☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » נהפכו לרבנים ואדמורים

נהפכו לרבנים ואדמורים

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4859

דולה ומשקה » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:46 am

· #153693
נהפכו לרבנים ואדמורים
"...מיין זיידע דער בראד'ער רב האט אמאהל געזאגט..."
"ביים טאטען האב איך געזעהן..."

אזוי וועט אמאהל דער כ"ק הגה"ק דער בראד'ער רב' שליט"א'ס איהר אייניקלעך רעדן, אבער לאו דוקא איהם, יעדער פראסטע און פשוטע בעל הבית מיט אפאהר דוללער, צוביסלעך רוקט זין אריין אין סטייל, אויך צו זיין א בעל מחבר אין נאך מער א אייגען בעסמעדריש, אבער נישט אז ער עפענט עס אדער איז עס מדנב בדוגמת ר' אייק רבי יעקל'ס שוהל, נאר ער זעלבסט איז אויך דער רב, ער זעלבסט האט אויך א ווארט.
דאס וואס אסך עשירים ווערן א 'בעל מחבר ספר...", צו ווייזען אז 'תורה וגדולה במקום אחד', איז א מכת המדינה, ווייל 99% פון זיי האבען מענטשען וואס זענען מחדש אין שרייבן, אין בארבעטן דאס פאר זיי.

דער רשימה פון אזעלעכע איז היפשט לאנג, אבער ערגער פון דעם אז זיי ווערן אויך פותחי בתי מדרשים, מיט דער צייט אויך דער רב זעלבסט, אין אויב האט ער צו דער זייט געהאט עפעס א עלטער עלטער זיידע, קען ער נאך ווערן א אדמו"א בבוא הימים, ווער האלט איהם דעם צוריק.

דער נעקסטע דור, דהיינו זיינע קינדער, ווערן שוין רבנים, מדין ירושה, נאך אלעם האט זייער טאטע געהאט א שוהל אדער גאר געוועהן ר 'רב', אוטומאטיש איז ער געווארען ממלא מקומו פון וכו' וכו', אין זיין גייען שוין מיט א שטאפעל ווייטער מיט דער דמיון, ווער רעד נאך אויב קען ער נאכזאגען א ווארט פון אידישע ליקוט ספר, איז ער דאך שוין א גאנצע הגאון הצדיק רבי וכו'.

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:53 am

· #153695
סא וועים שטערט עס??

שרייבער » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 4:13 pm

· #153796
כבר צווחו בה קמאי דקמאי ואית דמשגח בן, אינטערעסאנט די אשכול לעבט נאך דארט

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936</a>

געפילטע פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 5:34 pm

· #153803
יעדע רבי'סטווע האט זיך דאך אנגעהויבן מיט איינער וואס זיין טאטע איז נישט געווען קיין רבי. נו, אז ער האט געמעגט, מעג איך דאך אויך.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 5:53 pm

· #153813
שטעל דיר פאר געפילטע מיט סטראקעס... חחח

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:23 pm

· #153825
zurich
סא וועים שטערט עס??

איך מיין דורוך דעים האב מיר פיינע קוגל געשמאקע קיל רבנים איך זאג ענק ביז א אפאר יאר גייען די רבנים טיילן פיצא פאר שריים און דיר עפענען די מקווה אליין כא כא

I'm back » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:40 pm

· #153828
שרייבער
כבר צווחו בה קמאי דקמאי ואית דמשגח בן, אינטערעסאנט די אשכול לעבט נאך דארט

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936</a>


ביטע נישט ברענגען קיין לינק'ס פון קיין שמוציגע סייטס.

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:46 pm

· #153830
לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:52 pm

· #153835
I'm back
שרייבער
כבר צווחו בה קמאי דקמאי ואית דמשגח בן, אינטערעסאנט די אשכול לעבט נאך דארט

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936</a>


ביטע נישט ברענגען קיין לינק'ס פון קיין שמוציגע סייטס.

אויב איי וועלט איז שמיציג וואס איז קאווע שטיבל?....

zurich » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:54 pm

· #153837
פארוואס זאל אזא אשכול זיין אין צימעס ענדיש אין שמייכל נישט אזוי?

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 6:59 pm

· #153839
zurich
I'm back
שרייבער
כבר צווחו בה קמאי דקמאי ואית דמשגח בן, אינטערעסאנט די אשכול לעבט נאך דארט

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=20936</a>


ביטע נישט ברענגען קיין לינק'ס פון קיין שמוציגע סייטס.

אויב איי וועלט איז שמיציג וואס איז קאווע שטיבל?....

שפאגעל זויבער!!

מורינו הרב » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:14 pm

· #153844
און אויב איי וועלט איז קלין וואס איז דעמאלס קאווע שטיבל?

הדד בן בדד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:54 pm

· #153919
zurich
לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......


כהאב געסערטשט און גארנישט געטראפן

יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:31 pm

· #153927
הדד בן בדד
zurich
לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......


כהאב געסערטשט און גארנישט געטראפן

עיין ותמצא....
ער האט שוין אסאך "טויטע" חסידים...

יואב » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:56 pm

· #153933
זייער פיין. כלל ישראל ברויך אזענע רבנים. א מענטש האט געלט און וויל צושטעלן א מקווה, פרעסעריי, און אנדערע סערוועסעס זאל ער ראקן. ווען וועלט וואלט נישט געוועזן וועלט, וואלט מען ערוועלט רבנים. היינט אז ס'ארבייט סיי ווי נישט אזוי, פארוואס זאלן מיר זיין אראפגעבינדן צו חברה וואס זייערע זיידעס זענען געווען רבנים.

מורינו הרב » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 1:41 am

· #153977
וואס איז די מעשה מיט דער דאבישנא? - ווער איז ער, וואס איז ער?

zurich » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 5:14 pm

· #154125
הדד בן בדד
zurich
לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......


כהאב געסערטשט און גארנישט געטראפן

יצחק מרדכי בראך

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 8:27 pm

· #155067
zurich
הדד בן בדד
zurich
לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......


כהאב געסערטשט און גארנישט געטראפן

יצחק מרדכי בראך


איז דאס דער בראך פון די טשאפל?

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 8:46 pm

· #155072
יא, רעד נישט אויף אים ווייל ער פיקט דיך נאך אויף היינט נאכט..

הדד בן בדד » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 8:50 pm

· #155076
שעפטל
יא, רעד נישט אויף אים ווייל ער פיקט דיך נאך אויף היינט נאכט..


איין מינוט, איז ער נישט קיין איידעם ביים הייליגן באדישל'ער רבין?

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 9:03 pm

· #155082
יא, איז וואס?

zurich » דינסטאג אקטאבער 8, 2013 10:27 pm

· #155129
הדד בן בדד
שעפטל
יא, רעד נישט אויף אים ווייל ער פיקט דיך נאך אויף היינט נאכט..


איין מינוט, איז ער נישט קיין איידעם ביים הייליגן באדישל'ער רבין?

יא וואס ווייסטו וועיגן עם? קענסט עפענען א אשכול וועיגן עם.

הדד בן בדד » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 12:26 am

· #155173
נישט עפעס עקסטער, נאר אזוי פיל, אז לפי זה קומט דער שווער אפשר אין דעם אשכול, אבער דער איידעם קומט דאך שוין מכח חתנו כבנו, ער קען שוין נאכזאגן "דער שווער זז"ג זאגט"...

עכ"פ, כ'ווייס נישט צו דער דאבשינא'ר באלאנגט אין דעם אשכול...

ישמעאל הכהן » זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:38 pm

· #158936
אדמו"ר מדאבשינא האט היינט מכניס געווען א ספר תורה אין סאטאמר סאוט 8 ביהמ"ד

📎 br.jpg
ווערט געזען פון רעכטס צו לינקס, הרהגה"צ ר' ראובן בראך שליט"א אבי רבינו, הגה"צ רח"צ ט"ב אב"ד סאטמאר י"ם טאנצט מיט'ן ספר, ??, כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט'ן פנים זייטיג.

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:24 pm

· #158968
געפילטע פיש
יעדע רבי'סטווע האט זיך דאך אנגעהויבן מיט איינער וואס זיין טאטע איז נישט געווען קיין רבי. נו, אז ער האט געמעגט, מעג איך דאך אויך.

וואס הייסט? דער פישפיק לאדאני'ער רבי און דער שאראש פאטאקי'ער רבי זענען דארט געוועין רבי נאך פון ששת ימי בראשית. אדער לכה"פ פון מתן תורה!

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 27, 2013 9:31 pm

· #158970
zurich
לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......

וואסי? די אנדערע שטעילעך זענען שוין באזעצט! הגם ס'נאך דא עטליכע אמעריקאנער שטעיטלעך ווי למשל "הא-האו-קוס, העקנסעק אדער שעבויגן, אילינאוי. אבער הרוצה לשקר ירחיק עדותו! 😂

הדד בן בדד » מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:09 pm

· #159053
berlbalaguleh
zurich
לעצטענס הער אי ס'דא א נייע מנהיג פאר טיילן קוגל... ער רופט זיך אדמו"ר מדאבשינא

ווער ס'איז מאכטס א גוגל סערטש......

וואסי? די אנדערע שטעילעך זענען שוין באזעצט! הגם ס'נאך דא עטליכע אמעריקאנער שטעיטלעך ווי למשל "הא-האו-קוס, העקנסעק אדער שעבויגן, אילינאוי. אבער הרוצה לשקר ירחיק עדותו! 😂


העי, וואס איז מיט קעלעמעזאא? אדער סעסקעטון סעסקעטשאוואן? זיי זענען עפעס מפיל קינדער?

דולה ומשקה » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:06 pm

· #299434
א פיינע איד מיטן פאמיליע נאמען קארנרייך ער פירט א שוהל אין ירושלים אין א געגענט מיטן נאמען תל ציון, עכ"פ דער קארנרייך האט בימים ההם חתונה געהאט מיט איינער פון טעכטער פון דער סערעטער-וויזשניצ'ער רבי וועלעכע האט געוואוינט אין חיפה, בזכות זיין ווייב'ס פאטער האט ער געפירט דעם אויבערדערמאנטער שוהל.
לימים איז דער שווער נתבקש געווארען לישיבה של מעלה אדער במתיבתא דרקיע (ווי פונקטליך איז מיר יעצט נישט אינטרעסאנט), האט שוין דער היינטיגער קארנרייך מחליט געוועהן אז ער דערקלערט זיך אלץ א 'אדמור'. לאמיר נישט פארגעסן אז אדמו"ר איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: 'אדונינו מורינו ורבינו'. ווען דער שווער לאזט נישט איבער א זוהן ההראוי לאנשים הדרים בשיכון סערט וויזניץ חיפה, החרשתי, אבער ער האט דאך איבערגעלאזט ר' יענקעלע, על כן וואס איז דער שגעון וואס איז אריין אין קאפ פון דער אויבערדערמאנטע פערזוין?
...נעתר לבקשתינו ולהפצרות חסידיו מעריציו..., נאך א תנא קמא וואס דער עבירה פון דער אינטערנעט גייט עד לבו 'הטהור'...

אדונינו » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 8:43 pm

· #299441
א שיין ווארט שטייט בשם די פריערדיגע, אויף די משנה סוף מסכת סוטה וואס רעדט פון עקבתא דמשיחא, איינע פון די זאכן וואס די משנה רעכנט אויס איז ״זקנים יעמדו בפני נערים״, פרעגט זיך א קשיא: בשלמא חוצפא יסגי, נו וואס זאל מען טאן אז זיי האבן נישט קיין דרך ארץ, אבער ווער בעט דעם זקן זיך אויפצושטעלן פאר דעם אינגערמאן??? נאר וואס דען, בעקבתא דמשיחא וועט יעדע אינגערמאנטשיקל זיך עפענען א ״בעסמעדרעש״ און אלע זקנים וועלן זיך מיזן אונטערהייבן פארן הויעך געשעצטן רב/אדמו״ר, מוז מען טאקע צוענדיגן טייערע חברים אז עס וועט אונז קיין סאך נישט העלפן, ווייל די משנה ענדיגט צו: ועל מי יש לנו להשען??? על אבינו שבשמים!!!

דריידל » מוצ"ש סעפטעמבער 5, 2015 11:18 pm

· #299621
ישמעאל הכהן
אדמו"ר מדאבשינא האט היינט מכניס געווען א ספר תורה אין סאטאמר סאוט 8 ביהמ"ד

📎 br.jpg
ווערט געזען פון רעכטס צו לינקס, הרהגה"צ ר' ראובן בראך שליט"א אבי רבינו, הגה"צ רח"צ ט"ב אב"ד סאטמאר י"ם טאנצט מיט'ן ספר, ??, כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט'ן פנים זייטיג.


דער מיט'ן ווייסע בעקיטשע איז כ"ק אדמו"ר מבאדישל - ירושלים, שווער פון הגה"ק רבינו מדובשנא

דולה ומשקה » מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:11 am

· #389773
פייפער

לעווי אין מאנסי (א באבוב'ער יונגערמאן) דער מושגעת איז איהם אריין אין קאפ און זיך געקרוינט אלץ 'פריסטיקער רבי'.

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 1:55 am

· #390632
דולה ומשקה

לעווי אין מאנסי (א באבוב'ער יונגערמאן) דער מושגעת איז איהם אריין אין קאפ און זיך געקרוינט אלץ 'פריסטיקער רבי'.

משה יעקב לעווי איז א בארא פארקער וואס מופט קיין מאנסי עפענען א בית מדרש.

ער איז נישט קיין פשוטער אינגערמאן, ער איז א גרויסער מיליאנער.

איסר האטלקי » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 1:57 am

· #390633
דולה ומשקה
א פיינע איד מיטן פאמיליע נאמען קארנרייך ער פירט א שוהל אין ירושלים אין א געגענט מיטן נאמען תל ציון, עכ"פ דער קארנרייך האט בימים ההם חתונה געהאט מיט איינער פון טעכטער פון דער סערעטער-וויזשניצ'ער רבי וועלעכע האט געוואוינט אין חיפה, בזכות זיין ווייב'ס פאטער האט ער געפירט דעם אויבערדערמאנטער שוהל.
לימים איז דער שווער נתבקש געווארען לישיבה של מעלה אדער במתיבתא דרקיע (ווי פונקטליך איז מיר יעצט נישט אינטרעסאנט), האט שוין דער היינטיגער קארנרייך מחליט געוועהן אז ער דערקלערט זיך אלץ א 'אדמור'. לאמיר נישט פארגעסן אז אדמו"ר איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: 'אדונינו מורינו ורבינו'. ווען דער שווער לאזט נישט איבער א זוהן ההראוי לאנשים הדרים בשיכון סערט וויזניץ חיפה, החרשתי, אבער ער האט דאך איבערגעלאזט ר' יענקעלע, על כן וואס איז דער שגעון וואס איז אריין אין קאפ פון דער אויבערדערמאנטע פערזוין?
...נעתר לבקשתינו ולהפצרות חסידיו מעריציו..., נאך א תנא קמא וואס דער עבירה פון דער אינטערנעט גייט עד לבו 'הטהור'...

ער האט א ברודער א רבי שוין יארן, אדמו"ר משידלובצא ירושלים. אן איידעם ביי הרה"ק מביאלא זצוק"ל.

יוסף יוזפא » דאנערשטאג דעצעמבער 7, 2017 1:35 pm

· #390688
דולה ומשקה
א פיינע איד מיטן פאמיליע נאמען קארנרייך ער פירט א שוהל אין ירושלים אין א געגענט מיטן נאמען תל ציון, עכ"פ דער קארנרייך האט בימים ההם חתונה געהאט מיט איינער פון טעכטער פון דער סערעטער-וויזשניצ'ער רבי וועלעכע האט געוואוינט אין חיפה, בזכות זיין ווייב'ס פאטער האט ער געפירט דעם אויבערדערמאנטער שוהל.
לימים איז דער שווער נתבקש געווארען לישיבה של מעלה אדער במתיבתא דרקיע (ווי פונקטליך איז מיר יעצט נישט אינטרעסאנט), האט שוין דער היינטיגער קארנרייך מחליט געוועהן אז ער דערקלערט זיך אלץ א 'אדמור'. לאמיר נישט פארגעסן אז אדמו"ר איז די ראשי תיבות פון די ווערטער: 'אדונינו מורינו ורבינו'. ווען דער שווער לאזט נישט איבער א זוהן ההראוי לאנשים הדרים בשיכון סערט וויזניץ חיפה, החרשתי, אבער ער האט דאך איבערגעלאזט ר' יענקעלע, על כן וואס איז דער שגעון וואס איז אריין אין קאפ פון דער אויבערדערמאנטע פערזוין?
...נעתר לבקשתינו ולהפצרות חסידיו מעריציו..., נאך א תנא קמא וואס דער עבירה פון דער אינטערנעט גייט עד לבו 'הטהור'...

ער האט געווינט אמאל און תל ציון, די לעצטע 7-8 יאהר שוין נישט, עכ"פ זייט זיין שווער איז אוועק האט ער זיך אנפאנגען רופן קאסוב ויז'ניץ, און ער פירט א ביהמ"ד און א ישיבה [מיט 15 בחורים] און א קליין שמחות זאל וואס ער האט אפגעדינגען אויף א פאר יאהר.