כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים.
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4886
כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים.
דער מייסטער שרייבער קטלא קניא האט אפגעשריבן אן ארטיקל איבערן טאמבאר טראגעדיע. נישט ווי זיין שטייגער צו מגלה זיין אן אצבע און מכסה זיין א טפח. צו קינצלך באהאלטן שטעכערייען און טשעפערייען אונטער קינסטליכע פראזן און באצויבערנדע מליצות, איז ער דאסמאל ארויס אפן אראפרייסן און באשעלטן דעט סקווערער צדיק מיט איבערגעטריבענע גזמאות אז פארן ליינער קען זיך דאכטן זיך אז מען האנדעלט דא מיטן לעצטן צורר היהודים א קליינער סטאלין באהאלטן אונטערן שלייער פון טשערנאבלע מגיד.
אולי ווען ער זאל שרייבן דעם זעלבען אינהאלט געשלייערט מיט מליצות און א קונסטליכע גייסט החרשתי. ווייל דעמאלטס וואלט מען געקענט באטראכטן דעם ארטיקל אלץ א שיין שטיקל ליטעראטור אפגעזעהן צו זיין תוכן איז חומץ אדער יין. ווייל א אמת'ע קינסטלער איז אומשטאנד צו פראדאצירן פון חומץ א דעלאקאט וואס קען זיך פארמעסטן מיט א טייערע וויין. אבער דאס שרייבן אזוי פראסט און מאראמאריש אן קיין קלאס און דיפלאמאטיע און דערצו איז דער תוכן פארזיך שרעקליך איבערגעטריבן אפילו פארן נישט סקווערער ליבהאבער דאס פארלאנגט שוין א שטיקל מחאה מען זאל נישט זאגן מדשמעי ושתקי שמע מינה דניחא להו.
צו שרייבן אז הרב טווערסקי איז א שר הטבחים ווייל א בחור האט אנגעצינדען א פייער. קומט מיר פאר ווי דבורה פעלדמאמס טענה אז אלע מקוה לעדיס זענען לעסביאנען, און הצלה איז א באהאלטענע מאפיא וואס איז ביזי פראטעקטן טאטעס וואס בייסן אראפ פיטום'ס פון זייערע קינדער. ווייל אפילו למתנגדי סקווער האט דער סקווערער צדיק נישט געווארט יענע נאכט- אזוי ווי אבאמא אין ווייט-הויז ביי די בין לאדין אבלאווא- אויף קיין פרייעדיגע בשורה, אז הודו לה' דער ראטנבערג מיט די גאנצע בני בית האבן אפגעברענט און עס איז נישט געבליבן קיין שריד ופליט. ווייל אזויפיל פארשטייען זיי נאך אז אז וואלט געווען די גרעסטע טראגעדיע פאר סקווער. אלזא אראפצואמאלען דעם סקווערער צדיק אלץ מערדער באזירט אויף יענע מעשה איז געווארפען רויך אין די אויגן, כעשן לעיניים.
אזוי אויך די גאנצע טאמבאר פרשה איז לוטה בערפל, גענוי וואס איר מענטאלע סטאטוס איז געווען בעפאר דעם גאנצע געשלעג; און צו די סקווערער צדיק האט געהאט א דירעקטע שייכות דערמיט; און אפילו לאמיר זאגן אז ער האט יא געהאט שייכות איז אויך נאך נישט זיכער צו אן אנדערע שטרענג רעליגיעזע מנהיג וואלט אנדערש געהאנדעלט. הגע בעצמך אז דער טאטע אליין האלט אז דאס איז די טובה פון זיינע עופה'לעך, וואס ווילסטו פון א פרעמדער (קאלטער) רוסשיער אלטער איד.
דאס איינציגסטע וואס איך בין איינשטימיג מיט אייך איז מיט די גניבות און גזילות וואס דער צדיק האט און פירט נאך אלץ אן. אבער דאס קומט נישט אריין דא אינעם טאמבאר פרשה, און דאס קומט אויך נישט מרועי לב. דאס קומט פון אן איבערפלוס פון נחת און קנייענע הארעלעך וואס מען ברויך שפייזן זייערע הונגעריגע מיילעלעך. און פארדעם איז אין דעם הינזיכט נישט קיין סאך בעסער אין מאנראו אדער אנדערע חרדישע סטעיטס.
איך בין תולה אז דאס גאנצע שטיקל איז א -בא לכלל כעס בא לכלל טעות- ארטיקל. אדער אפשר א בחינה פון שנאה( וצער) מקלקלת השורה. אבער א ריכטיגער גדול ווי קטלא וואלט געדארפט בייקומען אזעלעכע שטרויכלונגן. ער וואלט געברויכט פארדעקן זיין פערזענליכע שנאה דאס פייערדיגע האס וואס פלאקערט אין זיין הארץ און שרייבן א באלאנסירטע ארטיקל . די גמרא זאגט ווען נבוכדנצר האט געזינגן שירה איז עס געווען שענער ווי דוד המלך'ס תהילים. עד שבא גבריאל וסטר לו על פיו ומיד נשתתק. פרעגן די בעלי מוסר וואספארא יושר איז דאס? נאר זאגן די בעלי מוסר גבריאל האט געזאט: א גרויסער קונץ אז נבוכדנצר זינגט שירה, ער איז מושל בכיפה, רוכב על ארי, ונחוש כרוך על ראשו, נו, אוודאי זינג זיך שירה. לאמיר זען אז ער וועט כאפן א קליינע פליק אין פיסק וועט די גאנצע שירה פארגיין מיט רויך, וכך הוה. משא"כ דוד המלך האט געזינגן שירה אין די שווערסטע אומשטענדען, און 'דאס' איז די קינץ.
קטלא אזוי זעט אויס ווען מען לייגט אראפ די פעדער פאר א יאר צייט און מען שריייבט נישט. ווייל אז מען לאזט שטיין יין ווערט עס חומץ. און דערנאך האט דאס געשרייבאכטס א טעם פון פארויכערטע עסיג.
בנימין, א לייק פארן הערליכע שריפט וואס מיר האבן זיך געבענקט דערנאך. דיין טענה צו קטלא, סיי בנוגע זיין אפוועזנהייט און סיי לגבי דאס איבערטרייבן, איז ריכטיג און אין פלאץ. אבער פארן סקווירא רבי האסטו געטון מער שאדן ווי נישט. קטלא איז מגזים ממילא קען מען נישט וויסן וואס איז אמת און וואס נישט. משא"כ דו רעדסט יא געמאסטן און דו זאגסט (אין אנדערע ווערטער) אז ער איז נישט די גרעסטע רוצח, ס'דא גרעסערע מנוולים, און ער ס"ה fit גוט אריין אין א רויבער קלאב צוזאמען מיט אנדערע. איך האב נישט קיין פראבלעם דערמיט, just saying.
בענדזשאמין פרענקליןדאס קומט פון אן איבערפלוס פון נחת און קנייענע הארעלעך וואס מען ברויך שפייזן זייערע הונגעריגע מיילעלעך
אמרו עליו על רבי בנימין, הכל בחזקת סומין, עד שבא רבי בנימין והאיר להם עינים, דכתיב ויהי בהיגלות בנימין את קסתו וסביבו האירה מכבודו.
א גרויסע יישר כחכם, ודברי פי חכם, מלא חן.
________________________
עס קומט נישט דא באמת אריין, אבער איך האב ציטירט די אויבנדערמאנטע ווערטער פון רבי בנימין, צוליב דער פאלגענדע ווערטל וואס איך האב געהערט די וואך ביי א שלום זכור.
יונג ווייבל אין באנק: כ'קען עפענען א קאנטע?
באנק אפיציר: יא. וויאזוי הייסט איר?
ווייבל: טווערסקי.
אפיציר: וואס איז אייער מעידען נאמען?
ווייבל: טווערסקי.
אפיציר: וויאזוי הייסט אייער מאמע?
ווייבל: טווערסקי.
אפיציר: און וואס איז איר מעידען נאמען?
ווייבל: טווערסקי.
אפיציר: וויאזוי הייסט אייער פאטערנעל זיידע?
ווייבל: טווערסקי.
אפיציר: וואס איז אייער פאטערנעל באבע'ס מעידען נאמען?
ווייבל: טווערסקי.
אפיציר: וואס איז אייער מאטערנעל זיידע'ס נאמען?
ווייבל: טווערסקי.
אפיציר: וואס איז אייער מאטערנעל באבע'ס מעידן נאמען?
ווייבל: טווע - - -
אפיציר: איך מיין אז איר ווייסט נישט וואס "מעידען" איז טייטשט.
ווייבל: איך מיין אז איר ווייסט נישט וואס "טווערסקי" איז טייטשט!....
ייש״כ בענדשעמען. זעלטענע קלארקייט און גאר גוט אראפגעשריבען. Yes you can
@בענדזעמין פרענקלין גיי פארקויף דיין דרשה פאר אמי מעגעזין.
זייער גוט, בענדזשאמין. כ׳האב ממש דאס זעלבע געטראכט ביים לייענען קטלא׳ס פאסט.
איין הערה: איר זענט אלע נישט ביים ריכטיגען אדרעס.
טענות אויף קטלא קניא חסידיו ופייסבוק גרופעס, דארף מען ווענדען צו זיי. און זארגטס נישט, עס זענען דא דארט אזוינע וואס שרייען דאס, און מען טענה'ט זיך ארום דעם דארט. עס צו שרייבען אין מער היימישע גענויגטע פלעצער איז גע'דרש'נט צו די קאפעלע. און דינט נישט מער ווי א קלאפ אין בייכל מ'זאל קענען ווייטער שלאפען.
טענות אויף סקווערער רבי דארף מען אריינשיקען צו עם אין קוויטעל שטוב, נישט אויף אינטערנעט בלאגס וואס ער ליינט סייווי נישט לכאורה. עס צו לייגען דא איז פשוט געדרשנ'ט צו די קאפעלע.
טענות אויף די אלגעמיינער אידישער גאס, וואס אויך די 'נארמאלע מענטשען' שבו שפירען נישט קיין פליכט צו מאכען א קול רעש גדול ווען אזוינע אוממענטשליכע רשעות ווערט אפגעטוהן בשמה ובשם התורה, כל שכן נישט עס אפשטעלן, און ווארפן מערסנס א קרעכץ, דאס קומט אין דער איד, דער בלאט, די צייטונג, משפחה, יתד, עמי, שטערן, וכו'. פלעצער וואס האבען א השפעה אויף די גאס. בדוחק איז קאווע שטיבל א מפלט אחרון פון די אומגעהערטע געשרייען.
@אנאנים איך האב נישט קיין צווייפעל אז איר ווייסט אז די אלע ״געוויסע באריכטען״. אז זי איז געווארען באלעסטיגט שטאמט פון זעלבען פלאטץ וואס בענדשעמין האט דא אויסגעטיען נאקעט כחומץ לשיניים וכעשן לעיניים, די אלע ״באריכטען״ האט נישט קיין האפט און מקור.
אקעי,
אבער דאס מאכט נישט קטלא'ס ארטיקעל ווי חומץ און עשן.
ריכטיג ר' בנימין, חכמים הזהרו בדבריכם, איבערגעטריבענע קריטיק טרעפט נישט אין ציל.
דער סקווערער צדיק (לייען מיט א צדיק קמוצה) איז ווייט נישט קיין בוטשער, קאלטבלוטיגער מערדער, אונקוואזיטאר, רובא דרובא פון זיין קהילה זענען צופרידענערהייט פארשקלאפט צו דעם גאר עקסטרעמען לעבנסשטייגער פון דינען זייער גאנץ לעבן דעם זעלבסט אינטרעסט פונעם רוסישען אוליגארך וואס מוניפאלירט זיין קהילה שוין פופציג יאהר, און דאס ביסל וואס דרוקען אויס זייער אומצפרידענהייט באהאנדעלט מען זיי אויף אופנים וואס זענען נישט אזוי פרעמד און אנדערע חסידות'ן
סאיז שוין איינמאל א גיעול הנפש אבער פארוואס אריבער גיין די ליניע אים צוגלייכן צו סטאלין און דאס גלייכן.
נאך אלע מליצות און פראזן וואס
@בענדזשאמין פרענקלין און קטלא 'עלען זיך איינער דער צווייטער אויסרייבן, איז אין דעם ארטיקל דא נאר דריי ממשיתדיגע נושאים וואס ווערן דורך געאקערט, בחדא מודי ובתרי פליגי. לגבי די גניבות וגזילות זענט עטס אויפ'ן זעלבן בלאט, נאר בענדשעמען דרייט זיך ארויס מיט די באקאנטע טענה אז יעדער טוט דאס. די אנדערע צוויי נושאים זענען ווי פאלגענד: 1, ווי ווייט איז הרב דוד טווערסקי שולדיק אין די ראטטענבערג שריפה. 2, ווי ווייט איז הרב דוד טווערסקי געווען מעורב אין די טאמבור סומאטאכע.
לגבי די ראטטענבערג שריפה זענען מיר נישט געבוירן נעכטן. דאס איז נישט געווען עפעס א ל"ג בעומר פייערל וואס איז צו ווייט געפארן. אין א שטעטל וואס איז אזוי שטארק קאנטראלירט ביים רבי'ן איז לאכעדיק צו טענה'ן אז די העיליגער רבי האט אין דעם נישט געהאט קיין בוימעלדיגע פינגער און דאס איז חוץ פון דעם וואס ער האט נאך עד היום נישט געהעריג גענומען קיין שריט אז דאס זאל נאכאמאל נישט פאסירן. ווער געדענקט דען נישט די בקשו רחמים צעטלעך פאר שפיצער בשעת וואס ראטטענבערג איז ניטאמאל אנערקענט געווארן אז ער איז עטוואס געשעדיקט געווארן. מערקווירדיג איז אז ראטטענבערג האט נאכ'ן בלייבן האלב געלעמט נאך אלץ זיך געמוזט ארויסציען פון שטעטל בשעת וואס
@מנשה לוסטיג גייט באזוכן דעם מערדער אין תפיסה. אלזא, אפשר שר הטבחים איז ער נישט, אבער דאך איז ער נישט קיין קליינע עשו.
לגבי די ויכוח פון די סקווירא קשר מיט די טאמבור סומאטאכע, ביטע מאכט אייך נישט תמ'יש. דער העיליגע רבי איז מעורב אין יעדן פרט קטן וגדול וואס ס'גייט פאר אין שטעטל. דארט אין שטעטל איז נישט פארהאן קיין יחידים, ס'דא נאר א רבים וואס ווערן געפירט פון דעם קולטישן כאראקטער, הרב דוד טווערסקי, וואס בלעדו בל ירים איש ידו. די מציאות פון דעם אז מ'האט איר צוגענומען די קינדער איז קיינער דא נישט מפקפק אין אז דאס פאר זיך אליין קען מעביר זיין א מענטש מדעתו אויך נישט. די שאלה איז נאר צו מיר דארפן עם מוחל זיין ווייל דו האסט דיך אין עם באליבט ווי אין אן אלטן רוסישן זיידע, במחילה ממך, צו מיר רעדט דאס נישט. מיר איז ליבערשט די אונגארישע זיידע וואס פארשטייט די נוצן פאר א קינד צו האבן א מאמע, און נעמט אויך אין באטראכט נישט צו שטופן א מענטש איבערן בריק.
דבילהנאך אלע מליצות און פראזן וואס
@בענדזשאמין פרענקלין און קטלא 'עלען זיך איינער דער צווייטער אויסרייבן, איז אין דעם ארטיקל דא נאר דריי ממשיתדיגע נושאים וואס ווערן דורך געאקערט, בחדא מודי ובתרי פליגי. לגבי די גניבות וגזילות זענט עטס אויפ'ן זעלבן בלאט, נאר בענדשעמען דרייט זיך ארויס מיט די באקאנטע טענה אז יעדער טוט דאס. די אנדערע צוויי נושאים זענעו..: .
איך האב טאקע געטראכט מגיב צו זיין אויף די נקודה אבער פון א אנדערע ענגל.
נאך די אויפדעקונג פון די מאסיווע ווילי ראפויגעל גניבות, איז שוין זייער שווער צו שרייבען אז גניבות איז געצוימט צי סקווערע מאנרא ודומיהן,
יישר כוח ר' בנימין. כ'האב יענע וואך ענליך מוחה געווען, הגם נישט אזוי עלעקוואנט.
אבער דא עקא. כ'האב געכאפט נעכטן א שמועס מיט א איד אן איש נאמן (עכ"פ פאר מיר) וועלכע האט די האר-אויפשטעלענדע מעשה געהערט פון די נפטרת זעלבסט:
אלס חסידיש'ע סקווירא פרוי, ווען דבורה טאמבור האט זיך געראנגעלט מיט די סעקסואלע מאלעסטעשאן זי איז דורכגעגיינגען אויף די האנט פון א סקווירא חסיד, און נאכדעם וואס זי האט נישט באקומען קיין הילף אדער אנערקענונג פון קיינעם, האט זי ברוב תמימתה געהאלטן אז דער צדיק, וועלכע העלפט יעדען איד פון נאנט און ווייט, וועט איר זיכער העלפן. זי איז טאקע אריין צום סקווירא רבי'ן און פארציילט אלעס. דעם רבי'ס ענטפער איז געווען א טיפע קרעכץ און צולייגענדיג "ס'איז א פראבלעם.... וואס קען מען טוהן?" און דער צדיק האט עיר שטארק געבעטן (אויפגעפאדערט?) נישט צו גיין פארציילן די מעשה פאר קיינעם. זי איז געשטאנען אפגעפאטשט, צומישט, פארלוירן און פאראטען. איר לעצטע האפענונג איז אויסגערינען און איר אמונה אינעם צדיק איז גענצליך צוטרייסעלט געווארן.
אבער די מעשה ענדיגט זיך נישט דא.
איידער פרוי טאמבער האט פארלאזט דאס קודש הקדשים האט איר דער סקווירא רבי געזאגט אז "די שמועס זאל זי פאר קיינעם נישט פארציילן!" דאס טייטשט אזוי, נאכן מחפה זיין אויפן רוצח, נאכן פארשווייגן די נערה שצעקה בעיר, האט ער זיכער געמאכט אז פאר די קדשי קדשים זאל נישט ארויסקומען חלילה קיין פגם!
לאמיר איבערחזרן: מאלעסטעשאן ברענגט דיפרעסיע. פארלייקענען די וויקטעם'ס מעשה אדער זיך דינגן מיט אדער אוועקמאכן די צער מאכט די עצם אטאקע ערגער. נישט ברענגן דעם אטאקירער צו יוסטיץ מאכט די אטאקע פיל ערגער און ערלויבט נישט קיין closure. מאלעסטעשאן און דיפרעסיע קען פירן צו זעלבסמארד. דאס איז אלעס עלעמענטארע פסיכילאגיע פאר ווער ס'וויל וויסן. (כ'ווייס נישט די פרוי'ס אלגעמיינע געזונטהייט צושטאנד פאר די מעשה.)
ולנערה לא תעשה דבר, אין לנערה חטא מות, כי כאשר יקום איש על רעהו ורצחו נפש כן הדבר הזה!!!!
ביי אונס זאגט די תורה, לא יוכל לשלחה כל ימיו!!!! איינמאל סקווירא האט געלאזט די פרוי מיט איר צער הענגן האט סקווירא איר מאנס געווען פונדאסניי. סקווירא האט פון דאן אן געהאט די אחריות און דאס בעלות אויף די פרוי און איר וואוילזיין, אפגעזעהן צו זי האט זיך אויסגעטוהן די שייטל און פארקערצערט די בגדים און געפירט א אוטו אים שבת: תחת אשר ענה, לא יוכל לשלחה כל ימיו!!!!!
ווער ווייסט צו דאס פרוי'ס גאנצע אידישקייט, וועלכע איז געשטאנען אויפן ריזיגען יסוד הנקרא די רבי, איז נישט צוזאמגעפאלן ווען איר טראסט אינעם קודש הקדשים איז צושמעטערט געווארן ביי יענעם אודיענץ? ווער ווייסט צו זי האט נישט איבערגעלאזט איר אידישקייט נאך אים קוויטל שטוב?
שמעו קציני סדם האזינו עם עמרה ... ידיכם דמים מלאו.
(ס'איז מעגליך אז ק"ק האט אויך געהאט די אינפארמאציע, אדער אפשר גאר יותר ממה שקריתי לפניכם.)
וואלטיך געוועזן א סקווערער, וואלטיך איך אויך געלייקט @בענזשמין'ס ארטיקל. שוין לאנג נישט געליינט אזא גוט שטיקעל.
און איך האב באקומען אין וואטץ-עפפ א ניינטע גירסא:
זייער אינטערעסאנטע זאך פארציילט מיר יעצט א ידיד, א סקווירא חסיד. מרס טאמבור האט זיך צובראכן איר היפ פאר 5 יאר צוריק. זי איז דורך אן אפעראציע אבער די יסורים זענען געווען מער ווי נארמאל, מ'האט איר געשטאפט מיט מעדעצין כדי איר גרינגער מאכן דעם לעבן. איר משפחה האט געשאפט גרויס געלט פאר די בעסטע דוקטורים, אבער איר מצב האט איר נישט געלאזט איר באוועגען און די קינדער האבן געמוזט גיין וואוינען ביי א צווייטען. - איר מצב איז געווארן אזוי שלעכט אז זי איז ממש געווארן צורידערט נעבעך. מ'האט איר בלית ברירה אריינגעלייגט אין א משוגעים הויז. דארט איז זי באפריינדערט געווארן מיט נישט יידישע מענטשן.
לפי"ז זענען אירע קינדער שוין נישט געווען ביי איר נאך פאר זי האט זיך אריינגעלייגט אין ביקורת המקרא און געקומען צו די מסקנה אז...
מ'ברויך הענגן קו"ק קעגן שיקן מענטשן אין מענטעל אנשטאלטן, כי רבים חללים הפילה. און ווער ס'וועט עובר זיין אויף די נייע תקנה אפי' בחדרי כדורים, וועט מען מיזן די קינדער אהיימשיקן, כדי זיי זאלן נישט חלילה באיינפלוסן אנדערע אומשולדיגע קינדער.
איך מיין אז נאך אלע הסברים פון דבלה, סופר ומונה, און יואליש, פארענטפערט עס נאך אלץ נישט קטלא קניא'ס איבערגעטריבענע שפראך. יעדער פארשטייט אז עס איז דא א חילוק פון א מאלעסטער ביז א מאלעסטער'ס פארשווייגער; צווישען א רוצח און א העצער וכו'. אזוי ווי יעדער פארשטייט אז עס איז דא א חילוק פון א פירסט דיגרי מערדער ביז א סעקענד דיגרי, איז דא א חילוק פון איינער וואס רצח'ט ביז איינער וואס פארשטייט נישט אז מיט זיין פארשווייגען א מעשה נבלה שטיפט ער איר אריבער דעם בריק.
על אף וואס די אמעריקאנע האבן נישט געהאלפען קיין אידן ביי די צווייטע וועלט קריג און די ענגלענדער האבן צוריק געשיקט שיפן פון א"י קיין דייטשלאנד הייסן זיי נאך אלץ נישט קיין נאציס און זייער נאמען ווערט נישט דערמאנט אוטאמאטיש מיט קיין ימ"ש צום סוף. די זעלבע איז דא הגם דער סקווערער האט געטוען געוואלדיגע אומרעכטען איז אבער פון דארט ביז א "שר הטבחים און סטאלין" א פאלג מיר א גאנג.
(איך בין מסכים מיט קופי'ס קריטיק. אבער לדעתי איז דער קעפל פון דעם אשכול זייער אומקלאר און כלליות'דיג. א קעפל דארף באיזה אופן מודיע זיין איבער וואס דער מדובר איז.)
לינק צום ארטיקל?
דבילה @מנשה לוסטיג גייט באזוכן דעם מערדער אין תפיסה.
אוי איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט שפיטצער אין תפיסה, כ'האף שטארק בקרוב צו באזוכן. און אפשר זיך פאויסטן אויך מיט עהם. ער איז מיין שטאלץ און גיבור
רויטע וואנצעסלינק צום ארטיקל?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/153932">viewtopic.php?p=153932#p153932</a><!-- l -->
בנוגע די ליטארערישע קריטיק: ס'איז אמת אז סתם קטלא איז געווענליך מער קונסטליך און געדאנקן-אנרייצענד. אבער ס'איז דא פעלער ווי אפנייגונג פון סטיל ברענגט ארויס די טיפע צושטורעמענטע געפילן. כ'גלייב ישעיהו, פון דער שענסטע פאעזיע אין נ"ך, איז אויך אראפגעריסן געווארן פאר די שארפקייט אין קאפיטעל א.
מנשה לוסטיגדבילה @מנשה לוסטיג גייט באזוכן דעם מערדער אין תפיסה.
אוי איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט שפיטצער אין תפיסה, כ'האף שטארק בקרוב צו באזוכן. און אפשר זיך פאויסטן אויך מיט עהם. ער איז מיין שטאלץ און גיבור
דהיינו וואלסט ווען געוואלט אז עס זאל אים געלונגען צו פארברעננען דעם ראטטענבערג ?
יתרומנשה לוסטיגדבילה @מנשה לוסטיג גייט באזוכן דעם מערדער אין תפיסה.
אוי איך האב נאך קיינמאל נישט באזוכט שפיטצער אין תפיסה, כ'האף שטארק בקרוב צו באזוכן. און אפשר זיך פאויסטן אויך מיט עהם. ער איז מיין שטאלץ און גיבור
דהיינו וואלסט ווען געוואלט אז עס זאל אים געלונגען צו פארברעננען דעם ראטטענבערג ?
האסט פארגעסן אז מ'האט ראטטענבערג'ן טאקע פארברענט, דערפאר טאקע איז שפיטצער זיין שטאלץ.
@מנשה לוסטיג אויב מיינסטו טאקע וואס דו שרייבסט ביסטו דאך א פאלנע רוצח! (אפשר נישט קיין פירסט דעגרי מערדער אבער א חבר לרוצחים יא) שפיצער זאגט אז ער האט נישט געמיינט מער ווי א קליינע ל"ג בעומר פייערעל נאר עס ארויס פון קאנטראל, אבער דו שגץ מיט דעם וואס דו שרייבטס אז ער איז דיין שטאלץ נעמסטו דאך אן אז ער האט יא געוואלט פארברענען א איד פארן חטא פון זיין א מתנגד פון סקווירא, און מיט דעם אלעם ביסטו שטאלץ מיט אים, שעים אן יוא!!! מנשה ביסט א סכנה פאר די מענטשהייט.
יתרו@מנשה לוסטיג אויב מיינסטו טאקע וואס דו שרייבסט ביסטו דאך א פאלנע רוצח! (אפשר נישט קיין פירסט דעגרי מערדער אבער א חבר לרוצחים יא) שפיצער זאגט אז ער האט נישט געמיינט מער ווי א קליינע ל"ג בעומר פייערעל נאר עס ארויס פון קאנטראל, אבער דו שגץ מיט דעם וואס דו שרייבטס אז ער איז דיין שטאלץ נעמסטו דאך אן אז ער האט יא געוואלט פארברענען א איד פארן חטא פון זיין א מתנגד פון סקווירא, און מיט דעם אלעם ביסטו שטאלץ מיט אים, שעים אן יוא!!! מנשה ביסט א סכנה פאר די מענטשהייט.
שפיטצער האט 'גארנישט' געזאגט!
וואס מ'האט געזאגט אויף עהם, און וואס מ'האט עהם געהייסן זאגן, אויף דעם זענען דא שוין לאנגע לעגענדעס, אבער וויבאלד איך בין א גלויביגער יוד, און א מסור איז חייב מיתה, און איך בין דאך פויל עס צוטון, בין איך זייער זייער העפי אויף איינער וואס האט סך הכל עהם געגעבן א ציפעלע.
@מנשה לוסטיג, וואלטסט געוואלט אז דיין זון זאל זיין אזא 'גבור'?
איך הייס נישט וועמען וואס צוטון, און איך הייס נישט מיין זון וואס צוטון, און איך גלייך וואס איך גלייך, און איך האלט וואס איך האלט, גראדע וואס איך האלט, איז די ריכטיגע הלכה אין שו''ע קעגן א מסור
וואס האקסטו א קאפ וועגען מסירה? בשעת ווען "דיין גיבור און שטאלץ" האט אנגעצינדען די מנורה איז דאך ראטטענבערג נאך נישט געווען קיין מסור, דאס איז איינס. צווייטענס עס זענען דארט געווען ראטטענבערגס פרוי און קינדער זיי זענען דאך זיכער נישט קיין מוסרים נו ווי האט ער געהאט א רעכט זיי צו פארברענען? קומט אויס לשיטתך (וואס שפיצער איז דיין שטאלץ און ער דאס געטוען ביודעים) איז ער דאך א מאסן רוצח! און דאס הייסט ביי דיר א גיבור?
פארשעמעטע יינג וואס דו ביסט, כבין חושש אז די ביסט נישט מזרע ישראל.
אוודאי איז ער געווען א מסור, ער האט גע'מסר'ט סיי די מוסדות וועגן די וואלטשערס, און סיי יחידים וואס זענען עהם געשטאנען אין וועג אויספירן זיין פלאן פון א זעלבשטענדיגע מרידה.
און דאס וואס ער האט געלייגט א האנט אויף שפיצערס האלדז און עהם דערשטיקט, וואס האט געדארפט צווינגען דעם בחור זיך אנטפלעקן זיין פארדעקטע פנים, דאס איז וואס? שילוח הקן? רציחה בידיים.
מנשה לוסטיג
און דאס וואס ער האט געלייגט א האנט אויף שפיצערס האלדז און עהם דערשטיקט, וואס האט געדארפט צווינגען דעם בחור זיך אנטפלעקן זיין פארדעקטע פנים, דאס איז וואס? שילוח הקן? רציחה בידיים.
הבא להרגך השכם להרגו!!!
ווען איינער האט געז, קלערט צו מאכן א פייער אויף דיין פארטש, פיר אזייגער פארטאגס, וויאזוי ווייסטו בכלל וואס גייט פאר? עטפער דעם פראגע ביטע.
יעדער שלאפט, און איינער קריכט אין וואלד מיט א סענדוויטש בעג מיט געז, ווי אזוי קומט ראטנבערג אן אונטער א בוים און ווארט אפ דעם בחור, און כאפט עהם ביים האלדז? וויאזוי?
מנשה לוסטיגווען איינער האט געז, קלערט צו מאכן א פייער אויף דיין פארטש, פיר אזייגער פארטאגס, וויאזוי ווייסטו בכלל וואס גייט פאר? עטפער דעם פראגע ביטע.
יעדער שלאפט, און איינער קריכט אין וואלד מיט א סענדוויטש בעג מיט געז, ווי אזוי קומט ראטנבערג אן אונטער א בוים און ווארט אפ דעם בחור, און כאפט עהם ביים האלדז? וויאזוי?
נו אלא מאי פיר אויס?
מנשה, וועסט נאך עלטער אין קלוגער ווערען, אין וועסטעך שעמען מיט דיינע תגובות דא,
פאר איך פיר אויס, וויל איך קלאר מאכן, קיינער האט מיך נישט געדינגען, און אויך איך האב אליינס מברר געווען די עכטע פאסירונג, פאר איך האב געשריבן אפילו איין אות.
איך האב מיך נישט פארלאזט אויף קיינעמס אמונה און קלערענישן, מיין שכל האט מיך געשיקט נישטערן דא און דארט, ביז כ'האב פארשטאנען די עכטע געשיכטע.
ובכן.
די געשיכטע וואס די גאס האט גערעדט און רעדט נאכאלץ, איז שקר גמור.
קודם כל קען איך ראטנבערג און שפיצער פון לאנגע יארן, ס'האט נישט געקלעבט די געשיכטע אין מיינע אויגן, סיי וויאזוי ס'איז נישט געלונגען און סיי וויאזוי ס'איז בכלל געקומען דערצו אז שפיצער ליגט אין שפיטאל אפגעברענט, און איז גאר שולדיג, און ראטנבערג לערנט פאר מוסר דרשות ממש א קורצע זמן נאכדעם, ווען א פארברענטע מענטש ווי ס'האט געצייגט די בילדער, קען נישט זיין וואך, צוליב די סכנה פון פארגיפטונג אין די בלוט פון אפילו א קליינע ברי אויפן האנט.
איך האב נישט געעפענט מיין מויל מיט מסקנות, ווילאנג כ'האב נישט דערגרונטעוועט די מעשה עד הסוף.
וויבאלד די אמת איז נישט באקאנט,און מ'וויל עס ממילא נישט גלייבן, איז מיר א שאד צו ענטפערן אלץ ענה כסיל כאיוולתו. כשם שמצוה שלא לומר דבר שלא נשמע. און אויך א כסיל, ווייל איך קען אינסייד סטארי און אינסייד ביידע צדדים און רוב שרייבער און קלאגער קענען זיי נישט.
דאך, שפיר איך א צורך יא צו פארציילן וואס איך ווייס. און נאכדעם קען מען פארזעצן מיט קללות נמרצות וואס וועט אוודאי ברענגען גרויסע וואונטשען פאר די מקללים ולזרעם אחריהם
מנשה לוסטיגפאר איך פיר אויס, וויל איך קלאר מאכן, קיינער האט מיך נישט געדינגען, און אויך איך האב אליינס מברר געווען די עכטע פאסירונג, פאר איך האב געשריבן אפילו איין אות.
איך האב מיך נישט פארלאזט אויף קיינעמס אמונה און קלערענישן, מיין שכל האט מיך געשיקט נישטערן דא און דארט, ביז כ'האב פארשטאנען די עכטע געשיכטע.
א שאד, מיט אמונה וואלסטו אנגעקומען מער אמת'דיג ווי דיין שכל.
😂
ס'גייט אויך זיין א קרעטשמע אין די מעשה? כאטש א פריץ?
מנשה לוסטיג
שפיצער איז געלאפן גלייך נעמען קארטאפל עס לייגן אויפן וואונד ווי דאס דארף העלפן אבער ס'איז געווען אסאך א שטערקערע ברי אז ס'זאל העלפן.
לויט די בילדער פון ראטנבערג וואלט ער נישט שפאצירט היינט געזונט ווי א אקס, ס'ינשט מעגליך. אזוי האט מיר געזאגט א פעדאמעדיקס פון קרית יואל, ס'נישט מעגליך לויט די בילדער, ס'מוז זיין אז די בילדער זענען נישט נאטורליך.
המשך יבוא
ס'איז שוין דא ערגעץ אן אשכול איבער קאנספיראציע טעאריעס.
מער פון אלעם בין איך פאראינטערעסירט אין די קארטאפל וואס שפיצער האט געלייגט אויף די וואונדן. איז מעגליך אז ראטענבערג איז געווען אזוי שנעל מתהלך בחוץ על משענתו צוליב דאס וואס ער האט געלייגט סיי קארטאפעל און סיי רעטעך יוצא צו זיין אלע מנהגים אין כרפס? וואס זאגן די פאראמאדיקס אין ק"י אויף אזא מעגליכקייט?
מנשה לוסטיגווען איינער האט געז, קלערט צו מאכן א פייער אויף דיין פארטש, פיר אזייגער פארטאגס, וויאזוי ווייסטו בכלל וואס גייט פאר? עטפער דעם פראגע ביטע.
יעדער שלאפט, און איינער קריכט אין וואלד מיט א סענדוויטש בעג מיט געז, ווי אזוי קומט ראטנבערג אן אונטער א בוים און ווארט אפ דעם בחור, און כאפט עהם ביים האלדז? וויאזוי?
לשיטתך איז ראטנבערג דער שולדיגער. ווייל ר'האט זיך ווען געדארפט לאזן פארברענען, זיך און די גאנצע משפחה. קעלבלישקייט מקלקלת את השורה. און דער וואס האט געשיקט דעם בחור'ל שפיטצער. (די וועלט ווייסט ווער די משלחים זענען.( איז שולדיג אויף מאסן רציחה. 🙄 😳
איך האב גענומען אביסל פון מיין צייט צו אויסקלארן די פאקטן וואס דער לוסטיגער פרובירט צו פארדרייען און פארשמירן.
איך בין גאר נאנט מיט די פאקטן פון די פרשה, און געווען שטארק פארמישט אין די אנטוויקלונגען.
אין די וואך פאר יענעם ביטערן ל"ג בעומר האט מרת ראטטענבערג ערהאלטן א טעלעפאון רוף פון עמיצן וואס האט גערעדט מיט א געמאכטע שטימע און יענער האט איר אנגעשראקן מיט דאס ארגסטע, צווישן אנדערע אז מ'וועט ענק פארברענען, עס האט ליידער נישט געשפעטיגט יענעם מוצאי שבת פינעף מינוט פאר פיר האט איינע פון די ראטטענבערג פאמיליע וואס איז געווען דעמאלס על המושמר אויף די סקרין פון די איי'ס וואס מ'האט נארוואס אריין געשטעלט עטליכע טעג בעפאר נאכדעם וואס זייער היים איז עטליכע מאל געקומען אונטער אטאקע פון שטיינער און שטעקענעס האט פלוצלינג באמערקט ווי פונעם וועלדל שפאצירט ארויס עמיצער מיט מאטריאל אין די הענט, מיט קולות איז דער פאטער אויפגעוועקט געווארן און איז ארויסגעלאפן אינדרויסן, ווי מנשה'ס גיבור און העלד האט איהם קאנפראנטירט און אונטערגעצינדן און דערביי זיך אליין פארברענט זיינע הענט, און מנשה מיט דעם ביסטו גערעכט אז ער האט פארשיקט דעם ערשטן הצלה מאן וואס איז אנגעקומען, יענער איז דיינס גלייכן אזא טעראריסט ווי דו מיט דיין חבריא, וואס יענער האט גאנץ גוט געוואוסט פאראויס וואס דא גייט פארקומען ,145 אין הצלה,
איך האב בעיני געזעהן א איבערשפיל פון די ריקארדינג פון די סצענע.
מנשה ווי קענסטו קומען זאגן אז דער פאטער האט זיך אויסבאהאלטן? אז ער האט איהם אינטערגעצינדן? דאס איז ריין שקר.
נ.ב. איך בין נישט פון סקווירא
וואס זענען די צלקות אויף שפיטצערס הענט? דארט לייענט מען קלאר א אנדערע אגענדע וואס די באליידיגטע בלשון נקיה האבן פראפאגאנדירט
מנשה דו ענפערסט בכלל נישט ממין הטענה וואס זעט מען אויף די צלקות פארקערט ווי טשולנט האט פארציילט ? צלקות פון רוטענבערג קוקט אויס אנדערש ווי צלקות וואס איז געקומען פון זיך אליינס? דיין פארענטפערן שפיצער׳ן טראגט דער זעלבער פנים וואו עפעס אן אנדערן פארענפערונג דא אין אן אנדערן פארום... וליתר שאת עיין בחתימתי ...
שפיצערס בריען און צלקות קומען פילייכט דורכן זיך אפבריען פון די פיין! פיין! הייסע נייעס.
וואס נאך
חזור בך
ס'געווען א שורש פורה ראש ולענה, מ'האט עס ארויסגעשניטן און אויסגעריסן. ס'האט געקאסט א פרייז, אבער דער פארשאלטענער קרעץ איז נעלם
מנשה לוסטיגס'געווען א שורש פורה ראש ולענה, מ'האט עס ארויסגעשניטן און אויסגעריסן. ס'האט געקאסט א פרייז, אבער דער פארשאלטענער קרעץ איז נעלם
ליין איך גוט?
סקווירא נעמט אויף א נייע רבי?
#תעןלמנשהכפיאולתו
מנשה זיצט ערגעץ אין א קעלער און קייכט זיך פאר געלעכטער, ער וויל זען ווי משוגע יאר קען שרייבן, און דער עולם זאל עם נאכאלץ נעמען ערענסט.
איך קום צו דער אשכול נאר צו ליינען פון מנשה'ס פערל ווערטער. איך בין נאך אלס נישט זיכער צו ער איז א סקווערער צו א ברסלב'ער וואס וויל חוזק מאכען פון סקווער. ביטער ערקלער אונז מנשה גענוי וואס דו ביסט.