וואס ווינטשט מען ?
איך בין געווען ביי א קידוש די אנדערע וואך ,איך שטעל מיך אין די ליין אנציווינטשען דעם בעל שמחה הער איך ווי מענטשען ווינטשען מאה ברכות דער אנדערער קוועטשט זיין היינט אין שאקעלט 5 מיניט אין מורמעלט אינטער עפעס איך ער געזאגט אז ישיר ' במילה וויל איך הערען וואס מענטשען דא האלטען וואס ווינטשט מען ? ווען האט מען יוצא געווען
אויב איז מען איז מער אדווענעסד (זיס בלע״ז) לייגט מען צי אז עס זאל זיין א בת תלמים חכם,
פאריז, מען זאגט "זאלסט אזוי אריינשמייסן אז זי זאל אויסוואקסן א בת תלמיד חכם"...
מען קען אויך צולייגן צו די ברכות עס זאל אנקומען גרינג... מיט פרנסה בריוח און פילע טאשן.
אויב איז עס א גוטע חבר ווינטש איך אזוי, "אה מזל טוב שלמה בלא בלא בלא לעטס קאט די קרעפ", און מ'לאכט. אויב איז עס סתם א קרוב דרוק איך שטארק די הענט אז פון ווייטאג הערט יענער שוין נישט וואס איך זאג אפילו.
די אייבישטער זאל העלפן זאלסט זעהן אסאך אידיש נחת זי זאל נישט רעדן מיט א סעלפאן אויפן גאס, גיין לאנגע קליידער, פאלמ שטרימפ, דארקא קאלירן, האבן א כשר'ע טעלפאן מיט א כשר'ע קעמרא, זאל נישט שמירן די אויגן, אויערן, ליפן, נאז, צינג, נאר לייענען אידישע מאגאזינען, זאל נישט גיין שאפען אין מנהעטען, זאל נאר וואקען אויף די פרויען זייט, זאל נישט שאפען אנליין, זאל נישט שטיין ביי די מחיצות, זאל נאר גיין מיט צעפ אלס מיידעל און נאר קאפ סחורה אלס פרוי, זאל רעדן נאר אידיש, און זאל נישט רופן האטליינס, אההה... שיעור פארגעסן זאל זיין א בת טלםוט כחמ. כאכאכאכא.
מען ווינטש:
דער אייבישטער זאל העלפן אזוי ווי די האסט זוכה געווען בשעה טובה ומוצלחת צו פרודוצירן דעם קינד אזוי זאלסטו זוכה זיין צו פרודוצירן נאך אסאך אסאך קינדער. א יעדע ניין חדשים זאלסטו האבן א דרילינג, אויב נישט מעגליך כאטשיג א צווילינג, בדוחק רב אויב איז עס נאך זיבן חדשים איז גענוג איינס אויך. דער באשעפער זאל דיר העלפן עס זאל זיך ביי דיר פיש'לען קינדער לרוב, עד כדי כך אז אין דיר זאל זיך איין פיש'ל בענטשן דעם צווייטן.
אויב ער לייגט נאך צו קאפ לייג צו: גא-ט ברוך הוא זאל דיר געבן אזויפיל קינדער וויפיל שטערן עס איז דא אינעם הימל און וויפיל זאמד עס איז דא אויפן ברעג ים אז מען זאל זיי נישט קענען ציילן פון פיל.
אבער איין זאך זאלסטו זייער אכטונג געבן אפצופיצן באותו רגע ממש ווייל יענער קען נאך פון גרויס גוט הארציגקייט דיר ענטפערן: וכן למר.
בנימין איך האב דיר געלייקט פאר די לעצטע שורה דיינע !!
מען ווינטשט: בת תחילה Semen יפה לבנים.