דבר האמתאון צום שלוס לאמיר דיר זאגן, דו ביסט א מומחה צו מאריך זיין און שרייבן דברים של הבל, פעם אתה מסבב הענין להלווית הרב עובדי', ופעם באריכות יתר שיכול אתה לכתוב רק מתאפק אתה, אבער תכלית גערעדט, סטאפ צו שיסן, שרייב קורצליך און זאכליך, והיה שלום
איך שיס נישט, נא דיך קורצליך און זאכליך, פאר דיר וכל חבריך\חברי היקרים:
א) איך האב נישט געזאגט מ'האט "געצווינגען" רבני מאנסי שיחיו, איך האב נאר געזאגט אז נאכן הערן די טענות פון לב טהור האבן זיי מחליט געווען זיך נישט אריינצומישן.
ב) ס'איז נישט געווען קיין שום "פאני קאללס" און קיין שום "סטראשונגען", פשוט זיי האבן גערעדט דברים של טעם מנהמת לבם.
ג) רוב רבנים אין מאנסי זענען געבליבן מתנגדים, אבער נישט אויף צו חתמ'נען דעם "פסק".
ד) שפעטער אין תשס"ד איז געווארן נאכאמאל א געראדזשקע לגבי היתר מאה רבנים, און א חלק רבני מאנסי האבן געחתמ'עט, צוריק געצויגן, מכחיש געווען וכו' וכו'.
ה) אלע רבנים, האלטן נישט אז מ'דארף רודפ'ן אידן, מ'האט גערעדט לגבי די פרשה פון ראזנער און שפעטער: טעללער. און אויף דעם האב איך געזאגט מאי דהווה הווה.
ו) לגבי די פרשה פון ר' נתן, איז דא 2 צדדים, איך זעה נישט פארוואס ס'איז אנדערש פון יעדע משפחה פלאנטער בכל כדור הארץ ובמחנה החרדי בפרט, הלמאי מ'דארף דרייען די וועלט.
ז) היות איך פארשטיי אז דער ציהל פון כת"ר איז (א) להכות על קדקדו של הרה"ג הדיין דסקווירא שליט"א (ב) לעורר מדנים בין קהילת לב טהור לבין קאשוי.
וועל איך אי"ה דיר ביידע זאכן נישט נאכגעבן, שרייב וואס דו ווילסט. און איך וועל אי"ה נישט ארויף ברענגען דאקומענטן וואס זענען פוגע בכבוד הפרט או הכלל אף שמתנגדים על קהילת לב טהור הי"ו, בתנאי אז זיי זענען נישט "יעצט" אריין געמישט צו רודפן אידן.
איך זאג איין מאל פאר אלע מאל, די גאנצע פרשה פון היתר מאה רבנים ז"ל (הפרשה זכרונה לברכה והרבנים יבדלו לחיים ארוכים) האט צוויי זייטן, נאר יעדע פרסום וועט פוגע זיין בכבוד הרה"ג ר' אליעזר חיים בלום שליט"א ומשפחתו. אזוי אויך יעדע פרסום לגבי די משפחת ראזנער וועט פוגע זיין בכבוד הרה"ג ר' שמחה ישראל בלום שליט"א. און סתם מחרחרי ריב, וועלן אי"ה נישט מצליח זיין צו אויפוועקן די מעשה, על חנם.
איך זאג דיר אויך, והיה שלום, מה לך ולצרה זו. זיי געזונט און שטארק, האסט נישט אנדערש פון וואס צו רעדן?
וואס טויג עס צו דיר מצער זיין משפחות על חנם, סיי די משפחות מקהילת קודש קאשוי הי"ו און סיי די משפחות מקהילת קודש לב טהור הי"ו.
ענדערשער רעד פון די רעבעלן גרופעס אין סיריע אדער די פראטעסטירער אין טערקיי, מסכים?
איך האלט אז באשער אסאד איז גערעכט, ווייל די הפקר יונגען דארטן פארשטייען נישט קיין אנדערן שפראך, און טאמער גייט מען אים באמבעדירן וועט פעלן איין קצב אין סיריע, נו, וואט סאו ביג דיעל? ניין מיינסט נישט אזוי?