☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הרב זמיר כהן וספריו

הרב זמיר כהן וספריו

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4931

לעיקוואד » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:19 pm

· #155695
טאקע הערליכע ספרים, גאר שיינע גרעפיקס און בילדער.
א שאד נאר אז א פשוטער גוגל סירטש אויף רוב נושאים וואס ער שמועסט ווייזט אז רוב פון זיינע פאקטן זענען נישט פונקט פאקטן.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:32 pm

· #155697
חיים נחום, שרעק דיך נישט פון לעיקוואוד ודומיהן וואס פרובירן צו אפקילן די קלארע איבערצייגנדע רייד פון הרב כהן וועלכער ווייזט אויף מיט ראיות ברורות ומוכרחות די אמת'דיגקייט פון תורתינו הק', ווי מ'זעט באשיינפערליך אז ג'ורג' ושינגטון איז צוריק אראפגעקומען אין גלגול צו א גענעראל וועמענס פנים שטריכן האבן עטוואס געענדלט אין אים, און אז ווען מ'גייט אנגעטון מיט תפילין ווערט מען ארומגענומען מיט א הייליגע היולא פון פורפל און בלוי וואס דייטעט אן אויף די געוואלדיגע קדושת התפילין, (בעצם קען מען מיט דעם מוכיח זיין האם הלכה כרש"י או כר"ת, ואולם תורה לא בשמים היא, ויש לדון בזה דבכגון דא היא כמעט כהכרעה בדבר מציאותי הנראה ונוכח לעין כל, ואכמ"ל). עס איז ממש מבהיל על הרעיון ווי אזוי איין מענטש קען זיין אזא בקי אין אזויפיל צענדליגער פארצווייגטע חכמות, וואס סייענטיסטן מיט גרויסע קעפ ווידמען זייער גאנץ לעבן פאר בלויז איין סארט חכמה, שוין נישט רעדנדיג פון די העכערע כוחות ווי שיחת השמים ועופות ושיחת מלאכי השרת, שדים ומזיקים, שרפים וחיות, אין וואס הרב כהן איז בקי כבשבילי העיר העתיקה. מ'זעט בחוש די סוד ה' ליראיו. כ'האף נאר ער האט נישט גענאשט חלילה פון די באהאלטענע פינסטערע כוחות וואס בוזשעווען ארום אין די איצטיגע טעג בעקבתא דמשיחא.
בנוגע אבולוציה וואס כידוע איז הרב כהן פון די לוחמי מלחמת חרמה קעגן די מסלפי המדע וועל איך איבערלאזן פאר @אנאנים צו קומען רעדן דערוועגן, וויבאלד איך בין נישט אזא בקי דערין.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:34 pm

· #155698
עס איז אויך אמת וואס לעיקוואד זאגט אז די גראפיקס זענען גאר שיין, וואס איז זייער וויכטיג צוציען די אויג. אודה ולא אבוש, אז מתחילה האב איך געקלערט אז עס איז בלויז נאך אן אפאלגעטיק ספר, נאר ווען איך האב געזען דעם בילד פון איינשטיין אויפ'ן דעקל האב איך פארשטאנען אז דא רעדט מען פון אמת'ע דברי חכמה, און איך בין ב"ה נישט געווארן אנטוישט.
איינער ווייסט וואו מען קען אים הערן רעדן אין ברוקלין?

kliger » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:40 am

· #155727
כישוף??
וויאזוי קען ער זיך קריגען מיט אן אפענע רמב"ם???

הוגה » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:50 am

· #155730
@יאיר, ס'פאסט נישט אזעלכע ליצנות, מ'אידאך אין גלות.. 😂

כ'האב פונקט געטראפן זיין ספר אין א ספרים געשעפט אפאר וואכן צוריק און איך בלעטער אהער איך בלעטער אהין, איך פרוביר אויסצופיגערן וואס איז פשט. Am I missing something? קעיוומען זענען געהעריגע אפריקאנער מיט אסאך האר, אלע fossils זענען פון בע"ח וואס לעבן נאך היינט, און ער ברענגט "ראיות ברורות". די נאמען זמיר כהן האט אן אינטעלעקטואלער קלונג דערצו. כ'האב געטראכט אז אפשר רעדט מען דא פון א קלוגע איד וואס האט עכט אויסגעפיגערט די סקעמס פון די סייענטיסטן. אבער א שנעלע סירטש אויף מיין (חבר'ס) סעלפאון האט אנטפלעקט "זמיר כהן יו"ר הידברות:, ס'האט אלעס פארענטפערט.

ווען און וואו גייט ער רעדן, כ'וויל אים גיין הערן און זעהן, ברצינות.

שפתים ישק » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:08 am

· #155736
שפתים קישאקTM!

יאיר » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:32 am

· #155740
העי מר. ישק, זינט ווען בין איך נארמאל? דאס איז אן ערנסטע לשון הרע און איך בין נישט מוחל דעם וואס האט ארויסגעלאזט די שמועה.

smartinof » זונטאג אקטאבער 13, 2013 5:33 pm

· #156029
ביי דעם שיעור גייט ער מסביר זיין און ברענגען ראיות וואו מקען זען גוגל און די תורה...

ברסלבער » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 10:56 am

· #156494
אפשר זאל איינער טוהן א גענאדע און אראפברענגן וואס דער הרב כהן פארקויפט, און דערנאך דן זיין אויב ער איז יא גערעכט אדער נישט.

נאר,,פרייליך » מיטוואך אקטאבער 16, 2013 2:43 pm

· #156856
דער יושב ראש הידברות זמיר האט געמאכט דעם בריק צווישען דער פירער פון ש''ס און בעלז וואס דאס האט צוזאמגעשמאלצען חלקים פינעם היימישען ציבור מיט די וואס זענען א חלק פון די ציוניסטישע הנהגה דורכען דינען אין ראבינאט וכדומה

I'm back » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:30 am

· #157093
נאר,,פרייליך
דער יושב ראש הידברות זמיר האט געמאכט דעם בריק צווישען דער פירער פון ש''ס און בעלז וואס דאס האט צוזאמגעשמאלצען חלקים פינעם היימישען ציבור מיט די וואס זענען א חלק פון די ציוניסטישע הנהגה דורכען דינען אין ראבינאט וכדומה


איך האב דאס נישט געוואוסט!
אשרי חלקו!!

זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 11:39 am

· #157122
kliger
כישוף??
וויאזוי קען ער זיך קריגען מיט אן אפענע רמב"ם???

און די מנחת אלעזר איז זיך מחולק מיט דיר...