין זייער פאזיטיווע פארבן. און איך ווייס פון אנדערע מקורות אז דער קארטשאק, א חוץ וואס ר'איז געווען א פושע ישראל און אפיקורס איז ער פארהייליגט ביי די פרייע ציונים. איז מיר געוועין א חידוש אויפ'ן "איד" אז ער באשרייבט איהם אזוי שיין. ס'פונקט אזוי ווי ס'זאל שטיין באשריבן אין איד אז בן גוריון איז געוועין זייער א פיינער מענטש און א וואוילער איד. נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי עס טאקע אויפגעהערט צו באשרייבן. אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. 😂

ישמעאל הכהן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 10:54 pm

· #157023
ראלניצקי'ס פען נאמען איז געווען ר. ש. הכהן.

ממרום שלח אש » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:08 pm

· #157025
berlbalaguleh
אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. 😂

די מעשה איז דערנאך ארויסגעקומען אין א בוך, און דערנאך א חלק שני, א סיקוועל. נישט געווען אזוי שלעכט. איך האב דעמאלס געטראכט אז דער שרייבער האט נישט געוואלט אונטערגראבן די פאטענציאלע הכנסה פון די בוך.

ישמעאל הכהן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:10 pm

· #157026
berlbalaguleh
אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. 😂

דאס איז געווען א פריוואטע סכסוך וואס איז פארגעגאנגען דארט

אליצפן » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 11:57 pm

· #157032
ממרום שלח אש
berlbalaguleh
אן אנדער מעשה וועלכע האט נישט געהאט קיין הענט און פיס איז געוועין "דער אידישער שפיאן". נאך א דריי פארזעצונגען האבן זיי דאס אויכעט אויפגעהערט. 😂

די מעשה איז דערנאך ארויסגעקומען אין א בוך, און דערנאך א חלק שני, א סיקוועל. נישט געווען אזוי שלעכט. איך האב דעמאלס געטראכט אז דער שרייבער האט נישט געוואלט אונטערגראבן די פאטענציאלע הכנסה פון די בוך.

איך האב גראדע זייער שטארק ליב געהאט דעים ביכל. איך האלט ס'איז איינס פון די בעסטע אידישע נאוועלס וואס איז ארויסגעקומען אין יענע נאוועלס רייכע תקופה.

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:16 pm

· #157135
אליצפן
zurich
איך מיין די ריזיקאלישער געראנגל און 'פון אינטער די נעגל פונעם קומיניסטישען הענט' איז קודם געוועין אינעם בלאט.

בד"וו ווייסט איינער צו ס'דא א מאווי אויפן צווייטע מעשה הנ"ל?

די ריזקאלישע געראנגל איז געווען א פארזעצונג אין 'די בליק' פאר יארן לאנג.
די קאמוניסטישע נעגל געדענק איך נישט זאל ווערן ערגעץ באשריבן.

אינעם קרית יואל צייטונג איז עס געוועין באשריבן.

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 5:58 pm

· #157296
א מאווי פונעם קאמיניסטישען הענט וואלט געווען פיין ווייסט איינער צו ס'דא זאזאנס?

אליצפן » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 6:06 pm

· #157301
zurich
א מאווי פונעם קאמיניסטישען הענט וואלט געווען פיין ווייסט איינער צו ס'דא זאזאנס?

Nope. I think the story was made up by a chasidishe writer, so no real hope of it becomig a movie anytime soon. Unless of course we open our own movie production company... Then we could make movies of all the epic yidishe books that came out over the years.
Only one small problem, no goy will go see our movies, cause those stories contain little or no female characters 😂

דעת תורה » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:02 pm

· #157362
די סאמע ערשטע פארזעצונג איז געווען איבער א ראולעקס זייגער, איך געדענק נישט פונקטליך וואס עס האט זיך גערעדט פון. דערנאך איז געווען איבער א לעיזער פוינטער וואס האט בלינד געמאכט א פילאט, דערנאך האט זיך אנגעהויבן א לענגערע פארזעצונג וואס איך האב געמוזט איבעררייסן אינדערמיט ווייל א פאר וואכן האבן עס די גראסערי'ס נישט פארקויפט צוליב'ן איסור פון ברך משה..

אדוואקאט » זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:09 am

· #157555
דער בלאט האט אמאהל געהאט גאר געלונגענע שרייבער. ר' שמעון ראלניצקי, וואס אגב איז ער געווען דער ערשטער וואס האט זיך אידענטיפיצירט מיט זיין ארגיענעלער נאמען. ער פלעגט שרייבן נייעס אונטער זיין פען נאמען: ש.כהן, און העכסט דראמאטישע פארזעצונגען. און דער ארטיקל: ארום די לעצטע געשעהנישן. - דערנאך האט דארטן געשריבן דער מייסטער שרייבער ר' יצחק אייזיק שניצלער דער היינטיגער רעדאקטאר און שרייבער פון דער פרעסטיזשפולער "המספיק גאזעט". ער פלעגט וואך איין וואך אויס שרייבן דער העדליין און נאך פארשידענע באריכטן אונטערן פען נאמען אברהם ד. מיללער. און אונטער נפתלי א. שיף. - דערנאך האבן זיי געהאט דער פראפעסיאנאלער שרייבער ר' פינחס גלויבער אונטערן פען נאמען שמואל סאפיר.

ר' יוסי געשטעטנער איז געווען דער שרייבער פונעם פאליטישן ארטיקל "פון מיין פרעספעקטיוו" אונטערן פען נאמען: דוב שטרייכער. ער האט פארלאזט דער בלאט נאכדעם וואס זיינע אויבערהארן האבן אים געהייסן נידערן דעם טאן, און נישט שרייבן אזוי איינזייטיג נאכדעם וואס געוויסע ליינער דעמאקראטן האבן זיך געהאט אפגערעדט. אויף וואס יוסי האט געענטפערט אז ער קען נישט שרייבן פרעמדע מיינונגען ווען אין פאקט איז עס קעגן זיין אייגענע מיינונג און פארטיי. און ער וועט ליבערשט פארלאזן דער בלאט.

עס עפעס » זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:07 pm

· #157581
אדוואקאט

יוסי האט פארלאזט דעם בלאט, ווי כהאב געהערט פון אים פערזענליך, "זייענדיג צו פארנומען" מיט קול מבשר און נאך זאכן (ליין: טוויטער קאמפן...)