☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נטורי קרתא רופט ארויס מלחמה קעגן גאב"ד ירושלים

נטורי קרתא רופט ארויס מלחמה קעגן גאב"ד ירושלים

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4929

נאטרוליסט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:50 pm

· #155624
נטורי קרתא רופט ארויס מלחמה קעגן גאב"ד ירושלים
די קול מלחמה טעלעפאן ליניע האט אויסגערופן א ווילדע מלחמה קעגן גאב"ד העדה החרדית פאר'ן גיין מנחם אבל זיין די משפחה פון הרב עובדי' יוסף.

זיי רופן אים אן דער רב פון די ראבינאט! און ער איז "אויס" מלכי צדק מלך שלם.

הערט עס דא:
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/drc672of3umpcw4/Neterei%20Karta%20vs.%20Rabbi%20Tuvia%20Weiss.mp3">https://www.dropbox.com/s/drc672of3umpc ... 0Weiss.mp3</a>

מלחמה קעגן גאב"ד ירושלים ר' טובי' ווייס

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:02 pm

· #155630
דיין נאמען פאסט היבש צו זיי קענסט דיך מיט זיי פאראייניגען

און פיר אהן אינאיינעם א הייליגען קריג קעגן גאב''ד און גיי לעק בעלז און קיש ש''ס

אוהב ספרים » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:13 pm

· #155636
דאס איז אלטר משה ג"ב? אדער א צווייטער לאני טאון?

למדן » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:21 pm

· #155643
א שוויצער
דיין נאמען פאסט היבש צו זיי קענסט דיך מיט זיי פאראייניגען

און פיר אהן אינאיינעם א הייליגען קריג קעגן גאב''ד און גיי לעק בעלז און קיש ש''ס

א קאלט גלעזל וואסער און אטעם ריין טיף... קאהל איט בראדער

זלמן זאפיר » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:29 pm

· #155645
איז עס אמת אז ר' יצחק טובי' איז געגאנגען מנחם אבל ?

מאנדלבאום » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:55 pm

· #155654
...?Who cares
אויף צו באשמוצן ברויך מען אמת?...

ראדני שטיפער » זונטאג אקטאבער 13, 2013 10:45 am

· #155948
קאנפירעמד: די גאב"ד שליט"א איז נישט געווען מנחם אבל זיין משפחת ר' עובדי',

זלמן זאפיר » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:57 pm

· #156244
אליינס קאנפירמיט מיט א בחור

היימישער ליטוואק » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 5:37 pm

· #156335
פארוואס טאקע נישט?

נאר,,פרייליך » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:57 pm

· #156396
נאטרוליסט:
ביטע ברענג בילדער פינעם ניחום אבלים צו וואס בלויז רעקארדען פון יוז סטריט נטו''ק מחאות

ווייז קלאר פאר'ן עולם די פאקטען לעבעדיג זוי זאלסט'ך קענען מחי' זיין אויפן חשבון הגאב''ד ווייל ס'העט'ר ברענגען מער פארטייאישע בענעפיטען.

אז מ'נעמט מיט א גאפעל קאן'ך אייך ניש העלפן.