☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » 10 מיליון גולשים בעולמם של חרדים - חיים שאולזון

10 מיליון גולשים בעולמם של חרדים - חיים שאולזון

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4918

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 3:59 pm

· #155298
10 מיליון גולשים בעולמם של חרדים - חיים שאולזון
10 מיליון גולשים בעולמם של חרדים - חיים שאולזון
ווערטער זענען איבריג.. ער האט דעם מייקריפון!
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/10/10.html">http://bshch.blogspot.com/2013/10/10.html</a>

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:40 pm

· #155311
צען מיליאן! כלל ישראל האלט זיך געשפאנט מיט זיינע ליטעראטור

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 4:59 pm

· #155320
ביג דיעל, עפען א בלאג און שרייב אזויפיל שטותים ווי אים וועסטו אויך האבען 10 מיליון וויזיטערס אין אפאר יאר

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:21 pm

· #155332
ניין ניין, ער האט שוין א רעפוטאציע פון לאנגע יארן.
ווער געדענקט ווען אויף די שטאטיגע באסעס אין ברוקלין האט געפלאטערט בילדער פון עהם, חיה טמאה..
אוי האט ער צוגעפאכעט סאטמאר און סאטמאר האט עהם נישט געקענט אפשטעלן און איינשטילן.
און ער לעבט נאך..

לעמיל » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 5:33 pm

· #155340
מנשה לוסטיג

אוי האט ער צוגעפאכעט סאטמאר און סאטמאר האט עהם נישט געקענט אפשטעלן און איינשטילן.

ווער פונקט רעכנט זיך מיט אים? סאטמאר האט געמאכט א פיינע ארבעט מיטען אים אראפלייגען אלס א מענטש וואס רעדט נארישקייטן און דאס איז וואס יעדער ווייסט אויף אים.

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 10:21 pm

· #155400
סליחה, ער איז גראדע דער קראנטסטער לשון הרע רעדנער

אויס מענטש » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 10:28 pm

· #155402
מנשה א חרפה ובושה
ער שרייבט דאך אויף דיין גאט כל דבר אסור
ווי זוי קען א חאסיד, אזוי שרייבן אויף אים ?

מנשה לוסטיג » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 10:29 pm

· #155404
דאך איז ער כאטש א חבד'סקער נישט קיין כופר אין דרך הבעש''ט

אוהב ספרים » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:01 am

· #155432
מנשה לוסטיג
דאך איז ער כאטש א חבד'סקער נישט קיין כופר אין דרך הבעש''ט

שוין גענדיקט טאנצען? דיין וויסטער שנאה קעגען סאטמאר, מאכט דיך האלטען פון אזא מטורף ווי שאולזאון על אף וואס ער רייסט כסדר אונטער דיין אפ-גאט

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:57 am

· #155515
מנשה לוסטיג
סליחה, ער איז גראדע דער קראנטסטער לשון הרע רעדנער

דער קראנטסטער לשון הרע רעדנער? איך קום נישט אן צופיל דארטן, אבער די עטליכע מאל וואס איינער האט מיר געלינקט אהין וואס ער האט באשריבן מאורעות אין סאטמאר וואס איך האב אליין געזען, און ווי אזוי ער מאכט א יצירה חדשה פון א מעשה, ווייס איך שוין ווי קראנט ער איז

א שוויצער » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:25 pm

· #155533
ס'איז דא דער באקאנטער ווארט מאויבי תחכמינו ווילסטו וויסען דעם דרך הנכון כאפ א בליק אין די רצונות פון די אויבי ומשנאי ד' העט איר קיין צווייפעל נישט האבען אינעם אמיתות פון דעם רעכטער דרך ד'

געט א קוק וואסערע וויסטע מערכה דער שאול תחתית פירט קעגן די רבנים ומנהיגים וואס באקעמפן אינטערנעט

געט א קוק וואסערע וויסטע מערכה ער פירט קעגן די וואס באקעמפן גיוס און הארכען נישט זיין מורה דרך הגאי''ל שטינ..

געט א קוק זיין וויסטע שנאה ומערכה כבידה וואס דער יונג פירט קעגן ירושלימ'ער רב און די שומרי הקברים ומנהיגי קהילות הקודש

געט א קוק זיין שנאה קעגן די ממשיכים פינעם סאקמיר רב

דאס איז איין גוטע נקודה וואס דער ערליכער אידנטום נעמט ארויס פון זיינע געשראבעכצער מלא דמיון וחזיון הלילה

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 12, 2015 12:33 am

· #274296
כ'מיין אז ער איז די לענגסטע און בעסטע אומצענזורירטע חסידישע נייעס בדורינו.

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 12, 2015 12:55 am

· #274304
10 מיליון גולשים בעולמם של חרדים - חיים שאולזון
נישט דו בוסט געווען דער וואס האט מעורר געווען אויף לה״ר?

חאצקעל שניידער » דינסטאג מאי 12, 2015 11:55 am

· #274391
Re: 10 מיליון גולשים בעולמם של חרדים - חיים שאולזון
מיר האט אויסגעזען אז נחום ראזענבערג איז אביסל א אנדערע גדר פון שאולזאן וואס שאולזאן קען אויסזויגען די מעשיות פון פינגער אבער נחום וועט נאר דערציילען וואס ער האט געהערט אבער ער נעמט אן יעדע מעשה וואס מפארקויפט עם און קען צופוצען און מגזם זיין , אזוי זעט מיר אויס, ב״ה אז צופיל צייט האב איך נישט פארברענגט ביי קיין איינע פון זיי קען איך נישט זאגן קלאר.

מנשה לוסטיג » דינסטאג מאי 12, 2015 7:01 pm

· #274552
כ'האב נישט געזאגט אז מ'מעג, כ'האב געזאגט די פאקט.
אגב, די חן וואס ער האט מיטן זיין א ליובאוויטשער, איז מכסה על כל פשעים.
אנטשולדיגט אויב ס'שטערט דיך מיין לעצטע שורה, פארפאלן איך גלייך זייער די עכטע חסידות'ן

געוואלדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 9:46 pm

· #274585
מיט וואס איז ליובאוויטש מער עכט ווי סאטאר, און וויאזוי מעסט מען עכטע חסידות?

געוואלדיג » דינסטאג מאי 12, 2015 9:48 pm

· #274587
דיין לעצטע תגובה רעכנסטו פאזעטיוו, און ערוואטסט א לייק אויף דעם אדער נישט?