[quote="
חסידיש יידש"]
ס''רעגנט ס'גיסט די אלטע באבע היסט סעקימט א פליס און ער גיט א שיס .1
2. זינעלע זינעלע שיין אויף דריי מלוחים זענען אויף, איינער לערנט תורה, די אנדערע האנדלט סחורה, די דריטע מאכט אויף די טירעלע און סשיינט אריין די זינעלע...
3. אברהם'לע מלמד ליגט אין שניי אוי וויי גיב מיר טיי, די טיי איז ביטער, עס צוקער, די צוקער איז זיס, לעק דיין פיס, די פיס איז קאלט, גיי אין וואלד, אין וואלד האב איך מורא, לערן תורה, די תורה איז הייליק, עס בייליק, די בייליק איז פארדארבן, המן איז געשטארבן, א גיט מארגן!
4. אלטע באביטשקע וואס טיסטו איינז א-זייגער? "איך כאפ א דרימל...אלטע באביטשקע וואס טיסטו צוויי א-זייגער?..
5. ווען משוגע וואלט געמאכט קליין וואלסטו געקענט זיצן אויף די ברעג פון א דיים און שאקלען מיט די פיס
6. קליינע שרהלה סוי-סוי, זיצט אין די וואסער, וויין נישט שרהלה וויין נישט, וויש דיך אפ דיינע אייגעלעך, דריי דיך צו די רעכטכ זייט, דריי דיך צו די לינקע זייט, דריי דיך צו די מיידעלע וואס די האסט די בעסטע ליב!
7. מירי און שלאכי זענען טאקע צווילינג, אבער צווישן זיי איז דא א גרויסע חילוק: מירי איז צוזאמגענימן זי האלט זיך ריין, שלאכי איז ציפלויגן איר האר איז נישט שיין.
ניען (נון) ניען, א איד טאר נישט קניע. 8
9. א גרויסע שכח, זאלסט וואקסן הויעך. א שיינעם דאנק, זאלסט לעבן לאנג-- ביז הינדערט און צוואנציג יאר געזינטערהייט
10. ארי בארי באקסער אויבן וואוינט דער דר אונטן וואוינט די קוה און דא ביסטו
אלף בית גימל, דער רבי פליט אין הימל, דלד היי וואו... .11.
12. הינט הינט,
די ביסט עשו׳ס קינד
אויב די וועסט מיך בייסן
וועט קימען מיין פאטער יעקב,
און וועט דיך צירייסן
13. אז מען זיצט בארן (ביים) טיש איז מען שטיל ווי א פיש
[/quote]