פארצייטישע בילדער/פילם פון צדיקים ואנשי שם
פארצייטישע בילדער/פילם פון צדיקים ואנשי שם
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4863
פאר דעם האמער דאך אייוועלט, ניין?
אייוועלט? וואס איז דאס?
רבי צבי הירש שפירא, הדרכי תשובה ממונקאטש.
סאיז דא א גרויסע נאכפראגע דא אין שטיבעל פאר די סארט בילדער ביטע לייגען נאך
רויטע וואנצעסרבי ישראל מסאלאנט.
טעות. צריך להיות רבי שמואל סאלאנט - אב"ד בירושלים.
רויטע וואנצעסבנימין זאב הערצל
וואו זעסטו אין "אביו" מער דעם גאנצן טראכט ווי אין בנו?
בהמבשר הוכיחו שקיצור הזקן טעות הוא.
הסטארישע קורצע פילם פונעם חזון איש.
ניין ,דאס וואס דו האסט געזעהן שטיין איז אז דער בילד איז באמת פון זיין זוהן המהרי"ד ,פון מהר"י איז נישט דא קיינע בילדער.
הרב רויטע וואנצעס
אחוץ פון וואס כ'האב דיר געלייקט פאר'ן ברענגען די קליפ פון מרן החוזה, דארף איך דיר זאגען האסט מיר מחייה געווען און באין כאחד מיר געשטאכען און הארץ, די ערשטע מאל וואס איך זע דעם צורה פון דעם מלאך זיך רירען מקען זען זיינע תנועות, דער קאפ וואס איז אויסגשניצט פון רמבם און רשבא'ס דרייט זיך אויס צו דעם יונגען נשמת יהודי, און דער מויל וואס עס האט זיך געגאסן פון איר תורה, חכמה, מדע, פילוסופיה, פסקים און טיפזיניגע רפואה, רעדט צו א יונגאלע דברים של אהבה וחיבה, דער האנט וואס פון דעם האט זיך ארויסגעשריבען די טיפע שטיקלעך פון ספר חזון איש און מיט דעם מסיים און משלים געווען תורת הראשונים ליגט און די הענט פון א יונגען יידאלע, אבער די הארץ וויטאגט מיר כ'האב געוואלטאריינשפריגנגען אינעם ווידאו און שרייען רבי רבי שוין היינט א גאנצען טאג וואס איך מוטשע זיך פארשטיין א שורה פון דיין תורה, ילמדנו רבינו, רבי לייג צו נאך אפאר בריווען און קובץ אגרות ובדבריך הקילורין כזהר השמש ובהירין כעננים בשמים תאיר עיני וותבנה רוחי, לידע את הדרך אשר ילכי ואת המעשה אשר יעשה, ואיך להתמודד עם בעיות הזמן, נאך אפאר סימנים און אמונה בטחון וואלט אויך נישט געשאדט, און אזוי אויסגעבענדיג אלע מיינע בקשות, זע איך וואו די צווי דיימאנטין און זיין קאפ קוקען אויף מיר גאנץ שארפליך און מיט א האלבען שמייכעל זאגט ער צו מיר, גיי לערן מיינע ספרים וועסטו אלעס טרעפן דארט נישט דא קיין נושא וואס איך האב אויסגעלאזט אדער פארזען, הפך בה והפך דכולה בה...

אלטע פילם פון רב שך אין ישיבת פאנאוויז איבער פופציג יאר צוריק. רב שך זעהט מען ערשט ביי 0:51
רויטע וואנצעסרבי מנחם מענדל שניארסון, אדמו"ר מלובאוויטש.
אלטע פילם פון באבא סאלי ביי א ברית. (מ'קען זעך לערנען צו זיין א מוהל אויך...)
רויטע וואנצעסאלטע פילם פון רב שך אין ישיבת פאנאוויז איבער פופציג יאר צוריק. רב שך זעהט מען ערשט ביי 0:51
ביי 0:39 זעהט מען א בחורל כ'מיין ער הייסט ר' חיים ברמן ער זיצט נאך היינט דארט אויפן זעלבען פלאץ און לערענט בהתלהבות, געוועהן א כתבה אויף איהם אין משפחה יו"ט לעילא ולעילא..
פילם פון חזן יוסעלע ראזענבלאט אין ארץ ישראל שנת תרצ"ג. ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל יענע יאר. פילם הייבט זיך אן 2:13
ס'הערליך שיין ווי יוסעלע זינגט א שטיקל אויף די פאסיגע מקום. למשל ביי קבר רחל זינגט ער רחל מבכה וכדומה.
ס'הערליך שיין ווי יוסעלע זינגט א שטיקל אויף די פאסיגע מקום. למשל ביי קבר רחל זינגט ער רחל מבכה וכדומה.
א גרויסן דאנק, וואנצעס, אלס א חזנות ליבהאבער האב איך נאך נישט געזעהן געוויסע חלקים פון דעם פילם, און אין אזא קוואליטעט אודאי נישט.
הסטארישע פילם פון קעניג פראנץ זשאסעף, די קעניג פון אוסטראה און אונגארן, פאר 103! יאר צוריק.
זיס!!! (נחום, כ'מיין גארנישט)
קוקטדא א ווידאו פון הרב יוסף, ביי 14;00 זעט מען ווי ער דיסקוסירט עפעס מיט הרב גורן
סקוקט אויס ווי דאס איז און די רבנות
סקוקט אויס ווי דאס איז און די רבנות
הכתרה פון הרב עובדיה צום רב הראשי פון תל אביב בשנת 1968. די קעפל פון די ווידיאו איז א טעות (אז ס'איז הכתרה לראשון לציון).
באקאנטע הערליכע פילם פון 1933 פון חתונה פונעם מנחת אלעזר'ס טאכטער. זעה צום סוף ווי ער (מיינט) רעדט צו אמאריקאנע אידן וועגן שמירת שבת.
(איינער א חכם האט געוואלט נעמען פילם פונעם רעבין אבער האט געוואוסט אז די מנחת אלעזר איז זייער א פרומער און וועט נישט לאזן, האט ער געדריקט דעם ריכטיג קנעפל און פארקויפט א בודם אז ס'איז TV און די רבי קען יעצט מוסר זאגן פאר די אנקעל סעם אידן. מ'זעט אויך אינעם פילם אז ס'איז שוין דעמאלסט אויך געווען "חסידים פאר בייקס")

אז מ'רעדט פון מונקאטש, אפאר אינטערעסאנטע קליפס פון מונקאטש אין יענע יארן.
די היסטארישע מארש פון רבנים אין וואשינגטאן שנת 1943. איינער ווייסט אפשר וועלכע רב רעדט?
געפאלן נעבעך אויף טויעבע אויערן, צו פארדאנקן דעם רעפארם ראביי ווייס ימ"ש שם רשעים ירקב.
רויטע וואנצעסאיינער ווייסט אפשר וועלכע רב רעדט?
דאס איז הרב זאב גאלד, מראשי המזרחי בארה”ב, צווישן אנדערע איז ער געווען רב אין די שומרי אמונה שוהל אין ב”פ, פון די מייסדים פון תורה ודעת ומחותמי מגילת העצמאות.
אויף רעכטס שטייט ר' אליעזר סילווער.
טעפלרויטע וואנצעסאלטע פילם פון רב שך אין ישיבת פאנאוויז איבער פופציג יאר צוריק. רב שך זעהט מען ערשט ביי 0:51
ביי 0:39 זעהט מען א בחורל כ'מיין ער הייסט ר' חיים ברמן ער זיצט נאך היינט דארט אויפן זעלבען פלאץ און לערענט בהתלהבות, געוועהן א כתבה אויף איהם אין משפחה יו"ט לעילא ולעילא..
דא גייען רוב בחורים מיט א דאשיק אויפן קאפ אנשטאט א היט, שוין זאל מען מירוק טוישען צו די דאשיק'ליך
רויטע וואנצעס, די אלע קליינע קליפ'ס פון מונקאטש זענען נישט פערצופאל שטיקלעך פונעם לענגערן ניין מינוטיגן קליפ?
שטייטזיך.
הה"ק מרימניץ ביי א חתונה, י"א אז די אודיא איז פון אן אנדערע מאהל, והכי מסתברא.
פילם פון די בעלזער רב, בריסקער רב, בית ישראל, טשעבינער רב, ר' מאיר קרליץ, לעלובער רבי ועוד.
עס איז פאלש.
ונבנתה העירעס איז פאלש.
טאקע? איז דא בכלל א עכטע?
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=498572#p498572">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 72#p498572</a>
מונקאטשער און דינעבער