☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » שבת בעל אין ווילי

שבת בעל אין ווילי

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4870

קינות גירושין » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 6:05 am

· #154003
שבת בעל אין ווילי
א פארדריסליכע טעות איז יעצט געשען אין ווילי די שבת בעל האט זיך צופופען יעצט 6:13 אינדערפרי

שווארץ אויף ווייס » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 8:21 am

· #154013
וועלעכע בעל ? סאיז דא אפאר אין ווילאמסבורג

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 8:27 am

· #154014
אפשר איז וויזניצע רבי דא אויף שבת.

אפטעמיסט » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 8:36 am

· #154015
אפשר איזעס געוועהן דער שופר של משיח

outspoken » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 9:06 am

· #154016
נאכמיטאג פייפט עס אויך אזוי הויך?

שושן פורים » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 9:08 am

· #154017
איך זעה דער עולם ווייסט נישט, וועל איך פארציילן דעם סוד .
פאריגע וואך איז געווען אן אסיפה ביים סקולענע רבי , און מהאט דן געווען אז אזויווי דער אינטערנעט פראבלעם האט מען שוין מסדר געווען , נו וואס איז נעקסט?
עס איז געווען הצעות לכאן ולכאן , געוויסע האבן געוואלט מאכן קעגן עסן ou פראדוקטן וואס כידוע הערשט א גרויסע נאכלעסיגקייט ביים עולם , אבער דאן האט מען געזען אז סיטי פיעלד קען מען נישט אנפילן פון דעם ,
ביז נמנו וגמרו אז מוועט אויפוועקן דעם עולם צו זמן קריאת שמע , און כדי עס נאכצוגיין וועט מען מאכן יעדע צופרי אן אפעל ציילונג , איינס ביי לי קארנער ראדני און איינס ביי קענט קארנער הופער (שוין ווייטער מישן די חברה אריין פאליטיק אין יעדע דבר שבקדושה).
עס וועט זיין אויפן פלאץ א וועד האישור און ווער סאיז נישט געווען וועלן זיינע קינדער נישט קענען גיין אין חדר יענעם טאג, זיין ווייב וועט נישט קענען גיין אין גראסערי, און ער אליין וועט נישט ווערן אריינגעלאזט אין קיין איין אינטערנעט קיוסק,
אויב איינער דארף שלאפן לצורך פרנסה, ווי למשל איינער וואס ארבעט אין א נייט קלאב אדער א רבי וואס נעמט אויף ביז שפעט , קען באקומען א אישור פון די וועד

פרטים יבואו

שושן פורים » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 9:31 am

· #154019

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 10:20 am

· #154026
יישר כח שושן פורים: לויט ווי דו לייגסט עס אראפ איז נישט שושן פורים נאר פורים אליינס. דו האסט זייער גוט ארויס אלע כאראקטערס אין דעם שפיעל. זייער חכמה און זייערע פאליטישע אמביציעס. פאר די גבאים און עסקנים וועלכע ארבעטן זייער שווער ארויפצולייגן דעם רעבי'ן שליט"א אויף די פאליטישע מאפע דארף מען זאגן אז זיי זאלן זיך זוכן אנדערע דרכים גרויס צו מאכן זייער רעבי'ן ולפרסם שמו בעולם. 😂 🙄

רויטע וואנצעס » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 10:32 am

· #154031
די ציל פון די אלע קאמפיינס הייבן זיך למעשה אן לשם שמים, ס'דא וואוילע אידן ווי די סקולענער רבי אדער א צווייטער וואס מיינען די אמת. די שקצים אבער וואס זיי האבן ארום זיך הייזשעקען די נושא פאר זייערע אינטערעסן, אזוי ווי ליבאלארן הייזשעקן גלאבעלע היץ. זייערע אינטערעסן זענען געלט, וויאזוי? די טייערער א שטיקל ריעל עסטעיט איז, די מער מ'קען פון דעם סאקען. אז די רבי איז גרעסער און מער מאכטפול העלפט עס די באדאם ליין פאר די שקצים, ספעציעל אין סקולען ווי ס'איז א הפקר וועלט, און א שיינע חלק חסידים זענען דארט נאר צו סאקען אדער כשרן פון חס"ל. וד"ל.

אביגדור » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 11:07 am

· #154038
דאס גוטס וואס קומט פון דער שבת פייפער איז לכאורה ווערד דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט אמאהל א יובל. ווער קוקט דען אויפ'ן לוח צו זעהן ווען שבת קומט צו גיין? מען הערט דעם ערשטן פייפער ווייסט מען אז ס'צייט אפצוברענען די לעכט, מאכן דער סאמאוואר און אינטעריאגן די בנים אז מ'גייט שוין אין שוהל.

קאווע טרינקער » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 11:52 am

· #154050
או אינו?
ווייל ס'דא א פייפער קוקט מען נישט אין לוח
ווייל ס'דא ביקור חולים צימער, נעמט מען נישט מיט עסן

אביגדור » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:16 pm

· #154059
און ווייל ס'איז דא קאווע שלאפט מען נישט געהעריג.

און ווייל ס'דא פוד סטעמפס ארבעט מען נישט געהעריג.

און ווייל יעדע כולל יונגערמאן איז סיי ווי א "הרב" לערנט מען נישט געהעריג.

און ווייל דער געשעפטסמאן שרייבט אראפ באלאנסירט מען נישט געהעריג דעם טשעק-בוק.

און וויילן דער רב / רבי וועט שוין מאכן די החלטה טראכט מען נישט געהעריג.

ווייל דער בוחן שלאפט סיי ווי קען מען נישט געהעריג.

קינות גירושין » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 2:18 pm

· #154080
און ווייל דער רב / רבי וועט שוין מאכן די החלטה טראכט מען נישט געהעריג!!!!!!!!!

שושן פורים » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:04 pm

· #154372
באדעם ליין, פארוואס האט זיך עס טאקע צופיפן אזוי פרי?

קינות גירושין » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:13 pm

· #154376
טעות am and pm

שושן פורים » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:37 pm

· #154385
לבי אומר לי אז עס איז גארנישט קיין טעות , נאר היות די וועלט רידערט יעצט ארום מיט ביבי נתניהו , און pm איז דאך ראשי תבות פריים מיניסטער , איז להוציא מלבם האט מען געטוישט פון am צו pm