☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » הופיע ספר "מכתבי הדרכה" מרבותינו הקדושים אדמור"י באבוב זי"ע

הופיע ספר "מכתבי הדרכה" מרבותינו הקדושים אדמור"י באבוב זי"ע

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4856

news10 » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:05 pm

· #153560
הופיע ספר "מכתבי הדרכה" מרבותינו הקדושים אדמור"י באבוב זי"ע
[center]הופיע ספר "מכתבי הדרכה" כתבי קודש מכ"ק מרנן רבותינו הקדושים לבית באבוב זי"ע
נערך ונסדר ע"י מערכת בית צדיקים, וי"ל ע"י תפארת בחורים ד'באבוב
חצרות באבוב, בארא פארק, חודש תשרי תשע"ד
[/center]
IMG_5280.JPG IMG_5279.JPG IMG_5278.JPG IMG_5286.JPG

news10 » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:11 pm

· #153564
מכתבי הרה"ק מהר"ש מבאבוב זי"ע
ומכתבי הרה"ק מהרנ"ץ מבאבוב זי"ע
IMG_5283.JPG IMG_5282.JPG

על המחיה » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 4:14 am

· #153625
דער מהרנ"ץ האט געהאט עפעס א'ן אויסערגעווענליכע לשון לימודים מלא מליצות בטוב טעם ודעת
יעדע הסכמה זיינער איז א תענוג צי ליינען

דערמיט איז ער געווען ענדליך צי זיין זיידע דער קדושת ציון וואס האט אויך געהאט א גאר געשמאקע פעננע,

אגב דער בריעף הנ"ל וואס דער קדושת ציון שרייבט צי זיין זוהן ר' משה אהרן איז דאכט זיך מיר שוין געדריקט און די אלטע מכתבי קודש

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 10:58 am

· #153678
זיי האבען מן הסתם ביידע געהאט שרייבערס. מען קען נישט טראסטען די רבי'ס.

אביגדור » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:10 am

· #153683
אנא נפשי וכו'.

אכשיר דרא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:18 am

· #153684
דער רב שליט"א קען "אלעס"
דער ברודער דער בטלן ע"ה "האט גארנישט געקענט"
נו, דאס האב איך געזאגט, דאס איז אייער מהלך...
אים גאס שמועסט מען אז איינער ציטראנעבוים שרייבט אים פאר די תורות, אבער נישטקושע, עס איז אללרייד

איצט לאמיתה של דבר,
ר' נפתלטשע באבובער איז געווען באקאנט אלץ זייער א צוגעלאזענער מענטש, א מענטש וואס יעדער האט אים ליב געהאט, זיין חכמה און שמייכל האט באצויבערט יעדעם, ובפרט זיין גאלדענע שפראך, געבענדיג אכטונג אויף יעדעמס כבוד, און וויסענדיג ווי אזוי צו גיין צווישן די גבולות מיט א ראפשיצער קלוגשאפט
בנוגע מליצה איז דא ווידאויס און ריקארדיגנס ווי דער צדיק רעדט, מלא חן וחכמה, און אז מען קאן רעדן קאן מען שרייבן, תורה אחת היא

סאו וואט » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 11:29 am

· #153689
כ'האב הנאה פון זיי, אז זיי טוען כאטש עפעס אויף, און דרוקען זאכליכע זאכען, און בדרך כלל שיינע ארבעט.
משא"כ...

אכשיר דרא, פיין געזאגט. קומט זיך דיר מער פון סתם א לייק, דא האסטו 👍

אוהב ספרים » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:39 pm

· #153716
אכשיר דרא

איך רעד נישט ספעציפיש, אבער שיסען א באמבע ווער עס קאן רעדען קאן שרייבען, איז הוילע שטותים

אכשיר דרא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:42 pm

· #153718
כל מילתא דעבידא לאיגלויי לא משקרי בה אינשי
האנדעלט אייך איין טעיפס און זיכט ווידאויס וועט איר זיך איבערצייגן

פאפריקא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:49 pm

· #153720
די בריוון פון הדרכה ומוסר האט רבינו מהרנ"ץ זי"ע אליין געשריבען

אוהב ספרים » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 1:46 pm

· #153744
אכשיר דרא


כל מילתא דעבידא לאיגלויי לא משקרי בה אינשי
האנדעלט אייך איין טעיפס און זיכט ווידאויס וועט איר זיך איבערצייגן


שרייב גרעסער אותיות, איך קען כמה וכמה דרשנים ואדמורים וואס רעדן גוט און קענען נישט שרייבען

געלאנדעט » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:10 pm

· #153853
ס'דא דארט א שיינער בריוו פון אדמו"ר רבי נפתלי צבי זצ"ל מבאבוב בכתב ידו געשריבן תשס"א דאס ערשטע יאר אלס רבי.

יאיר » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 9:32 pm

· #153884
דער מהרנ"ץ ז"ל האט בדרך כלל נישט געשריבן אליינס, אבער ער האט זיך באנוצט מיט א געניטע שרייבער, ר' חיים דוד באקאן. 99 פראצענט פון זיעינע בריוון זענען טאקע געטייפט מיט א טייפרייטער אדער קאמפיוטער.

דער רב שליט"א שרייבט נישט קיין סך, אבער דאס וואס ער שרייבט איז בכתב ידו ובלשונו הזהב, און דאס וואס עס איז געטייפט איז בדרך כלל פון ר' שלום דוד געללער, בציווי מילולי דורך דער רב.

פיין, פיין. ר' נפתל'טשע באנוצט זיך מיט א שרייבער, והא ראיה רוב בריוו זענען געטייפט. אבער דער רב שליט"א האט בלויז א טייפיסט, בציווי מילולי. והא ראיה אז דאס ביסל וואס ער שרייבט יא איז מיט זיין אייגענע גאלדענע צינג 😂
איין קשיא בלייבט מיר נאר שווער אויפ'ן רב שליט"א, פארוואס אויסגעבן טויזנטער דאלארן פאר פראפעסיאנעלע טוענים?

איינגעמיירעט » זונטאג אקטאבער 6, 2013 8:49 am

· #154279
איך לייק דיר ווייל די ביסט אן אמת׳ע חסיד,ביי חסידים פלעגט מען דאס רופען א גראדע טראכטער, דהיינו איינער וואס טראכט און אנגלאנק מיט די חסידות,און אזוי ווי די חסידות פארלאנגט.
משא״כ די וואס טראכטען אביעקטיוו פלעגט מען רופען ״די קרומע קעפ״.
אשרי חלקם פון די אדמורים וואס האבען אסאך אזעלכע חסידים ווי דיר און לוסטיג.
ואוי להם לאדמורים וואס האבען חסידים פון די אזויגערופענע קרומע טראכטערס.

אכשיר דרא » זונטאג אקטאבער 6, 2013 11:06 am

· #154312
מאכסט א טעות רעב איינגעמיירעט,
א חסיד געווענטליך וועט נישט רעדען אויף זיין אייגענע רבי, און נישט אויף קיין שוכני עפר, אוודאי נישט אויף א רבי וואס איז געווען "זיין" רבי אונז איז היינט א שוכן עפר
דאס איז א מין נייע באשעפעניש וואס איז נאך נישט געווען, א מציאות חדשה וואס מען האט נארוואס פראדעצירט

דולה ומשקה » מאנטאג אקטאבער 7, 2013 10:55 am

· #154635
דערווייל האב איך נישט געזעהן אז מ'זאל פארקויפן דעם ספר אין דער געשעפט.

ימי קדם » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 3:45 pm

· #155294
אגב רעדנדיג פון די ידי אומן פון קדושת ציון, איז כדאי צו באמערקן, א דבר ידוע, אז די באקאנטע שער בלאט וואס באבוב (ביידע, כאטש וואס צד מהרמ''ד האט עס אביסל משנה געווען, פארוואס ווייס איך נישט), האט דער קדושת ציון אליין געמאלן, אין א בריוו וואס ער האט געשיקט צו די מלוכה (איך מיין דער עסטרייכישער קייזער, פארעכט מיר אויב בין איך מיר טועה), און עס איז באמת א כלילת יופי.

news10 » מיטוואך אקטאבער 9, 2013 6:24 pm

· #155355
ימי קדם
אגב רעדנדיג פון די ידי אומן פון קדושת ציון, איז כדאי צו באמערקן, א דבר ידוע, אז די באקאנטע שער בלאט וואס באבוב (ביידע, כאטש וואס צד מהרמ''ד האט עס אביסל משנה געווען, פארוואס ווייס איך נישט), האט דער קדושת ציון אליין געמאלן, אין א בריוו וואס ער האט געשיקט צו די מלוכה (איך מיין דער עסטרייכישער קייזער, פארעכט מיר אויב בין איך מיר טועה), און עס איז באמת א כלילת יופי.


1) עיין אין דעם נייעם ספר "דער קדושת ציון" עמוד 366 מרן הקדושת ציון צוזאמען מיט'ן יאסלא דיין האבן דאס אויסגעמאלן ארום דעם
"מגילת יוחסין" פון רבי אברהמל"י הירשפרונג ז"ל

2) עיין בספר "אוצר המלכות" חלק ב' אין די הקדמה, וועגן די מתנה צום עסטרייכשער קייזער פראנץ יוזשעף, עס איז געווען א מתנה א שיינעם שטיעל אויסשניט געשיקט פון א יונגערמאן פון מעליץ, א יוגענט חבר פון מרן הקדושת ציון.