☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דעים גאון'ס כאריזמאטישער זייט!

דעים גאון'ס כאריזמאטישער זייט!

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4912

zurich » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:21 pm

· #155095
דעים גאון'ס כאריזמאטישער זייט!
כידוע אויף דעים גרויסן נפטר חוץ פון זיין גאונות חריפות בקיאות איז ער געוועין א כריזמאטישער מענטש אויך אין ער האט געמאכט ווערטליך ביי זיינע שיעורים,איבערהויפט האט ער זיך ערלויבט צו מאכן ווערטליך אויפן חשבון פון די אשכנזישע,ער האט עס לכאורה געטוען צו געיבן א באאסט פאר זיינע חסידים זיי זאלן זיך נישט פילן אזוי צוקלאפט.

שוין איך וועל אנפאנגן.
ער פלעיגט אנפאנגן זיין שיעור: מורי ורבותי היהודים ואשכנזים....

ביי די אזכנזים פסקנ'ט מען אלע מאל ווי די הייליגע רמ"א,און ס'דא א סמך ובני ישראל יוצאים ביד "רמה" האט ער געזאגט אויף דעים: האשכנזים אומרים ובני ישראל יוצאים ביד רמה אני אומר 'סיס ורוכבו רמה בים'..

איין מאל ביים פארלערנען הלכות פסח האט ער פארגעלערנט די מחבר וואס די מחבר זאגט שלושים יום קודם החג שואלין ודורשין בהלכות הפסח, הגה ואוספין מעות חיטון,האט ער געזאאגט אויף דעים: האזכנזים... עומדים שלושים יום לפני החג, עוד לא התחיל ללמוד אבל צריכים 'כסף'!!

petergrifin » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:46 pm

· #155139
ס׳איז העכערע זאכן..

שושן פורים » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 11:26 am

· #155226
מי שאומר ברוך שאמר לפני הודו , כאילו לובש התחתונים על המכנסים 😃

אכשיר דרא » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 11:37 am

· #155230
שושן פורים
מי שאומר ברוך שאמר לפני הודו , כאילו לובש התחתונים על המכנסים 😃

עס איז א גוט'ס קיימאל נישט געהערט! אבער ס'פאסט פאר זיין ספרדישע שפראך

און פאר ווער ס'וואונדרעט זיך ווי עס קומט צו אזאן גרויסער אנהענגער פון הרב עובדיה ווי מיר צו מודה זיין דערויף, און אם כן היתכן טאקע אזוי צו רעדען

קודם כל, אמת איז אמת, איך לייקען נישט קיין אמת'דיגע פאקטען,
בנוגע דעם "היתכן" דער איד איז געווען א ספרדי, די ספרדים האבען אייביג געהאט א לויז מויל, און אסאך גרויסע אנגענומענע צדיקים פאר אים אויך, דאס איז די סטייל דארט און עס איז נישט קיין עוולה, די פראגע איז צו ער איז אזוי ווייט געדאנגען צו זאגען דאס ווערטל וואס שושן פורים בערנגט אראפ דא, מוז נישט זיין, אזוי ווי מען לייגט ארויף אלע גוטע ווערטלעך אויף יארמער רב,
אויסדרוקלעך ער האט געזאגט אסאך גוטע שטיקלעך, אמת ער האט געפליקט די אשכנזים אסאך, וכו"ע מודה אז ער האט עס געטוען נאך פולע יארען וואס די אשכנזים אין ארץ ישראל האבען היבש ארויפגעצווינגען די שיטת האשכנזים אויף די ספרדים און עס האט זיי שטארק צוקלאפט ברוחניות ובגשמיות וחוזר חלילה, און מיט זיין שפראך האט ער זיי געהויבען די סעלף קאנפעדענץ, וביושר

אכשיר דרא » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 11:38 am

· #155232
petergrifin
ס׳איז העכערע זאכן..

ס'ווענדט זיך ווי ער איז געווען ווען ער האט עס געזאגט
צו איז ער געווען אין בעיסמענט אדער אויף שטאק
אויב האט ער עס געזאגט זייענדיג אינדערהייעך איז ער געווען העכערס טאקע 😂

סאו וואט » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 12:33 pm

· #155239
אסור לקבור אדמו"ר חסידי בשנת השמיטה, כי זה מצמיח פירות לשש שנים..

סלינקי » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 12:58 pm

· #155252
מי שאכל בשבת יטרח במוצ"ש...

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 1:57 pm

· #155263
אכשיר דרא
שושן פורים

אמת ער האט געפליקט די אשכנזים אסאך, וכו"ע מודה אז ער האט עס געטוען נאך פולע יארען וואס די אשכנזים אין ארץ ישראל האבען היבש ארויפגעצווינגען די שיטת האשכנזים אויף די ספרדים און עס האט זיי שטארק צוקלאפט ברוחניות ובגשמיות וחוזר חלילה, און מיט זיין שפראך האט ער זיי געהויבען די סעלף קאנפעדענץ, וביושר

אבער דאס איז געווען נאך הונדערטער יארן וואס די ספרדישע האבען אינטערדריקט די אשכנזים אין ירושלים ,די וועלט איז א גלגל החוזר.

אכשיר דרא » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 2:03 pm

· #155266
איך אויך
אכשיר דרא
שושן פורים

אמת ער האט געפליקט די אשכנזים אסאך, וכו"ע מודה אז ער האט עס געטוען נאך פולע יארען וואס די אשכנזים אין ארץ ישראל האבען היבש ארויפגעצווינגען די שיטת האשכנזים אויף די ספרדים און עס האט זיי שטארק צוקלאפט ברוחניות ובגשמיות וחוזר חלילה, און מיט זיין שפראך האט ער זיי געהויבען די סעלף קאנפעדענץ, וביושר

אבער דאס איז געווען נאך הונדערטער יארן וואס די ספרדישע האבען אינטערדריקט די אשכנזים אין ירושלים ,די וועלט איז א גלגל החוזר.

היסטאריש ביסטו זייער גערעכט, אלעס גייט אזוי

עוד מישהו » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 6:30 pm

· #155357
צו איך אויך.
די רדיפות קעגן אשכנזישע אידן אין ארץ ישראל, איז א פראבלעמאטישע נושא, ס'איז א נושא וואס איז ווערט צו ווערן ברייט אויסגעשמועס אין די היסטאריע אפטיילונג דא אין ק"ש, סזאל נאר זיין צייט פארדעם.
ווען די ספרדים האבן אנגעהויבן צוריק צו קומען קיין א"י נאך גירוש ספרד, און די אשכנזים אין אנדערע צייטן, האבן זיי געטראפן קהילות פון אידן אין א"י, די אידן זענען גערופן געווארן אראביזירטע אידן (מוסתערבים), זיי האבן גערעדט אראביש, זיך אויפגעפירט וואו אראבערס א.א.וו., זיי האבן אויסגעטיילט צרות צרורות פאר די נייע געקומענע אידן פון אייראפע אדער מאגראבישע לענדער, אסאך אידן וואס זענען ארומגעפארן וואו ברטנורא און נאך אסאך אנדערע, האבן זיי נישט געגעבן צופיל קאמפלימענטן, די אידן זענען נישט קיין ספרדים!!!, דאס זענען אידן פון מיטל מזרח
שפעטער מיט די צייט זענען די אנדערע קהילות גרעסער געווארן און זיי זענען קלענער געווארן, ביז זיי זענען פארשווינדען און אויסגעמישט מיט די אנדערע ספרדישע קהילות.
די ספרדים אליין האבן געהאט צו ליידן פון זיי נישט נאר די אשכנזים, פאר אביסל מער אינפארמאציע לייען דא
<a class="postlink" href="http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A1%D7%AA%D7%A2%D7%A8%D7%91%D7%99%D7%9D_(%D7%A2%D7%93%D7%94">http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%93%D7%94</a>)

לבונה זכה » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 6:54 pm

· #155361
אכשיר דרא
איך אויך
אכשיר דרא
שושן פורים

אמת ער האט געפליקט די אשכנזים אסאך, וכו"ע מודה אז ער האט עס געטוען נאך פולע יארען וואס די אשכנזים אין ארץ ישראל האבען היבש ארויפגעצווינגען די שיטת האשכנזים אויף די ספרדים און עס האט זיי שטארק צוקלאפט ברוחניות ובגשמיות וחוזר חלילה, און מיט זיין שפראך האט ער זיי געהויבען די סעלף קאנפעדענץ, וביושר

אבער דאס איז געווען נאך הונדערטער יארן וואס די ספרדישע האבען אינטערדריקט די אשכנזים אין ירושלים ,די וועלט איז א גלגל החוזר.

היסטאריש ביסטו זייער גערעכט, אלעס גייט אזוי

ס'נאך דא האפענונג. איין טאג גייט נאך פאפא אונטערדריקן סאטמאר.

איך אויך » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 6:56 pm

· #155362
גערעכט עז איז א ברייטער נושא.
דו רעדסט פון אסאך פאר איך רעד ,איך רעד פוו די תקופה פון די לעצטע 300-400 יאר וואס די ספרדים האבען שולט געווען ביד רמה.

למען האמת איז געווען נאך סיבות ,הויפזעכטליך צווישן זיי די הויכע צינזן און קנסות וואס איז פארבליבן פון עליית האשכזים עם ר' יהודא חסיד ,וואס דורי דורות האט א אשכני נישט געקענט וואוינען אין ירושלים (נאר בעיקר אין צפת,טבריה) וועגן דעם און ווי מען קען זעהן אז אשכנזים פון פארשידענע לענדער און אפילו תלמידי חת"ס האבען זיך אנגעטוהן די ספרדישע בגדים כדי מען זאל נישט דערקענען זיי זענען אשכנזים.

אכשיר דרא » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 7:16 pm

· #155367
ס'נאך דא האפענונג. איין טאג גייט נאך פאפא אונטערדריקן סאטמאר.[/quote]
דאס איז א גוטס 👍 👍 👍

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 7:27 pm

· #155370
לבונה זכה

ס'נאך דא האפענונג. איין טאג גייט נאך פאפא אונטערדריקן סאטמאר.

דאס איז נישט מעגליך... ווייל פאפא טוט דאך אלעס נאך סאטמאר, און סאטמאר האטאך קיינמאל נישט אונטערדרוקט סאטמאר

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 1:07 am

· #155472
כא כא ווען זיי גייען האבן די פאער צו אינדערדריקן סאטמאר וועלן זיי שוין נישט דארפן נאכמאכן קיינעם ודו"ק...