געפילטע פיששמו יגערפארוואס זאל מען זי נישט שערן? קודם כל מוז מען נישט רעדן פון א פאל אז מען צווינגט זי, אין לויט ווי די זארגסט דיך אז די מיידל איז שוין אכצען יאר אלט אין האט שוין א אייגענע מיינונג נא קען זיין.... אבער יעדע קהילה און משפחה האט דאך געווענטליך א מסורה אדער מנהג וואס איז אונגענומען ביי זיי אז אזוי פירט מען זיך לגבי זיך שערן אין דאס איז ביי זיי קדוש קדוש אין מען רירט זיך נישט פון די מסורה. נאך איר חתונה אויב די מיידל וויל אדער איר מאן פאלט אזוי איין אדער זיין מנהג אדער מסורה איז נישט אזוי "דעמאלסט" איז נישט שערן.
מסורה אין קאפ אריין, די באבע וואס האט זיך אנגעהויבן שערן האט דאך עובר געווען אויף איר מסורה פון זיך נישט שערן, די הייליגע אימהות האבן דאך געהאט תלתלים שחורים כעדר העיזים, טא פון וואו נעמט זיך די חוצפה אראפצונעמען די ניצוצות וואס ברענגען די צנורות פון שפע אויף דעם וועלט? די גרויסע סודות וואס זענען מרומז אין שיר השירים אויף יעדע האר, יעדע האר שניידט אוועק א גוטע מלאך...
מסכים. לאמיר צוריקגיין אין היסטאריע ווען מען האט אנגעהויבן זיך יא צו שערן די האר אויב איך מאך נישט קיין טעות איז עס געקומען צוליב די גזירות אין כדי צו זיין פארמיעס'ט ביים גוי אין דאס וועט העלפן צו זיין אפגעזונדערט אדרבה פליז זיי מיך מתקן מיט א מקור ווען אין פארוואס מען האט יא זיך אנגעהויבן צו שערן (איך ווייס איך האב נישט געברענגט א מקור צו מיין השערה......)
אבער איינמאל עס איז אזוי געווארן זענען דא וואס זענען זייער מקפיד אפילו אויף אזוי ווייט נישט צו עסן פון א שוחט וואס די ווייב שערט זיך נישט אין ווי איך האב געזאגט איש כפי מנהגו
אין לגבי צוואונגען איך הייס נישט אין האלט נישט פון צוואונגען אבער א מיידל אין דעם גיל אפילו זי איז שוין א בעלת דעת וויל איך פארשטיין פארוואס וויל זי נישט גיין אין די וועגן פון אירע עלטערן??? אזויפיל קלוגער?? אדורך געטון די ענין פארוואס יא אדער נישט אזוי גרונטליך פון א השקפה פונקט?? אדער איז עס ווייל דער אין יענער האט געזאגט??
דאס איז מיין קשיה פארוואס וויל זי נישט???