☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » גייען די סאטמארע נייעס בלעטער רעדן פון ר' עובדיה'ס פטירה?

גייען די סאטמארע נייעס בלעטער רעדן פון ר' עובדיה'ס פטירה?

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4925

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 2:47 am

· #155489
גייען די סאטמארע נייעס בלעטער רעדן פון ר' עובדיה'ס פטירה?
וואס זאגט עטס קינדערליך, ביז יעצט ווען דער בלאט האט דערמאנט ר' עובדיה האבן זיי עם גערופן "די ספרדישע גייסטישע פירער", איז די שאלה צו יעצט וועלן זיי האבן די חוצפה בכלל נישט צו רעדן דערפון, אינגאנצן עס צו איגנארירן, אפשר וועלן זיי עס צושרייבן ביי די קעסטל טשיקאווע נייעס.. איך ווייס וואס זיי קען בייפאלן..

די ספק איז נאר דער בלאט, די יוד וועט עס זיכער איגנארירן, נישט אזוי?

דייטל » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:50 am

· #155490
די שאלה איז צי האט ער געהאלטן אז אידן מעגן האבן א מדינה פאר ביאת המשיח און געוואלט קיום המדינה דאן איז עס לשיטת הויואל משה ציונות [לייען : אפיקורסות] טא ברויכן זיי עס דאן נישט דעקן לשיטתם.

איך ווייס נאר נישט פונקט וואס הרב יוסף האט געהאלטן אין די ענינים, און בכלל איז א שאלה וויפיל די סאטמוירים בכלל זענען אויסגעקאכט היינט און פראקטיצירן נאך שיטת הויואל משה.. ימים ידברו.

אבי גערעדט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:53 am

· #155495
א גוטע שאלה, געמיר א שעה צוויי כ'וועל דיר האבן א קלארע ענטפער

outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 8:19 am

· #155496
'די צייטונג' באשרייבט זייער שיין דעם אינגען מתמיד און קנאי אויף 2 בלעטער, אין די לעצטע פארעגראף שרייבט ער אז תשי''ט האט ער זיך געדרייט לינקס.

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:13 am

· #155520
דער איד אינעם פאליטישער קוק ווינקעל געט אראפ דעם קלארען בילד איבער'ן נפטר הגדול

און עקסטער א קורצע באשרייבונג כנוסח ה'די צייטונג

ס'א פלא זייער גאטס זיך ארויסצושטעלן אזוי פעסט בזמן וואס די וועלט'ס פרעסע קלאגט מיט זוידיגע טרערן אויף די פארלוסט

דולה ומשקה » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:50 pm

· #155546
רבי אברהם האלבערשטאם שליט"א מטארטיקוב ווייסט צו זאגען אז דער סאטמאר רב האט איהם געוואלט אריין נעמען אין דער עדה, נאר צוליב מאיזה סיבה לא יצא מכח אל הפועל.
לכאורה וועט אויס קומען אז דאס געווען פאר תשי"ט.
וואס האט הרב עובדיה געטוהן במשך השנים תש"ח ביז תשי"ט?

וואס זאל נאר נישט זיין, פון סאטמער רב'ס בליק האט ער אויך אויפגענומען דער מנחת יצחק וואס איז געוועהן א שטארקע אגודיסט, אין דייקא איהם האט דער סאטמער רב בחור געוועהן אלץ ראב"ד נאך רבי פנחס עפשטיין'ס פטירה, ס'טאקע געוועהן פאשקעווילן מצד הקנאים אז 'שוב רבינו סר מן הדרך', דער 'שוב' איז געוועהן וויבאלד ער האט נישט גע'אסר'ט די בחירות העירית.

שפתים ישק » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:21 pm

· #155555
שפתים קישאקTM!

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:14 pm

· #155581
'דער איד' פארגינט נישט פאר רב עובדיה יוסף דעם טיטל 'גאון', מסתמא איז ער נישט אזא ת"ח ווי די אחים הגאונים פילאפף אדער משפחת הדיינים פרידמאן.

אבי גערעדט » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:20 pm

· #155585
דער בלאט האט א באשרייבונג פון 2 זייטן

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:27 pm

· #155588
[ציטאט אראפגענומען]


ס'נישט קיןן ראי' השוחד יעור דער אדמו''ר האט געקריגען א כתב יד פינעם הגאון החכם ברויך מען עפעס צוריק צאלען הכרת הטוב איז א אידישע מדה

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:36 pm

· #155594
ווי איז געוועין זייער הכרת הטוב די אלע יארן ווען זיי האבן עם גערופן 'די ספרדישע גייסטישע פירער'?

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 3:45 pm

· #155597
zurich
ווי איז געוועין זייער הכרת הטוב די אלע יארן ווען זיי האבן עם גערופן 'די ספרדישע גייסטישע פירער'?


די משתמשים בק' האבען ערשט איצט עס מוציא געווען לאור עולם האבען די שרייבעליך אפגעצאלט דעם תשלום

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:12 pm

· #155607
א שוויצער


ס'נישט קיןן ראי' השוחד יעור דער אדמו''ר האט געקריגען א כתב יד פינעם הגאון החכם ברויך מען עפעס צוריק צאלען הכרת הטוב איז א אידישע מדה

ביטע זיי מסביר פון וואסערע כתב יד מ'רעדט. א דאנק!

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:16 pm

· #155608
this
8113.jpeg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 4:19 pm

· #155609
וואס איז געווען די מעשה, און פארוואס שרייבט ער עס?

הדד בן בדד » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:29 am

· #155744
[ציטאט אראפגענומען]


זיי זענן די גרעסטע פאלעטישענס פון אלע דריי. איך האב דאס שוין געשריבן מער ווי איין מאל. א איד וועלכער טוט זיך אידענטיפיצירן מיט די עדה החרדית\סאטמאר קנאי'שע קרייזן דארף זיין זייער בייז אויף הרב עובד', חוץ פון זיין זיין א טייל פון די מדינה מיטן זיין נאנט צו די מזרחי און שטיין בראש פון א פארטיי פון כנסת, איז ער פארדעם געווען רב הראשי הציוני, רב הראש דעיר תל אביב, און אויף פילע פסקי הלכה געווען זייער לינק, ווי למשל דאס מאשר זיין דעם היתר מכירה פון רב קוק, און ועל כולם, דאס ערגסטע פון אלעם, דאס מיטשטיין מיטן חוק גיוס בנות.

אזא צייטונג מעג שרייבן א פארעווע באהאנדלונג, ווייל נאך אלעם איז עס דאך נייעס, אבער אים צו באשרייבן מיט גרויסע גדלות'ן איז סתם פאליטיק

ציבעלע-קיגל » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:41 am

· #155789
א שוויצער
this


דאס איז פאלש...

נאטרוליסט » זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:38 am

· #155922
אינארעסאנט, אויף הרב אלישיב, וועלכע האלט זיך פאר א "תלמיד" פון קוק, און איז געווען אין "היכל שלמה" און מתיר געווען חפירות, אים האט דער איד שיין באשריבן.

פאני+בעלאני. קיין קנאות, קיין תורה, קיין אידישקייט. פאליטיק = פאליטיק.

ידען » זונטאג אקטאבער 13, 2013 1:47 am

· #155933
וואס איז געשעהן צו ישראל מ סופר און צו ב טויב?

ער שרייבט גארנישט וועגען ר׳ עובדי יוסף.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:40 pm

· #156130
ידען
וואס איז געשעהן צו ישראל מ סופר און צו ב טויב?

ער שרייבט גארנישט וועגען ר׳ עובדי יוסף.

שכוח. קאווע. נאך א מזל כ'האב נישט געקויפט דעם צייטונג די וואך. נישט געדאגה'ט ישראל מם. וועט שוין משלים משלים זיין אין די קומענדיגע וואכן. מיט פראצענט.

דעת תורה » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:44 am

· #156160
[ציטאט אראפגענומען]

יאיר » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 12:50 am

· #156165
דעת תורה
[ציטאט אראפגענומען]

ג"א מצטרף. אפשר קענען אייערע ליפן מער מאריך זיין איבער דער בוך ומחברו?

שפתים ישק » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 1:35 am

· #156169
שפתים קישאקTM!

גאלד » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:32 am

· #156211
כ'מוז זאגן דער בלאט איז זייער "באלערנד", איבערהויפט פאר א סאטמארער ניו יארקער ליינער, וואס איז קיינמאל געווארן עקספאזד צו דעם מענטש'ס תולדות, ער האט א לאנגע באשרייבונג פון זיין ביאגראפיע מיט פילע דעטאלן לגמרי נישט צו נעגאטיוו, לכתחלה האב איך עס געליינט פשוט אלס נייגער, דערווייל האב איך סתם אזוי הנאה געהאט צו זיך באקענען מקור מחצבתו ותולדותיו

zurich » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:02 pm

· #156292
גאלד
כ'מוז זאגן דער בלאט איז זייער "באלערנד", איבערהויפט פאר א סאטמארער ניו יארקער ליינער, וואס איז קיינמאל געווארן עקספאזד צו דעם מענטש'ס תולדות, ער האט א לאנגע באשרייבונג פון זיין ביאגראפיע מיט פילע דעטאלן לגמרי נישט צו נעגאטיוו, לכתחלה האב איך עס געליינט פשוט אלס נייגער, דערווייל האב איך סתם אזוי הנאה געהאט צו זיך באקענען מקור מחצבתו ותולדותיו

זייער נעגעטיוו מעיבי דו אלטץ א סאטמארע האסט עספעקט ערגער קיקסט עס אן גיט....

גאנצל » מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:20 pm

· #156298
zurich
גאלד
כ'מוז זאגן דער בלאט איז זייער "באלערנד", איבערהויפט פאר א סאטמארער ניו יארקער ליינער, וואס איז קיינמאל געווארן עקספאזד צו דעם מענטש'ס תולדות, ער האט א לאנגע באשרייבונג פון זיין ביאגראפיע מיט פילע דעטאלן לגמרי נישט צו נעגאטיוו, לכתחלה האב איך עס געליינט פשוט אלס נייגער, דערווייל האב איך סתם אזוי הנאה געהאט צו זיך באקענען מקור מחצבתו ותולדותיו

זייער נעגעטיוו מעיבי דו אלטץ א סאטמארע האסט עספעקט ערגער קיקסט עס אן גיט....


און אפשר דו אלס אנטי סאטמרער קוקסט עס אן נעגאטיוו