☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שטאטישע בחירות אין ארץ ישראל - ח"י חשון

שטאטישע בחירות אין ארץ ישראל - ח"י חשון

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4888
בלאט: 1 2

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:22 pm

· #158007
@גיבור פון ווי קומט דיין אינפא?

גיבור » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:25 pm

· #158008
לעמיל
@גיבור פון ווי קומט דיין אינפא?

<a class="postlink" href="https://jerkalpi.jerusalem.muni.il/SicumR.aspx">https://jerkalpi.jerusalem.muni.il/SicumR.aspx</a>

גיבור » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:27 pm

· #158009
מער ווי העלפט גענדיגט ציילן
ברקת מאכט עס .

גיבור » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:30 pm

· #158010
אלעד איז זייער שמאל 49% קעגן 51% יעצט

גיבור » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:34 pm

· #158011
פרוש האט 500 מער .
נאך 2 לאקאלן צו ציילן .

גיבור » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:46 pm

· #158014
ברקת האט יעצט 15000 קולות מער ווי ליאון

עוד מישהו » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:57 pm

· #158015
אין בני ברק האט חנוך זייבערט לכאורה געוואונען קעגן זיין קעגנער יגאל אלוש, מיט 94 פראצענט פאר זייבערט.

עוד מישהו » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:58 pm

· #158016
אלעד: פרוש האט געוואונען. 53% פאר פרוש 47%פאר קריספעל.
א קלאפ פאר דרעי.

I'm back » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:08 pm

· #158018
עוד מישהו
אלעד: פרוש האט געוואונען.
א קלאפ פאר דרעי.


נצח ישראל לא ישקר!
נאך א דור פון די משפחה לוחמי מלחמת השם בעידודו של רוב גדולי ישראל...

עוד מישהו » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:27 pm

· #158020
משה ליאון געט יעצט איבער זיין דורכפאל דרשה, לכאורה גייט ער יעצט צוריקגיין צו זיין היימשטאט און לאזן ירושלים במנוחה.
אגב לכאורה איז זיין פארטיי ניטאמאל אריין אין די שטאטראט. ער איז געלאפן אונטער די אותיות פון ליכוד (מחל).

היימישער ליטוואק » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:31 pm

· #158021
איין זאך איז זיכער, מרן הגר"ש אוירבך שליט"א האט סאליד 6000 שטיצער אין ירושלים אליינס. מער ווי רוב אדמורים.
6241 בני תורה עץ חיים אפשטין

היימישער ליטוואק » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:33 pm

· #158022
בני ברק: לאחר ספירת כמחצית מהקלפיות, עולה כי 33 אחוזים מהציבור הצביעו לתנועת יהדות התורה. רשימת בני תורה זוכה לכ-10 אחוזים מהקולות שנספרו. ב'בני בתורה' מסרו: "אמנם מוקדם עדיין לחגוג ולבשר על ניצחון, אך התחושות הכלליות טובות".

shefele » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:40 pm

· #158023
היימישער ליטוואק
בני ברק: לאחר ספירת כמחצית מהקלפיות, עולה כי 33 אחוזים מהציבור הצביעו לתנועת יהדות התורה. רשימת בני תורה זוכה לכ-10 אחוזים מהקולות שנספרו. ב'בני בתורה' מסרו: "אמנם מוקדם עדיין לחגוג ולבשר על ניצחון, אך התחושות הכלליות טובות".


ווי קען מען מיטהאלטן די נאמבערס פין בני ברק?

עוד מישהו » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:07 pm

· #158031
שעפעלע, וואס איז דיך אינטערסאנט מיטצוהאלטן די וואלן אין בני ברק, די אויסגאנג איז שוין געווען באוואוסט נאך איידער די טאג האט זיך אנגעהויבן.

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:08 pm

· #158032
היימישער ליטוואק
איין זאך איז זיכער, מרן הגר"ש אוירבך שליט"א האט סאליד 6000 שטיצער אין ירושלים אליינס. מער ווי רוב אדמורים.
6241 בני תורה עץ חיים אפשטין


גארנישט אזוי זיכער. איך האב געלערנט אין ארץ ישראל און אליינס מיטגעהאלן ווי מען וואוט מערערע מאל. א ישיבה גדולה מיט ארום הונדערט צוואנציג בחורים האט אפגעגעבן איבער זעקס הונדערט וואוטס. די בחורים האבן געמאכט א קאנטעסט איבער ווער עס קען וואוטן מער מאל, און דער געוואונער איז אנגעקומען ביז צוועלעף.

shefele » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:14 pm

· #158034
עוד מישהו
שעפעלע, וואס איז דיך אינטערסאנט מיטצוהאלטן די וואלן אין בני ברק, די אויסגאנג איז שוין געווען באוואוסט נאך איידער די טאג האט זיך אנגעהויבן.


אמת, איך וויל בעיקר וויסן וויפיל וואטס עץ האט געהאט

עוד מישהו » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:15 pm

· #158036
הדד בן בדד

גארנישט אזוי זיכער. איך האב געלערנט אין ארץ ישראל און אליינס מיטגעהאלן ווי מען וואוט מערערע מאל. א ישיבה גדולה מיט ארום הונדערט צוואנציג בחורים האט אפגעגעבן איבער זעקס הונדערט וואוטס. די בחורים האבן געמאכט א קאנטעסט איבער ווער עס קען וואוטן מער מאל, און דער געוואונער איז אנגעקומען ביז צוועלעף.

עס איז געווען באריכטעט אז אין א געוויסע שטום בודקע אין א היימישע געגנט אין ירושלים, זענען פון 100 פראצענט שטים בארעכטיגטע אנגעקומען 118% מענטשן געשטימט אין די וואלן, איבעריג צו זאגן אז די בודקע איז געווארן געפסלט און די שטימעס זענען געגאנגען אין מיסט.

שמו יגער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:44 pm

· #158045
ירושלים: וועט דער “נצח” פארטיי אריינגיין איו די מועצה.אין ווי מען זאגט יעצט וועט ר’ חיים אפשטיין זיין די סגן פון ברקת
ווי אויך זעט עס יעצט אויס אז אין ”יהדות התורה” איז מען נאנט צו באקומען א ניינטע בענקל
די סלאגען פון די בחירות פון "יהדות התורה” אין ירושלים איז געווען "צריכים אותך לעשירי".........
אין בית שמש: האט די “כח” כ"לל ח"סידי באקומען 2 מנדטים.וואס איז פאר זיי א הצלחה אדירה.
אין אשדוד: האט די כלל חסידי פארלוירען די פערטע בענקל פאר די ”אגודת ישראלאין עס דילליווערט פאר די “שס” פארטיי
אריה דרעי האט שוין אנגערופן ישראל פרוש אין געוואונטשן הצלחה פאר ווערן ראש העיר.אין אלעד

היימישער ליטוואק » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:21 pm

· #158065
חגיגות בפלג הירושלמי: למרות המאבק הקשה שנוהל בכל החזיתות, אנשי 'בני תורה' הצליחו להכניס נציגים בירושלים, בני ברק ומודיעין עילית.

בירושלים קבלו אנשי בני תורה 7,377 קולות, ונציגם חיים אפשטיין נכנס למועצת העיר. דיווחים בסביבתו של אברמי קרויזר (יועצו של ברקת לענייני חרדים) מדברים על כך שלתמיכה המשמעותית של 'בני תורה' בברקת על ידי הצבת חיים אפשטיין כמועמד גם לראשות העיר, יש מחיר אותו ישלם ברקת ל'בני תורה' על ידי הפקדת תיק מכובד בידיו של אפשטיין ומינויו לסגן.

גם בסביבתו של ברקת וגם ב'בני תורה' מסרבים לאשר כי היו דיבורים על כך.

במודיעין עילית קבלו בני תורה ברשימת 'זך' מעל לאלפיים קולות ויכניסו שני נציגים.

בבני ברק קיבלה רשימת 'עץ' 4,780 קולות, והנציגים רוחמקין ומלאכי נכנסו למועצת העיר.

בפלג הירושלמי אומרים ל'כיכר השבת' כי מבחינתם מדובר בניצחון גדול: "עברנו תקופה קשה, בה הוקענו על ידי גדולים בתורה. אך כעת רואים כי כוחו של הגר"ש אוירבך יפה גם אל מול גלריית רבנים כזו היוצאת נגדו בחרב ובחנית".

נהורא נפישא » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:15 am

· #158077
שטעלט זיך ארויס אז ארום פופצען טויזענט אידן אין ירושלים, ב"ב, מודיעין, האבן נעבעך היינט פארשפילט זייער עולם הבא און זיך איינגעהאנדעלט דעם הארבן חיוב סקילה אליבא דר' חיים

הדד בן בדד » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:13 am

· #158091
איך ווייס נישט ווער עס האט פארלוירן וואס, אבער עס האט זיכער געוויזן אז עס איז דא נאך א צד, און טאקע פאר דעם איז געווען וויכטיג אז זיי זאלן לויפן ביזן סוף, מען זאל וויסן איינמאל פאר אלעמאל, וויפיל וואוטס קענען זיי אריינברענגען (איך זאג נישט וויפיל מעטנשן האבן זיי, ווייל די מספר וואוטס איז לאו דוקא וויפיל מענטשן זיי האבן. עס האבן זיכער געוואוט נאך אנדערע מענטשן פאר זיי. למשל גור'ע חסידים וואס האבן געוואלט שיקן א מעסעדש, אדער אנדערע מיט חשבונות, און ווער רעדט נאך פון אלע דאבל און טריפל קולות).

יעצט וואלט געווען צייט אז מען זאל אין אגודה אליינס מאכן אינערליכע בחירות און זעהן ווער האט וואס.

הדד בן בדד » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 1:17 am

· #158093
דער גרעסטער געווינער פון דעם היינטיגן בחירות איז זיכער ר' שמואל אויערבאך, אבער דער גרעסטער פארלירער איז ארי' דרעי. ער האט געפירט צוויי שווערע קאמפפן, און ביידע פארלוירן, אין ירושלים און אין אלעד, און דארט איז דער פראסק געווען א קלינגעדיגער. הגם ער וועט זיך לכאורה גרויסן אז אין בית שמש האט ער יא געווינען, אבער דאס איז שוין א זויערע טרייסט, זיין שווערסטע קאמפף, אלעד, האט ער מיאוס פארלוירן, און אין ירושלים האט ער אויך פארלוירן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געקענט ברענגען די חסידים צו שטימען פאר ליאון.

הגם עס איז זייער שווער פאראויסצוזאגן וואס די נאכפאלגן וועלן זיין, אבער עס איז וועט כמעט זיכער ווערן אויסגענוצט דורך זיין ארכי שונא, אלי' ישי.

ימים ידברו

על המחיה » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 4:58 am

· #158101
שמו יגער

אין בית שמש: האט די “כח” כ"לל ח"סידי באקומען 2 מנדטים.וואס איז פאר זיי א הצלחה אדירה.


ווי עס זעהט זיך יעצט אויס האבען זיי נאר באקומען 1 מנדט

קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 8:21 am

· #158104
ס'איז אמת אז א איד האט אנגעהאקט רב שטיינמאן די ביינער?

אפשר איז צייט פאר "גדולי ישראל" צו לאזן די בחירה אינעם הענט פון די בוחרים?

I'm back » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:13 am

· #158114
איין זאך קען מען זיך לערנען. די רבי'ס אין אמעריקא, אנשטאט הייסן די חסידים גיין שטימען, זאלן זיי אליין גיין שטימען, און דערמיט ווייזן ווי וויכטיג עס איז.

נאר,,פרייליך » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:37 am

· #158122
I'm back
איין זאך קען מען זיך לערנען. די רבי'ס אין אמעריקא, אנשטאט הייסן די חסידים גיין שטימען, זאלן זיי אליין גיין שטימען, און דערמיט ווייזן ווי וויכטיג עס איז.


ב''ה אז די מכת הבחירות האט נאך ניש געגרייכט לעירנו און ליגט בלויז אין פאליטישע הענט ניש גענוג מיר האלטען מיט זייער קרעפ זאלען מיר האבען אייגענע צו וואס טויג עס

היימישער ליטוואק » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 9:52 am

· #158128
קאווע טרינקער
ס'איז אמת אז א איד האט אנגעהאקט רב שטיינמאן די ביינער?

אפשר איז צייט פאר "גדולי ישראל" צו לאזן די בחירה אינעם הענט פון די בוחרים?


איין גדול איז היינט גווען אין די "הענט" פון די בוחרים....
רח"ל!

הדד בן בדד » מיטוואך אקטאבער 23, 2013 5:30 pm

· #158233
היינט גערעדט מיט א קרוב אין א"י וועלכער געהערט צו די עדה קרייזן, זאגט ער מיר אז אסאך עדה'ניקעס האבן געוועלט אין גרויסן פאר עץ כדי צו דערלאנגען א פליק פאר שטיינמאן. נישט אז עס איז מיר א חידוש, אבער יעצט האב איך שוין געהערט פון די ערשטע האנט.

נאר,,פרייליך » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:14 am

· #171087
די יידען וואס גייען נישט צום שטום בודקע האבען דאס מפרסם געווען:

קורת רוח בבתי מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א כשהוסרה החרפה מעל בני היהדות החרדית * בבושת פנים נדחפו אבלים וחפיי ראש מבית המשפט הציוני לאחר שנגלה לעין כל זיופיהם * שפלי לבלרי 'המבשר' חסידי הלאומניות ניסו בנכליהם להפיל את זיופיהם על חרדי בית שמש הנשמעים לדעת תורה * המתמודד החנף ייצר פאניקה תעמולתית בקרב הרובדים החלשים * גדולי הרבנים בבית שמש שליט"א נוכח מפלתם של החנפים להקהל לעמוד על נפשנו עוד הפעם * אוירת נכאים ומפח נפש אצל כל האמונים על תולע החובקים אשפתות שעזבו תורת אמת ונערו אחרי יועצי אבוטבול ונערי כוח  * היהדות החרדית קוראת בשעה זו חזרו למקור חוצבתם * שיקרא לא קאי

 

זכותם הגדול של מרנן ורבנן צדיקי קמאי שהניחו היסודות ליישוב החרדי בבית שמש, תפילותיו ובכיותיו של מרן הגאב"ד הרמ"א פריינד זיע"א, קבלת עול מלכות שמים במורא של הגה"ק רבי אברהם יצחק קאהן זיע"א אדמו"ר מתולדות אהרן בעל דברי אמונה בעת ירה אבן פינתה בנהמת ליבו זעק ליבו שתמשיך בדרך ההתבדלות מהציונים והאגודאיים, ומסירות נפשו של רבי משה עהרנטאל זצ"ל שהשליך נפשו ועקר בשנותיו האחרונות לבית שמש כדי שתשאר פינה טהורה מובדלת ומופרשת מכל רוחות הרחוב ומהפורצים החרדים ושנמשיך לגדל את בנינו ובנותינו החינוך הטהור, היא שעמדה לנו.

 

זלמן זאפיר » פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:11 am

· #171105
שמידל נגד הבחירות החוזרות בבית שמש: יש גבול כמה ניתן להוציא מתים מקבריהם בגלל בחירות!

על המחיה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 7:08 am

· #172644
צוריק צו אלעד ווי ישראל פרוש האט געווינען די בחירות

אליה וקוץ בה ער האט טאקע געווינען אבער האט נישט קיין רוב צי זיין זייט, און ער האט נאך אלץ נישט געקענט צאמשטעלען א קואליציה
נעכטען איז געשעהן א שטיקל דורכברוך און דעם מצב ווען א ש"ס מיטגליד מיט'ן נאמען אבי דיין איז אריבער אויף זיין זייט, ער זאל קענען לפחות אדורך פירען פארשידענע וועדות און געלטער, וואס זענען געבליבען שטעקען, מיט'ן סיבה וואס ער האט נישט געהאט קיין רוב

די שסניקי"ם און אלעד זענען מלא חימה אויף דע בגידה
וועט ער זיך אונגאנצען צושטעלען צו פרוש, און אים שאפען א קואליציה? ימים ידברו

גיבור » דינסטאג פעברואר 11, 2014 12:25 pm

· #182944
שטאטישע בחירות אין בית שמש - ט' אדר ב'
צוריק צו בית שמש !
נאך וואס די פרייע האבן פראטעסטירט קעגן די אויפריכטיקייט פון די וואלען אין בית שמש און זיי האבן זיך געוואנדן צום בג''ץ וואס איז באקאנט מיט זייער ליבשאפט צו פרימע יודען, האט בג''ץ געמאלדן זייער באשלוס צו פסלע'ן די וואוטס און געפאסקענט איבער צו מאכן די וואלען, די פרימע האבן אפיעלט די פסק און ווי ערווארטעט איז די אפיעל נישט אנגענומען געווארן,
גדעון סער וואס איז די אינערן מיניסטער (שר הפנים) און דארף ביז 30 טעג מעלדן א דאטום פאר די נייע וואלען, און ער האט געמאלדן זיין החלטה און עס גייט פארקומען ט אדר ב דאס איז דינסטאג פרשת צו,
עס איז איבריג צו זאגן אז עס איז ערווארטעט זייער שטורמישע וואלען, און די פאטש פאר וועלכע זייט גייט עס כאפן וועט זיין פילפאכיג.
לאמיר אלע האפן אז בשם השם נעשה ונצליח ! (עס איז דא טשענסעס)

פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 3:31 pm

· #189879
דערווייל זענען אלע קנאישע פארטייען פאראייניגט נישט צו גיין שטימען אפי' עס איז אן עת לעשות
אייניגע האבן אפילו ארויסגעגעבן קול קורא'ס דערקעגן ווי תולדות אהרן וכדו'
מאנכע זאגן אז דאס מיינט פונקט פארקערט ווי מזאגט ס'איז דא אטראק אייער קיינער זאל נישט ווארפן

גיבור » דינסטאג מערץ 11, 2014 2:15 pm

· #190066
נא חברה עני אפדעטס ?
עס איז לעבעדיג אין בית שמש ......א מלחמה!

לעמיל » דינסטאג מערץ 11, 2014 2:17 pm

· #190067
קוקט נישט אויס צו גוט אויף דערווייל

גיבור » דינסטאג מערץ 11, 2014 4:03 pm

· #190087
אקעי די שטום בודקעס זענען פארמאכט!

לעמיל » דינסטאג מערץ 11, 2014 5:30 pm

· #190111
[ציטאט אראפגענומען]

<a class="postlink" href="http://www.93fm.co.il/radio/101262/">http://www.93fm.co.il/radio/101262/</a>

איש עברי » דינסטאג מערץ 11, 2014 7:36 pm

· #190138
שוין דא א הכחשה מבית דינו של הגר"ש וואזנער כדרכו בקודש

איש עברי » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:07 pm

· #190142
אבוטבול האט געזיגט, די יהדות החרדית אטעמט א טיפע אטען און מלויפט זוכן די נעקסטע מערכה

פלעין יודיש » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:18 pm

· #190145
ווער עס האט מזל איז מאיר פרוש מיט די קנאים, אוי וואלטן זיי געכאפט ווען ער פארלירט ווען

עוד מישהו » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:44 pm

· #190150
טעאקראטיע האט געזיגט, אזוי ווי פריער דערמאנט האט אבוטבול באזיגט כהן מיט בערך 950 שטימעס.
אין בעסערע נייעס, מאיר פרוש'עס פארטיי כח האט זיך געשטארקט און באקומען צוויי מאנדאטן, אין די שטאטראט, מיט איבער 3,000 וואוטס, אגודה פון גער איז געבליבן די זעלבע.
פאר ווער עס געדענקט די בחירות אנהייב ווינטער, האט זיך געטוען לעבעדיג צווישן פרוש'ס לאקאלע פארטיי און די גערע, לויט די בחירות דעמאלסט האט פרוש באקומען נאר איין מאנדאט.
די ליטווישע חן פארטיי איז אריינגעקומען מיט 3 מאנדאטן.

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 11, 2014 9:31 pm

· #190163
עם ישראל חי!! Unbelievable

נאטרוליסט » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:10 pm

· #190169
וויפיל עס לאזט זיך שרייבן,. קוקט אויס פון די ערשטע אנאליזירונגען אז בערך 1500 חרדים פון "ישוב הישן" - (לייען קנאים) פון תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק און דושינסקיא וכו' זענען ארויסגעגאנגען צו די וואל-בודקעס שטימען פאר אבוטבול

עס איז שווער צו גלייבן אבער עס איז א מציאות. חרדישע אידן פון ישוב הישן ווערן מער און מער פאר'עקלט און פארגרוילט פון די מעשים תעתועים פון די סיקריקים פליגל וועלכע זענען מבאיש ריח פאר אלע ערליכע אידן, און זענען גורם אז וואס די סיקריקים טוען, טוט מען פארקערט. (להוציא מלבם).

עס איז נישט קיין סוד אז די סיקריקים האבן געארבעט האנט-ביי-האנט מיט דעם עוכר ישראל אלי כהן צו פילמירן אלע קנאים וועלגע גייען צו די בודקעס. די סיקריקישע שטיק האט נאר געהאלפן אבוטבול, ווייל מענטשן האבן באשלאסן גענוג איז גענוג! אויב די עדה החרדית ווערט געפירט דורך די סיקריקים וועלגע ארבעט מיט אלי כהן, קען איך שוין גיין דירעקט פאר אבוטבול און נאך פארדינען א חרדישן ראש העיר...

עס איז אויך באוואוסט געווארן אז אלי כהן האט צוגעזאגט פאר די סיקריקים אז אויב ער געווינט ווערט גולובנציץ אפגעשלאסן!!! די ערליכע אידן האבן געזאגט גענוג איז גענוג!

אבוטבול איז אריין - די סיקריקים ארויס!

פארוואס? » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:16 pm

· #190170
איש עברי
שוין דא א הכחשה מבית דינו של הגר"ש וואזנער כדרכו בקודש

איך האב פארשטאנען אז די הכחשה דארף ארויסקומען די מינוט וואס די שטים-בודקעס ווערן צוגעמאכט.

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:17 pm

· #190171
מאיר פרוש לערנט דברי יואל
📎 mp.jpg

זלמן זאפיר » דינסטאג מערץ 11, 2014 11:25 pm

· #190211
אנשי בשורה אנחנו היום להודיע ולבשר כי בסייעתא דשמיא נבחר שוב הרב משה אבוטבול לראשות עיריית בית שמש, ומשנאי ה' והבוגדים מבית נחלו מפלה ניצחת.
לאחר שחברו להם כל משנאי הדת ורודפי התורה ראשי ממשלת השמד נתניהו לפיד ובנט שם רשעים ירקב, ואליהם חברו אל עמק השידים הבוגדים מבית - בריוני אתרא קדישא המופקרים - במטרה אחת להצר את רגליה של היהדות החרדית בעיר בית שמש, ולהעלות ראש עיר כופר ועוקר הדת, כעת נחלו מפלה ניצחת ומזימתם נכשלה ואבדה.
צריך לזכור כי נצחון היהדות החרדית בבית שמש הוא גם נצחון נגד הסיקריקים הרשעים ובריוני אתרא קדישא שעבדו יד ביד עם צוררי הדת למסור את העיר בית שמש בידי עוקרי התורה, אותם צבועים נאלחים המתעטפים באצטלא של קנאות חיללו שם ברבים כאשר עשו יד אחת עם צוררי היהדות להכרית את קיום היהדות החרדית בעיר בית שמש.
אין זה סוד שאותם שפלים נאלחים עשו ככל אשר לאל ידם להביא לבחירתו של שונא התורה והדת, באשר אותו צורר הבטיח להם למלוא את כל תאוותיהם הרצחניות, ולהפסיק מיד את בניית הבתים בעיר בית שמש עבור יראי ה' כרצונם הרע זה זמן ועידן.
זכינו וחסדו הגדול גבר עלינו, ברוך ה' אשר לא נתננו טרף לשיניהם הפח נשבר ואנחנו נמלטנו, היהדות החרדית יצאה עטויה בנזר הנצחון, ואותם בוגדים שפלים נערים ריקים ומנוערים יצאו בבושת פנים אבלים וחפויי ראש.
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

כִּי פוּר הָמָן נֶהְפַּךְ לְפוּרֵנוּ
צַדִּיק נֶחֱלַץ מִיַּד רָשָׁע

פלעין יודיש » מיטוואך מערץ 12, 2014 8:07 am

· #190239
סאטמאר רב ווי באוויסט האט די בחירות אין עייריה (שטאטראט) קיינמאל נישט געאסרט אדרבה ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט געהייסען דירעקט גיין (און טאקע פון דא שטאמט ר' שמואל וואזנער'ס תשובה להיתר).
ווען די עדה החרדית האט מטעמים שונים יא געאסרט אפי' צום שטאטראט האט די רבי געזאגט אז משום כבוד העדה זאל מען אין ירושלים (ווי די עדה ווערט געפירט) נישט גיין צו בחירות, אבער למשל אין בני ברק איז מען אלע יארן געגאנגן.
אין בית שמש איז אלע מאל געווען די שאלה צי ס'איז מותר אדער אסור וויבאלד למעשה איז עס נישט ירושלים אדער ווייל ווי נישט ווי זענען אלע קנאישע יונגעלייט דארט מבני יישב הישן וואס זענען סרים למרותו של העדה החרדית איז אפשר האט עס א דין ירושלים (אנדערע זאגן אז די חקירה גייט צו אנדערש, צו קיקט מען ווען זיי האלטן פורים און אזוי ווי זיי האלטן ווי אלע אנדערע שטעט האט עס נישט קיין דין ירושלים, אדער קיקט מען אויפן telephone area code וואס סיי אין ירושלים אין סיי אין בי''ש ניצט מען די נומבער 02 וממילא האט עס א דין ירושלים... סתם בדרך הלצה)
היי יאר איז נולד געווארן א פרישע פראבלעם וויבאלד ס'איז געווארן די געזעץ אז אפילו א חבר הערייה דארף שווערן די שבועה וואס א חבר כנסת שווערט, וואס ווי באוויסט שרייבט סאטמאר רב אויף דעם אז עס איז ייהרג ואל יעבור, און די עיקר פראבלעם פון בחירות איז טאקע וועגן דער שבועה, האט היי יאר סאטמאר אויך געהאט א צד צו אסער'ן די בחירות אין עייריה, מהרי''י ובית דינו האבן גלייך ארויסגעגעבן א תשובה לאיסור, מהר''א האט געזאגט אז ער דארף גרינטליך נאכקיקען די זאך צו ס'איז טאקע דא אזא שבועה אדער צו ס'איז נאר שמועות.
ובנוגע די נעכטיגע בחירות האט סאטמאר זיכער נישט קיין פראבלעם וויבאלד די שבועה וואס ער דארף ווען שווערן האט ער שוין געשוואוירן נאכן געווינען די ערשטע מאל און יעצט דארף ער נישט נאכאמאל.

לעמיל » מיטוואך מערץ 12, 2014 9:42 am

· #190252
נאטרוליסט

עס איז אויך באוואוסט געווארן אז אלי כהן האט צוגעזאגט פאר די סיקריקים אז אויב ער געווינט ווערט גולובנציץ אפגעשלאסן!!!

באוואוסט פאר נאטרוליסט און פאר זלמן זאפיר
קאם אן גלייב נישט יעדע נארישקייט
בלאט: 1 2