☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הצלה דשיכון סקווער

הצלה דשיכון סקווער

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4919

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:05 pm

· #155301
הצלה דשיכון סקווער
און ליכט פון דו ידוע אז און סקווער גייען זיי אריין נעמען נשים און דו ארגענעזאציא,

איך וויל דא אויסשמיסן און קודם אנפרעיגן דא ביי דו סקווער דא, מה יום מיומים, וואס האט זיך איצט געטוישט, איך ווייס אז ביז היינט איז אויך געוועין שוין פרויען וואס האבן מכניס געוועין קינדער לאור העולם און געדינט הצלה ד'סקווער אלץ הייבאמס.

הגם איך בין דערגעיגן ווייל איך האלט אז אידישע פרויען און אלגעמיין זענען נישט געקנעיטן פון א טייג וואס קען האנדלען אויסערארנדליכע פאסירינגען, נאר פון א טייג וואס האלט זיי ציריק פון איבער טראגן א געוויכט, זיי קענען נישט האנדלען מיט דעים טעיגליכען, ווי אזוי וועלן זיי האנדלען מיט געבורט פון קינדער, אדער א פרוי וואס האט א הארץ אטאקע.

א אידישע פרוי פון חסידישע אפשטאם, קיקט אלעמאל ווי אזוי מען זעיט אויס און דו גאס, ווי אזוי גייט מען איר אנקיקן, עס איז נישט פאסיג אז מען זאל שטיין און גולם'ען ביז ווי לאנג דער פרוי גייט זיך ב'פארענען, און זיכער מאכן אז אלעס איז שוין מסודר.

ווער נעמט דעים אחריות אויף דו קרבות וואס גייט פאסירן אויפן לאנגען וועיג ציריק פון שפיטאל, איך קען עס נישט באגרייפן, עס מאכט נישט קיין צענט, און מיינע אויגן קען עס נישט פאסירן אן קיין מכשולות.

שטעלט עינק פאר מען קימט ציריק פון א קאל ווי מען האט געראטעוועט איינעם'ס לעיבן, ווי יעדער איז אויפגעלייגט, יעדער איז העפי יעדער קלאפט זיך אין ריקן, פארן דזשאב וועל דאן, גייט מיר איינער זאגן אז דער פרוי וואס איז אינוואלווד איז פון אייזן, זו ברויך נישט קיין שום איינערקענינג, זיי דו מענער און פרויען גייען נישט איבערשמיסן צוויי פארטאגס אלע דיטאלן, ווער נעמט אחריות אז דו שמיעס וועט זיך נישט פארציען און פראפארציעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, גייט זיין אויף יעדע אמבעלאנץ א זעלנער וואס גייט אָבאַכט געיבן, אז מען זאל זיך נישט פארלירן חלילה,

אזא זאך ציטיען איז נישט אביזריה דעריות, דעיס איז קרוב לעריות ממש,

ווער רעדט נאך פינם חלק אז נשים זענען באשאנקן מיט ניין מאס רייד, און קענען זיך נישט האלטן דאס מאל, ווער נעמט אחריות אויפן פריוואטקייט פינעם פאציענט.

איך פארשטיי אז ביי גוים זעיט מען כסדר נשים און אלעס פארט, מיז מען אבער פארשטיין דו חילוקים, א אידישע פרוי איז געקניפט און געבינדען מיט חבר'טעס משפחה, און האט א דראנג פאר אנערקענינג, עס איז נישט מעיגלעך אז זיי זאלן קענען ביישטיין דעים נסיון.

אישה אחת מאלף לא מצאתי.

outspoken » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:13 pm

· #155304
נישט פארגעסען צוצילייגען אז סקווער פארט קיין מאנהעטען, וואס טוט זיך מיט ייחוד (געווענדליך איז די 1 דרייוער און 2 אין בעק)

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:40 pm

· #155312
עליכם השלום אנאנים,
שיין פון אייך אזא אויפנאמע
עס פלאצט מיר דער מוח ווען איך טראכט וויפיל טיפשות עס ליגט און אזא חומרא, אז מען ברויך נשים פאר נשים.

איך שפיר זיך פערזעינלעך געטראפן, ווייל איך בין א מאן וואס האט שוין ג'ארבייט מיט פיל פאציענטן פון אנדערע ג'ענדער, און איצט גייט דער עולם אנהייבן חושד זיין אז ביי אינז טיט זיך אפ לא עלינו ווער ווייס וואס, עד שבאה סקווערע הצלה, ותיקון גדול תיקנם, אז מער זאל נישט פארקימען דעי אלע פראבלעימען מיט וואס זיי פלעיגן זיך ארים מיטשען, דעיס איז אלעס הייסע ליפט, עס איז נישט באקאנט קיין שום פרשה, וואס א מיכשול איז ארויס געקימען פון א הצלה קאל.

יא עס זענען געוועין אינשי דלא מעלה אינעם ארגענעזאציא, וואס נאך א קאמפלעין צוויי האט מען זיי עלימענירט, אבער אויף א מוסשטאבליכען פארנעם, וואס זיי האבן געמיזט נעמען אזעלכע ערענסטע נער'ישע שריט איז נישט באקאנט.

שווארץ אויף ווייס » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:43 pm

· #155314
I will tell you a good story, I had a neighbor a very frum lady she once told my wife that she is useing a midwife group because she doesn't want men to tuch her, one night I heard a noise in the hall, it was a full trauma call the man form cheva hotzola delivered her baby.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:45 pm

· #155315
😂
שווארץ אויף ווייס
I will tell you a good story, I had a neighbor a very frum lady she once told my wife that she is useing a midwife group because she doesn't want men to tuch her, one night I heard a noise in the hall, it was a full trauma call the man form cheva hotzola delivered her baby.

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:58 pm

· #155317
הצלה מאן

איך שפיר זיך פערזעינלעך געטראפן, ווייל איך בין א מאן וואס האט שוין ג'ארבייט מיט פיל פאציענטן פון אנדערע ג'ענדער, און איצט גייט דער עולם אנהייבן חושד זיין אז ביי אינז טיט זיך אפ לא עלינו ווער ווייס וואס,

און דו ווילסט אפ' טרייען צו איינעם איינרעדען אז דו ביסט און הצלה?? זאג דו ווילסט באשמוצען סקווירא לאז ארויס הצלה פון די פיקטשער

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:14 pm

· #155326
עליכם השלום לעמיל
איך האב גארנישט קעיגן סקווער.

מיך גייט אן ווען מיר זענען צעינליגע געיגענטער טייל חסידיש, טייל ליטוויש, טייל גאר מאדערן, מיר האבן א וועד הרבנים הכללי, א וועד הרבנים פרטי און יעדע געיגנט, מער ווייניגער קומט מען זיך א דורך אויף כמעט אלע עכטע ענינים וואס זענען נוגע פאר אלע עניני פיקוח נפש.

קומט צוגיין איין געיגענט און מאכט שבת פאר זיך, און איז מחדש חומרות וואס עס איז נישט איינגעפאלן פאר קיין שום פריערדיגע רבנים,
דו ארגענעזאציא האט זיך נישט ארגענעזירט נעכטען, דעיס איז געווארן דורך געקנעיטן, געזיפט און אויסגעדראשן ביי דו אלטע פאפא רב, שארמרשע רב, קאשויער רב אלע פריערדיגע סאטמערע רבנים, צעיעלמע רב, וואוידעסלאווער רב, מאנטעוועדעיע רב, אלע זכרונם לברכה'ס און שליט"א'ס, זענען געוועין אינוואלווד, קריטיקירט פאראכטען געטוישט, הן און הלכות שבת ויו"ט, און אלע אנדערע הלכות השייכם להצלה ופיקוח נפש.

קימען זיי אן קיין סטאדי'ס, נאר ווי דיקטאטורן, און קיין דורך פאל איז נישט קיין אפציא, רעדן זיך נישט א דורך מיט אנדערע געיגענטער, נאר עפענען אויף הצלה מיט פינף און צוואנציג נשים, ווייל אזוי ווילעך און אזוי וועט זיין.

איך בין קלאר ווי דער טאג, הגם איך פערזעינלעך קען עס נישט פראָווען, אז דו קארדענירעס פון שיכון סקווער זענען דערגעיגן, נאר קיין ברירות האבן זיי נישט, ווייל מן הסתם האט דער רבי'ס שטיב געזאגט אז מיר הייבן אן ציילן ביז דריי, און ווען מיר ענדיגן נומער דריי, מיז זיין א חברה הצלה מיט כך וכך נשים, אויך יעדע נאָש מיז נעמען ביים רבי'ן א ברכה, און אויב הערן מיר ציריק איין שלעכט ווארט וועט מען ארויס קימען בחרב וחנית, ווייל דעיס גייט דעים רבי'ן שליט"א עד דיכדוכא פון זיין געהויבנעם זעיל.

קיין סך האבן זיי נישט געקענט טיען נאר און דו שנעליקייט פארפילן רצון קדשו, און דעים רבי'ן'ס זכות וועט מגין זיין.

ברסלבער » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:20 pm

· #155330
איך ווייס נישט וואס טוט זיך אין סקווער, און וואס די סיבות זענען וואס ברענגט זיי צו מאכן א פרויען הצלה. אבער בעצם דער רעיון איז א געוואלדיגע זאך און בכלל נישט משום חומרא, נאר פאר אביסל איינזעהניש מיט די פרויען וואס דארפן נעבעך האבן א קינד אינדערהיים מיט הצלה, און די בושות וחרפות וואס זיי ליידן איז אין לשער, ווען עס ריקן זיך אן א באנדע הצלה מעמבערס וואס דארפן אלעס מיטהאלטן.
יעדע פרוי וואס האט נאר אמאל געהאט א קינד מיט הצלה, וואונטשט זיך אז עס זאל זיך עפענען אין אלע געגענטער א פרויען הצלה פאר די צוועק.

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:21 pm

· #155331
די גאנצע סיסטעם ווי אזוי זיי גייען ארבטען מאכט נישט קיין סענס, ליין די צעטעל.
image.jpg

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:27 pm

· #155338
הצלה מאן
איך בין קלאר ווי דער טאג, הגם איך פערזעינלעך קען עס נישט פראָווען, אז דו קארדענירעס פון שיכון סקווער זענען דערגעיגן, נאר קיין ברירות האבן זיי נישט, ווייל מן הסתם האט דער רבי'ס שטיב געזאגט אז מיר הייבן אן ציילן ביז דריי, און ווען מיר ענדיגן נומער דריי, מיז זיין א חברה הצלה מיט כך וכך נשים, אויך יעדע נאָש מיז נעמען ביים רבי'ן א ברכה, און אויב הערן מיר ציריק איין שלעכט ווארט וועט מען ארויס קימען בחרב וחנות, ווייל דעיס גייט דעים רבי'ן שליט"א עד דיכדוכא פון זיין געהויבנעם זעיל.

דעיס איז נישט אמת

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:35 pm

· #155343
ברעסלעווער, דעיס איז נישט אמת, אוודאי איז דא בושות, אבער וויסען זאלסטו אז דעי פרויען וואס שעימען זיך איז נישט פון דעים הצלה מאן, זיי ווייסן געוועינטלעך נישט ווער איז, אויב יא שיקן זיי דאנק בריוו, און די וואס שעימן זיך, איז עס אפילו אויב מען ריפט הצלה פאר סיי וואס, עס איז ווייל זיי האבן מורא אז יעדער קיקט,

כמעט אלע מאל, איז דו פאציענט'ס גרעסטע דאגה, וויפיל מענטשען קיקן, עס איז נישט פינעם מעמבר וואס זיי האבן בושה,
דעיס איז א פאלטשע באהויפטינג.

נומער צוויי, עס ריקן זיך נישט אן קיינע באַנדעס, אויב איז דא איין איבריגע מאן איז עס פאר א סיבה, איך קען איצט נישט אריין גיין אינעם גאנצן סדר ווי אזוי עס ארבייט, אבער און קארצען, אז מען ברויך מעדיקס, איז ווייל עס איז דא פראבלעימען, און דער אי עמ טי ריפט פאראמעדיקס קימען צוויי אינגעלייט פינעם הויכן ראַנג.

אגב אז מען רעדט שוין, וויל איך דא זאגן, אז דו דיפארטמענט אף העלט, האט געמאכט א תקנה, אז ביי יעדעול טראמע, ווי מיר ריפן דאס אן, מיז קימען מעדיקס, און אזוי פירט זיך דו אי עם עס, גלייבט מיר אז זיי האבן דאס נישט געטיען פאר פאן, זיי האבן דאס שטאדירט און געקימען צו דו מסקנות.

אלע הצלה געיגענטער, האבן געמיזט אן נעמען דעים פסק, און זינט דאן פירן מיר זיך טאקע אזוי, איך פערזעינלעך האלט אויך אז עס פעילט אויס.

פרעיג איך אייך צו איז דא איין פרוי און סקווער וואס איז א פארעמעדיק, ניין, קימט אויס אז זיי טיען זאכן אויף דו אייגענע האנט, אן קיין פארוואס אדער פארווען, זיי טיען פאר פרימקייט פארמידן פינעם פאציענט דו קעיר וואס עס קומט זיי, יעדע קאל וואס ברויך מעדיקס, ווי אזוי גייט דער הצלה מאן קענען טריטן ווען דער פרוי שטייט איר אינטער דו פיס, עס איז א געלעכטער פאר יעדער וואס קען דעים ענין פון דו נאנט, נישט ווייל מיר זענען חזרים, נאר ווייל מיר ווייסן דאס פון עקספיריענץ

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:37 pm

· #155346
לעמיל
הצלה מאן
איך בין קלאר ווי דער טאג, הגם איך פערזעינלעך קען עס נישט פראָווען, אז דו קארדענירעס פון שיכון סקווער זענען דערגעיגן, נאר קיין ברירות האבן זיי נישט, ווייל מן הסתם האט דער רבי'ס שטיב געזאגט אז מיר הייבן אן ציילן ביז דריי, און ווען מיר ענדיגן נומער דריי, מיז זיין א חברה הצלה מיט כך וכך נשים, אויך יעדע נאָש מיז נעמען ביים רבי'ן א ברכה, און אויב הערן מיר ציריק איין שלעכט ווארט וועט מען ארויס קימען בחרב וחנות, ווייל דעיס גייט דעים רבי'ן שליט"א עד דיכדוכא פון זיין געהויבנעם זעיל.

דעיס איז נישט אמת

אה שכוח, יעצט צו איך ציריק

למדן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:39 pm

· #155347
איך זעה נישט פארוואס דאס זאל איינעם באדערן אויסער אויב דו ווייסט אז עס קומט יא פאהר און די ווילסט עס קאווערן.
אויב האט יענער באשלאסן אז לטובתו איז בעסער פרויען הצלה וואס כייט עס דיך אהן? דארף באדערן אלע גראסערי לייט אז איין גרסערי נעמט בדוקא אויף פרויען קעשיערס?
אפילו די גרויסע וואס האבן געהאלטן אז מ' טאר נישט בעסער מאכן פון די פריערדיגע האבן שוין אויך געטוישט.
כלל גדול, אויב באדערט דיך יענעמס חומרא קוועטשט דיך עפעס ביי די אייגענע.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:45 pm

· #155349
הצלה מאן: כ'הא(ב) דיר געגעיבן א לייק ווייל דו קענסט ארויסברענגען אן ערנסטע נקודה אויף א שמייכלדיגן אופן. מעין אביסל אזוי ווי "פרישער" שליט"א. נאר איין קליינעם ספעללינג מיסטעיק ווילעך דיר פאררעכטן. "חנות" מיט א וואוו, איז א געשעפט. א שווערד שרייבט מען אויף לשה"ק "חנית", מיט א יוד. 😂 👍

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:47 pm

· #155350
למדן, ווען דיר פאלט איין אז דו ווילסט עסן מרור אן חרוסת, גייט מיך נישט אן, אבער ווען דו זאגסט אז יעדר זאל עסן דעמאלץ איז שוין א פראבלעים, ווען סקווער איז מחליט אז זייערע קאלעיגן און אינטערטאנען מיזן ווערן געטריט נאר דורך פרויען איז אנדערש ווי ווען א למדן איז מחליט אינגאנצען נישט ריפן הצלה.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:54 pm

· #155351
ס'איז די זעלבע זאך ווי מענער דאקטוירים וועלכע טריטן פרויען פאציענטן. וואס איז 100% מותר לכתחילה לפי הגמרא. אלעס וואס די הצלה מעמבערס טוען איז לפי הוראת הרבנים שליט"א. אט אויף דעים איז געזאגט געווארן אין פרקי אבות "ולא עם הארץ חסיד". 🙄 😳

למדן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 6:00 pm

· #155353
סאו זאכן הייבן אהן צו ווערן קלארער, דהיינו, איך האב פארשטאנען אז די פראבלעם איז אז מען איז מרנן אויף די הצלה און דו אלס א הצלה מאן באדערט זיר דאס זייער שטארק, יעצט הייב איך הערשט אהן צו פארשטיין אז די פראבלעם איז אז דער רבי דארטן וויל ארויפצווינגן א פרויען הצלה אויף זיינע מענטשן.
אויב וואינסטו נאך אין סקווירא און עס באדערט דיך פארוואס ער צוואונגט עס ארויף אויף דיר איז עס א כללית דיגע שאלה וויפיל דער רבי האט א רעכט אויף זיינע מענטשן אין שטעטל וואס איז שוין עטליכע מאל אויסגעשמועסט געווארן.
אויב וואוינסטו שוין נישט אין סקוירא זעה איך נישט פארוואס עס זאל דיך מער באדערן ווי ווען איך נעם א גרעסערע שיעור מרור און חרוסת.
(להערה בעלמא, פערזענלדך האלט איך מער פון א מענער דאקטאר, ווי אויך נעם איך נישט קיין שטעלונג אין די נושא פון פרויען הצלה)

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 6:07 pm

· #155354
איך ווייס נישט פון קיין שום רינן, אדרבה ווער עס ווייסט פון רינעכץ זאל זאגן, עס איז און מיינע אויגן סתם א תיקון וואס א נער איז אויף געקומען מיט, ארויף צו צווינגען אויפן ציבור, אולי איז עס אפילו נישט דעים רבי'ן אייגענעם איינפאל, נאר איינער וואס האט אן השפעה אויפן רבי'ן און אים אריין געריקט און דעים געשעפט.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 6:38 pm

· #155360
קיינער מאכט נישט קיין רינון אויף קיין שום הצלה מאן,

עס איז פשוט פראקטישער און באקוועמער אז א הצלה פרוי זאל מאכען די דעליווערי ווען עס פעלט זיך אויס. רוב פרויען חסידשע פרויען - לאו דווקא סקווער - וואלטען מן הסתם געגליכען אז אלמלא עס קימט צי אזא סוטאציע זאל עס זיין א פרוי וואס העלפט ארויס און נישט א חסידישער יונגערמאן,

עס איז צייט אויפציהערן מיט די גאווה וואס א טייל הצלה לייט האבן, און עס איז צייט אויפציהערן מיט סעקסיזעם אז פרויען קענענן נישט גארנישט, עס איז אינטערסאנט אז אין שפיטאל ווערט רוב ארביט געטיען דורוך פרויען.. זעט אויס אז פרויען קענען יא עפעס...!

הצלה מאן » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 7:04 pm

· #155366
פאריז זיי מיר מוחל דו מאכסט סעקסיזם ווען דו זאגסט אז א פרוי קען נישט באהאנדלט ווערן דורך א מאן, אזוי פירט זיך דו גאנצע וועלט אז ווען עס קומט עניני רפואה קיקט מען נישט אויף פרוי אדער מאן, נאר מען קוקט גיטע אדער בעסערע דאקטאר.

איך זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין פרויען מיט אויער רינגען, וואס זענען בעסער ווי מענער, אוודאי זענען אלע שפיטעילער אנגעפילט מיט פרויען, אבער זיי זענען סינגעלס פון קאלידש הפקר'טע'ס אדער געקנעיטן פון מאדערענע טייג, אדער פרויען מיט קאריער פערסט אטיטוד, נישט א פארשוויצטע פרוי וואס כאדעוועט אויף א קינד מיט שטיבער.

berlbalaguleh » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 7:41 pm

· #155371
פאריז: ס'איז נישט קיין פראגע פון קענען. דאס האט גארנישט צו טון מיט מענער אדער פרויען. נאר די וועלכע ווילן מאכן דעם "תיקון" קומען מכח פרומקייט. איז דער תירוץ אויף דעים אז ווען פרויען זאלן מיט גיין אויף הצלה קאללס, קענען ארויסקומען גרעסערע מכשולות.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 7:52 pm

· #155372
berlbalaguleh
פאריז: ס'איז נישט קיין פראגע פון קענען. דאס האט גארנישט צו טון מיט מענער אדער פרויען. נאר די וועלכע ווילן מאכן דעם "תיקון" קומען מכח פרומקייט. איז דער תירוץ אויף דעים אז ווען פרויען זאלן מיט גיין אויף הצלה קאללס, קענען ארויסקומען גרעסערע מכשולות.


ווען דער תיקון קימט ווען פון פלעטבוש הצלה וואלסטע געהאט א אנדערע בליק אויף די נושא?

הצלה מאן
איך זאג נישט אז עס איז נישט דא קיין פרויען מיט אויער רינגען, וואס זענען בעסער ווי מענער, אוודאי זענען אלע שפיטעילער אנגעפילט מיט פרויען, אבער זיי זענען סינגעלס פון קאלידש הפקר'טע'ס אדער געקנעיטן פון מאדערענע טייג, אדער פרויען מיט קאריער פערסט אטיטוד, נישט א פארשוויצטע פרוי וואס כאדעוועט אויף א קינד מיט שטיבער.


א פרוי מיט א שטוב מיט קינדער פארשטייט וואס מיינט אחרוית, און אז זי האט גענימען די מי זיך צי לערנען emt איז טייטש אז זי איז דערין,
בכלל קענסטע זאגען זאך כמעט די זעלבע זאך אויף יעדעם הצלה מאן רייסער מיט זיינע זיבען אין צוואנציג לעלוס אויפן דאך, זיי זענענן אויך נישט קאריער פערסט אטיטוד, א חוץ אויב די ווילסט זאגן אז זיין א הצלה מאן איז שוין די קאריער, און איז די העכסטע וואס שייך ציציקימען.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 7:52 pm

· #155374
הצלה מאן, אין וועלכע סקול האסטו געלערנט פרידיש.

מען קען מאכן א שטיקל פשרה. אבער די נארישע זאך איז אז די פרויען קענען נישט אליינס דרייוון צום פאציענט. דאס איז נאן סענס. בדרך כלל דארף מען נישט קיין נשים פאר א אלגעמיינע קעיס, אז א פרוי כאפט ח"ו א ברי האט זי נישט קיין פראבלעם מיט א הצלה מאן, אבער האבן א קינד איז זיכער א פרוי באקוועמער, און גענוג הייבאמס באשטייען פון פרויען. זיי פארשטייען זייער גוט דערצו, ואין חכמה כבר נסיון, אבער זיי דארפן אייגענע שליסלען צו א קאר.

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 8:17 pm

· #155376
בכלל נישט אזןי זיכער אז א פרוי וועט ענדערש וועלן א פרוי זאל איר באהאנדלען, גייט אהיים פרעגט די ווייבער וועט איר זעהן. א פרוי איז מער קאמפעקסד, און וועט זיך מער שעמען פון א פרוי, זיכער אזוי ווען די פרוי איז א היימישע וועם זי טרעפט כסדר אין שפייז קראם (נישט אזוי הייסט די גראסערי אין סקווירא?) משא״כ דער מאן הצלה קומט נאר אין די מענער שעות.

פרישער » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 8:28 pm

· #155378
איך קלער אז סקווירא איז און א געוויסן זין ערגער ווי דו בארא פארקער עזרת נשים, ווייל זיי זענען כאטש נאר נשים נישט קיין צימישעניש

גאנצל » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 11:33 pm

· #155420
בקיצור דיין פראבלעם איז נישט אז פרויען זענען הצלה לייט דיין פראבלעם איז נאר אז די העליגער האט דאס לכאורה ארויף געצווינגען וועגן נארישע פרומענישן

אין אנפאנג האסטו געהאט א פראבלעם מיט אביזרייהו דעריות יעצט האסטו א פראבלעם מיט אביזרייהו דע"ז....

געפילטע פיש » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 11:45 pm

· #155424
הצלה מאן
ווער נעמט דעים אחריות אויף דו קרבות וואס גייט פאסירן אויפן לאנגען וועיג ציריק פון שפיטאל, איך קען עס נישט באגרייפן, עס מאכט נישט קיין צענט, און מיינע אויגן קען עס נישט פאסירן אן קיין מכשולות.

שטעלט עינק פאר מען קימט ציריק פון א קאל ווי מען האט געראטעוועט איינעם'ס לעיבן, ווי יעדער איז אויפגעלייגט, יעדער איז העפי יעדער קלאפט זיך אין ריקן, פארן דזשאב וועל דאן, גייט מיר איינער זאגן אז דער פרוי וואס איז אינוואלווד איז פון אייזן, זו ברויך נישט קיין שום איינערקענינג, זיי דו מענער און פרויען גייען נישט איבערשמיסן צוויי פארטאגס אלע דיטאלן, ווער נעמט אחריות אז דו שמיעס וועט זיך נישט פארציען און פראפארציעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, גייט זיין אויף יעדע אמבעלאנץ א זעלנער וואס גייט אָבאַכט געיבן, אז מען זאל זיך נישט פארלירן חלילה,

אזא זאך ציטיען איז נישט אביזריה דעריות, דעיס איז קרוב לעריות ממש,

אז א מאן און פרוי שמועסן איבער דיטעילס פון א קאל ציעט זיך עס אוטאמאטיש אריבער צו "פראפארציעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן"? זאג, דו ביסט אפשר אויפגעוואקסען אין סקווער? וואו מענער און פרויען גייען אויף איין סיידוואק הייסט שוין אויך אבזיריהו?
הצלה מאן

ווער רעדט נאך פינם חלק אז נשים זענען באשאנקן מיט ניין מאס רייד, און קענען זיך נישט האלטן דאס מאל, ווער נעמט אחריות אויפן פריוואטקייט פינעם פאציענט.

ווייל פרויען קענען נישט האלטן קיין סוד און מענער יא, און דו ביסט דער וואס איז נישט סעקסיסט, רייט?
הצלה מאן

איך פארשטיי אז ביי גוים זעיט מען כסדר נשים און אלעס פארט, מיז מען אבער פארשטיין דו חילוקים, א אידישע פרוי איז געקניפט און געבינדען מיט חבר'טעס משפחה, און האט א דראנג פאר אנערקענינג, עס איז נישט מעיגלעך אז זיי זאלן קענען ביישטיין דעים נסיון.

אישה אחת מאלף לא מצאתי.

יא יא, נישט סעקסיסט.

הצלה מאן » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:18 am

· #155439
גאנצל
בקיצור דיין פראבלעם איז נישט אז פרויען זענען הצלה לייט דיין פראבלעם איז נאר אז די העליגער האט דאס לכאורה ארויף געצווינגען וועגן נארישע פרומענישן

אין אנפאנג האסטו געהאט א פראבלעם מיט אביזרייהו דעריות יעצט האסטו א פראבלעם מיט אביזרייהו דע"ז....

עס זענען דא עטליכע פראבלעימען און פילע קשיות זענען נישט קיין פירחות איינע דעים צווייטען, איך האב א פראבלעים מיט פרויען און מענער ציזאמען זיך דארפן אהיים שלעפן אויף א קאל דעיס וואלט מיך געמאכט זייער אימבאקוועים, קענסט עס ריפן סעקסיסט אויב מאכט עס דיך גליקלעך @געפילטע קיש
און דו זעלבע צייט שמיעס איך אויס ווי אזוי איך קלער דעיס האט איוואלווד קענסט דאך דינגען מיט מיר, עס איז נישט דו הויעך פינקט, דער עיקר איז מען זאל זיך צאמהאלטן, און נישט אוועק רירן קיין סוס כלשהו

smart man » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:21 pm

· #155642
hatzalah of new square
Although most things that are done by skver are in a terrible way, i think we have to welcome this aspect in a nice way.
first as we all know EZRAS NISHIM was founded in brooklyn b"h. we can look at it in a way as they are femenists anf therefore they wanted it (it may be that some wanted it for this reason). however it looks like the reason lots of women like the idea of ezras noshim, is out of comfortability. when a lady gets into an urgent situation that needs medical care many would feel more comfortable to get help from a female whoever will deny this is not realistic. one proof to this is the fact that there is a big rise in female ob/gyn. s

in my opinion the way ezras noshim was founded is good. people have a choice if she wants to call hatzala she can call them, and if she prefers ezras noshim she can go ahaed. s

regarding midwifes from one side the men are surely better trained from the other side i have asked from men that their wives whent through such an experience and the most that bothered them was the fact that they needed to use hatzala in such a manner. one story that was popular in my city, was of a woman that called her husband that she feels she has to deliver, her husband called hatzalah and ran home arived after the baby was born, but the wife refused to let in hatzala, rather she chose to deliver on her own! which very dangerous

another story of a lady that called hatzala in middle of the night and the meber that arrived was someone working in the same office. she told him to leave the house, happily another hatzolo member arrived and b"h delivered a healthy baby boy. s

I like the idea that are offering such a service, i dont like the idea that its becoming stndard. let the lady decide what she prefers. s

may hashem help they should all have healthy baby's regardless of who delivers it

למדן » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 5:46 pm

· #155650
כ'מיין אז די פרויען הצלה פון NYC האט זיך געוואלט צוזאמשטעלן מיט די דזשענערעל הצלה וואס זיי האבן נישט געוואלט (מסתמא וועגן צניעות) למעשה פיהרט עס איין דער חסידישער רבי פון סקוירא און נאכדעם וועט עס שוין גיין אסאך גרינגער דא, כ'האף נאר אז ס' וועט העלפן וועגן פרויען מאכן דרייוערס לייסענס אויך על אף וואס עס זעהט נאך נישט אויס אז עס קומט דערצו

אויסדריקלעך » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:48 pm

· #155676
אז ס'קומט פון סקווער און פון זייער רבי איז עס בלי שום ספק א power game

גימפל » פרייטאג אקטאבער 11, 2013 10:38 am

· #155768
הצלה מאן

הגם איך בין דערגעיגן ווייל איך האלט אז אידישע פרויען און אלגעמיין זענען נישט געקנעיטן פון א טייג וואס קען האנדלען אויסערארנדליכע פאסירינגען, נאר פון א טייג וואס האלט זיי ציריק פון איבער טראגן א געוויכט, זיי קענען נישט האנדלען מיט דעים טעיגליכען, ווי אזוי וועלן זיי האנדלען מיט געבורט פון קינדער, אדער א פרוי וואס האט א הארץ אטאקע.


איך פארשטיי טאקע נישט וויאזוי מען קען צו לאזען אז דע פרויען זאלן ארומשלעפען אן עיבור פאר ניין חדשים, זיי קענען ניטאמאל האנדלען דעם טאג טעיגלכען. איך מיין אז סאיז שוין טאקע העכסט צייט די מענער זאלען טוהן די ארבייט בשלימות אן קיין שטערונגען, און טראגען דאס עבור פאר ניין חדשים.

דעת תורה » זונטאג אקטאבער 13, 2013 7:40 pm

· #156069
א אינטערעסאנטע נקודה. די גמ' אין מס' יומא פד,ב זאגט אז נשים זענען נישט קוואליפיצירט, ווען עס איז פארהאנען א ספק, מחליט צו זיין אז אין די פאל מעג / דארף מען מחלל שבת זיין. מסתמא האבן די באטרעפנדע דיינים מברר געווען דעם נושא.