☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נאך בעלז און ש''ס קומט חב''ד

נאך בעלז און ש''ס קומט חב''ד

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4930

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:43 pm

· #155649
נאך בעלז און ש''ס קומט חב''ד
די משתמשים חיים שלמה וכו' גייען אהן מיט'ן זיך באניצען מיט די קודש אליין
און האבען געברענגט היצט ביים באזיך אין לאנדאן חבד'סקע פארטרעטער אינאיינעם מיט פארטרעטער פינעם בעלז החדש ביים רבי'ן
פאר א וויזיט

געב עס נאך אביסעל העט קימען אויך דרוקמאן'ס חברה אוי ווי האלט מיר אויף די וועלט
משתמשים ארויס!

I'm back » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:04 pm

· #155657
Lol, די מאכסט דיך, אדער די ביסט?

שרייבער » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 7:26 am

· #155755
שוויצער באטשי
איינער פון די פלאות ה' וואס ער האט געטון מיט אונזער דור אז ער האט געמאכט אזא סאטמארע חלוקה, דער רבי דער ברך משה איז געווארן רבי שנת תש"מ, ער האט באקומען די גאנצע ירושה פונעם פעטער, און ער האט זיך נעבעך אנגעליטן אלע יארן, יעדע פאר יאר האט ארויסגעשווימען א פרישע מערכה, ס'איז געווען א בירור אחר בירור ביז שנת תשנ"ה, בערך 15 יאר האט געדויערט די בירורים ביז ווי לאנג ער האט זיך דערזען מיט א ציבור וואס רובא דרובא זענען געטרייע חסידים ארום און ארום וואס האבן אין אים געזען זייער וועג ווייזער, אבער ער איז תמיד געבליבן אונטערן פארגרעסערונג גלאז ער זאל חלילה נישט משנה זיין.

ס'קוקט אויס אז מן השמים האט מען דאס געוואלט עוואידן פון מהר"א מסאטמאר, שטעלט אייך פאר כ"ו ניסן תשנ"ט דער רבי דער ברך משה ווערט נסתלק, בלי סבק אז מהר"א וואלט איבערגענומען גאנץ סאטמאר אן קיין איין שאס, ער וואלט אלעס געהאט אונטער זיך, אבער איר ווייסט וואס, די אלע מערכות וואס איז געווען אין די לעצטע 7 8 יאר מבחוץ, וואלט ער געהאט מבפנים, אריזאנא ווייץ, שחיטה מונחת, בעלז, חב"ד וכו' וכו' וכו', וואלטן זיינע מענטשן ביי אים אין ביהמ"ד געפירט א מערכה און איבערגעקייט 101 מאל צו האט דער רבי יא גוט געטון אדער נישט, האט ער געמעגט אזוי טון אדער נישט?.

מה עשה הקב"ה, ער האט געגעבן אריכות ימים פארן ברך משה נאך 7 יאר, אינצווישן האט ער געמאכט א שיינע חלוקה, ס'איז געווען א גרויסע בירור פסולת מתוך האוכל (99 פראצענט), די אלע קלוגע פארשטייערס וואס זענען קלוגער פון זייער רבין דור ששופטים את שופטיהם האט ער אריבערגעשיקט צו רז"ל, און ב"ה מהר"א איז געבליבן מיט מער ווייניגער געטרייע חסידים וואס פארלאזן זיך אויפן רבין אין אלעם וואס ער טוט אז ער ווייסט וואס ער טוט (איך רעד נישט יעצט פון זאכן וואס זענען נוגע יחידים), ער האט זיך נאך אזויפיל געדרייט ביים רבין ווי מנשה פילאפף וכת דילי', ער האט נאך אזויפיל צוגעזען ביים רבין ז"ל און ביי זיין טאטן ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט די אלע מענטשן, און מיר דארפן אים נישט איינטיילן, אזוי אז די אלע מערכות אויף וואס ער טוט צו ס'איז גוט צו נישט איז געבליבן מבחוץ, מיר פון אינעווייניג זעמיר זייער באקוועם מיט אלעם וואס ער טוט, ווי לאנג ס'איז נישט עפעס וואס ס'איז קעגן א דבר המפורש בתורה או בדברי חז"ל יעשה מה שלבו חפץ, ובעז"ה האט ער סייעתא דשמיא וזכות אבותיו מסייעתו.

פאריז » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:09 am

· #155776
שרייבער

נא אויב השי"ת האט שוין געטיען א חסד און זיי פארשיקט, דאן פארוואס איז עס נישט בשלימות? פארוואס האט אויסגעפעלט איבערצילאזען די 1% וואס זיי באווייזען אפצוטיען מער ווי די אבריגע 99% האבן געטיען די אלע יארן?

sefish » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:52 pm

· #155841
שרייבער
אבער איר ווייסט וואס, די אלע מערכות וואס איז געווען אין די לעצטע 7 8 יאר מבחוץ, וואלט ער געהאט מבפנים, אריזאנא ווייץ, שחיטה מונחת

איך ווייס נישט צו די מאכסט זיך אדער ביזט טאקע אזא נאר, אויב האסט טאקע אזוי ליב אריזאנע מצות זיי אזוי גיט און גיי זאג א דאנק פאר מהרז"ל סאטמאר. ווען נישט דע גאנצע צוטיילונג וואסלטו נישט געוויסט פון קיין אריזאנע צו זאגן נישט פון קיין שחיטה מינחת אדער מתחת

שרייבער » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 8:44 pm

· #155882
sefish
שרייבער
אבער איר ווייסט וואס, די אלע מערכות וואס איז געווען אין די לעצטע 7 8 יאר מבחוץ, וואלט ער געהאט מבפנים, אריזאנא ווייץ, שחיטה מונחת

איך ווייס נישט צו די מאכסט זיך אדער ביזט טאקע אזא נאר, אויב האסט טאקע אזוי ליב אריזאנע מצות זיי אזוי גיט און גיי זאג א דאנק פאר מהרז"ל סאטמאר. ווען נישט דע גאנצע צוטיילונג וואסלטו נישט געוויסט פון קיין אריזאנע צו זאגן נישט פון קיין שחיטה מינחת אדער מתחת

מיט די שחיטה ביזטו הונדערט פראצענט גערעכט, ווייל דעמאלטס וואלטן ווייטער געווען ביי די מאכט די אלטע גרויסע מאכערס וואס האבן אלע יארן איינגערעדט אז אין אמעריקא איז נישט מעגליך צו מאכן קיין שחיטה מונחת
די ווייץ איז בכלל נישט קיין ארוינישע אויסטרעף, א פלעינער יונגערמאן אין ב"פ איז אויפגעקומען מיט די עצה, ער איז געגאנגען קודם צו די זאליס וואס האבן עס אפגעווארפן צוליב די טירנויער'ס, איז ער געגאנגען צו די ארונים און האבן עס אנגענומען, ס'וואלט מן הסתם דורך אן א טיילונג אויך

גאנצל » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:44 pm

· #155889

הרב שרייבער

איך זעי אז דו ביסט נישט קיין נייע שרייבער דא אין שטיבל וויל איך דיר פרעגן וויפיל מאל האסטו שוין גענטפערט די זעלבע תירוץ אויף די זעלבע קשיא? וכבר אמר החכם איך פרעג נישט ווייל איך וויל א ענטפער איך פרעג ווייל איך וויל פרעגן

גאנצל » מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:49 pm

· #155890
sefish
שרייבער
אבער איר ווייסט וואס, די אלע מערכות וואס איז געווען אין די לעצטע 7 8 יאר מבחוץ, וואלט ער געהאט מבפנים, אריזאנא ווייץ, שחיטה מונחת

איך ווייס נישט צו די מאכסט זיך אדער ביזט טאקע אזא נאר, אויב האסט טאקע אזוי ליב אריזאנע מצות זיי אזוי גיט און גיי זאג א דאנק פאר מהרז"ל סאטמאר. ווען נישט דע גאנצע צוטיילונג וואסלטו נישט געוויסט פון קיין אריזאנע צו זאגן נישט פון קיין שחיטה מינחת אדער מתחת

און דעס אז דו עסט מצות וואס דו ווייסט נישט ווי מ'האט געשניטן (וואס הייסט ווי? אין לאנג איילענד דארט ווי די רבי האט געשניטן הא הא שוין דורך די צייטן מ'שניידט שוין נישט דארט)און אויף וועלכע אופן מ'האט דאס געשניטן און וויפיל מצומחות ס'איז געווען וויפיל מאל ס' ס'איז געווען

דעס קענסטו אויך באדאנקן דעם פוילן מהרז"ל

berlbalaguleh » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:34 pm

· #157859
א שוויצער
די משתמשים חיים שלמה וכו' גייען אהן מיט'ן זיך באניצען מיט די קודש אליין
און האבען געברענגט היצט ביים באזיך אין לאנדאן חבד'סקע פארטרעטער אינאיינעם מיט פארטרעטער פינעם בעלז החדש ביים רבי'ן
פאר א וויזיט

געב עס נאך אביסעל העט קימען אויך דרוקמאן'ס חברה אוי ווי האלט מיר אויף די וועלט
משתמשים ארויס!

וואס וואלסטו געוואלט, אז מהר"א שליט"א זאל זיך ארומרייסן מיט די גאנצע וועלט, אזוי ווי אמאל אין די אלטע גוטע צייטן?! האלט ער נישט דערביי.! 😳 🙄 😂

נאר,,פרייליך » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:05 pm

· #157864
berlbalaguleh
א שוויצער
די משתמשים חיים שלמה וכו' גייען אהן מיט'ן זיך באניצען מיט די קודש אליין
און האבען געברענגט היצט ביים באזיך אין לאנדאן חבד'סקע פארטרעטער אינאיינעם מיט פארטרעטער פינעם בעלז החדש ביים רבי'ן
פאר א וויזיט

געב עס נאך אביסעל העט קימען אויך דרוקמאן'ס חברה אוי ווי האלט מיר אויף די וועלט
משתמשים ארויס!

וואס וואלסטו געוואלט, אז מהר"א שליט"א זאל זיך ארומרייסן מיט די גאנצע וועלט, אזוי ווי אמאל אין די אלטע גוטע צייטן?! האלט ער נישט דערביי.! 😳 🙄 😂

חלילה מ'זאל נאר נישט משוגע מאכען מהר''א צו לעקן דעם און יענעם ס'פאראן א מידעל וועי צווישען זיך רייסען מיט די וועלט, ביזען גיין צום אנדער'ן עקסטרים צו נאכלויפען יעדן מחבק את עגל הזהב

משתמשים!! אינאף איז אינאף

זלמן זאפיר » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:48 am

· #157919
נאר,,פרייליך
berlbalaguleh
א שוויצער
די משתמשים חיים שלמה וכו' גייען אהן מיט'ן זיך באניצען מיט די קודש אליין
און האבען געברענגט היצט ביים באזיך אין לאנדאן חבד'סקע פארטרעטער אינאיינעם מיט פארטרעטער פינעם בעלז החדש ביים רבי'ן
פאר א וויזיט

געב עס נאך אביסעל העט קימען אויך דרוקמאן'ס חברה אוי ווי האלט מיר אויף די וועלט
משתמשים ארויס!

וואס וואלסטו געוואלט, אז מהר"א שליט"א זאל זיך ארומרייסן מיט די גאנצע וועלט, אזוי ווי אמאל אין די אלטע גוטע צייטן?! האלט ער נישט דערביי.! 😳 🙄 😂

חלילה מ'זאל נאר נישט משוגע מאכען מהר''א צו לעקן דעם און יענעם ס'פאראן א מידעל וועי צווישען זיך רייסען מיט די וועלט, ביזען גיין צום אנדער'ן עקסטרים צו נאכלויפען יעדן מחבק את עגל הזהב

משתמשים!! אינאף איז אינאף

איך כאפ נישט אינגאנצען

וועם לעקט אין לויפט נאך האדמו"ר מהר"א ?

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:06 pm

· #157983
זלמן זאפיר: דער בעל אך שמח איז נישט אזא תמים. ער ווייסט גאנץ גוט וואס דער פסוק מיינט. כ'האב אליין געהערט ווי א בחור'ל, פון די תינוקות שנשבו האט, אויסרעכענענדיג די "חסרונות" פון מהר"א שליט"א געזאגט צווישן אנדערע אז "ר'איז געגאנגען צום קלויזנבורגער... כלשונו. און ר'האט שלום געמאכט מיט ליובאוויטש...." 🙄
הלוואי זאל מען עס זאגן אויף מיר..... 😂

זלמן זאפיר » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:08 pm

· #158161
berlbalaguleh
זלמן זאפיר: דער בעל אך שמח איז נישט אזא תמים. ער ווייסט גאנץ גוט וואס דער פסוק מיינט. כ'האב אליין געהערט ווי א בחור'ל, פון די תינוקות שנשבו האט, אויסרעכענענדיג די "חסרונות" פון מהר"א שליט"א געזאגט צווישן אנדערע אז "ר'איז געגאנגען צום קלויזנבורגער... כלשונו. און ר'האט שלום געמאכט מיט ליובאוויטש...." 🙄

האסט גענפערט מיט א ראנג ניק

זוכער » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:10 pm

· #186435
ויליאמסבורג: חסיד חב''ד באירוע עם האדמו''ר

בשכונת ויליאמסבורג, מרחק רחובות ספורים משכונת קראון הייטס, מנהיג את עדתו ברמה כ''ק האדמו''ר רבי יקותיאל יהודה (מהרז''ל) טייטלבוים שליט''א מסאטמאר ● לפני כמה ימים, באירוע התרמה סגור האזין האדמו"ר לדבריו של איש העסקים החב''די ר' דודי פרקש מקראון הייטס, ואף דרש בשלום אביו הגר''י פרקש בעמח''ס נודעים בעולם התורה וההלכה
📎 69998_news_25022014_609.jpg 📎 69998_news_25022014_634.jpg

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:23 pm

· #186462
עס קוקט אויס ווי א לעבאוויטשער נגיד איז געקומען תורם זיין ביי א מסיבת צדקה, וואס איז די פרטים דארט?

I'm back » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:28 pm

· #186464
ס'גאר א לאנגע מעשה.

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:29 pm

· #186466
דא דרשנ'ט דער נגיד הנ''ל ביי אן אנדערע סאטמארע רבי ביי א מסיבת הכנה צו פארען קיין ארץ ישראל א וואך צוריק
📎 69836_news_18022014_2038.jpeg 📎 69836_news_18022014_5233.jpeg 📎 69836_news_18022014_6819.jpeg 📎 69836_news_18022014_582.jpeg

שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:03 pm

· #186489
@על טהרת הקודש ער האט קיין פראבלעם דערמיט, די אנדערע יא

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:04 pm

· #186490
@שעפטל דהיינו?

ער איז שוין מער אויפגעקלערט? אדער שפילט מען נאר אזוי?

שעפטל » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:09 pm

· #186494
אה שלום עליכם, זעצט אייך אראפ אפאר שעה און ליינט אשכול נאך אשכול ספעציעל דא אין צימעס, ושם תמצאנו. העוו פאן

עפל סיידער » דינסטאג מאי 13, 2014 7:33 pm

· #200366
📎 חב''ד.jpeg
📎 חב''ד.jpeg