☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מחאה שילד קעגן ביבי נתניהו פאר די יו. ען. דשענעראל אסעמבלי

מחאה שילד קעגן ביבי נתניהו פאר די יו. ען. דשענעראל אסעמבלי

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4851

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:33 pm

· #153386
מחאה שילד קעגן ביבי נתניהו פאר די יו. ען. דשענעראל אסעמבלי
קול מחאה נשמע בחוצות העיר

א הילכיגע קול מחאה האט נעכטן מיטאג אפגעקלינגען אין די גאסן פון מאנהעטן אין די צענטער פארנט פון די יו. ען. הויפקווארטיר בעת עס האט דארט באזוכט און אויפגעטרעטן דער ראש ממשלת הכופרים ביבי נתניהו פאר די י"ו. ע"ן. דשענערא"ל אסעמבל"י.

ווי שוין באקאנט פאר אנ"ש תלמיד וחסידי סאטמאר אומעטום, האט מען בפקודת הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) מכריז געווען פארגאנגענעם יום שמיני עצרת בעפאר תפילת גשם, אז בפקודת רבינו שליט"א וועט מען אין די טעג - וואס דער ראש ממשלת הכופרים געפונט זיך דאהי אין אמעריקא - אריינשטעלן אנאנאסן אין די גוי'א'שע צייטונגען און אויסשרייען אונזער קול מחאה און ווי געשריי אויף זיין שרעקליכער רדיפת הדת אין ארה"ק.

אין די טעג זענען זיך טאקע אנשי שלומינו תלמידי חסידי מרנן רבותיה"ק מ'סאטמאר זי"ע ויבלחט"א ממלא מקומם בקודש כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) משתתף מיט סכומים הגונים פאר דעם צוועק, ווי עסקנים גייען ארום אין בתי מדרשות דקהל יטב לב ד'סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק אויפצוטרייבן די נדבות צו קענען אויספירן די קול מחאה מכח אל הפועל.

בנוסף צו די אנאנסן אין די צייטונגען, איז די קול מחאה נעכטן אראפגעשטעלט געווארן אין פאָרם פון א ריזיגין שילד אהערגעשטעלט און אויף געשטעלט געווארן דורך די עסקני קהלתינו פון וועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר אין צוזאמענארבעט מיט די הייליגע מוסד נטרונא.

נישט לייכט איז אנגעקומען צו טאהן אזא דראסטישע שריט, נאך וואס – ווי באוואוסט – זענען די ציוניסטיש'ע לאביע'ס גאהר גרויס אין אמעריקא בכלל און אין ניו יארק בפרט, אבער נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען פאר העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מיט זיינע ווייטע באציאונגען צו עררייכן די נויטיגע פערמיטן אראפצושטעלן דעם שולד אין א ארט ווי עס איז אומדערהערבאר ביז היינט, בפרט אין די טעג וואס דער גאנצער ארום איז גאהר שטארק באוואכט צו די באזוכן פון גרויסע דיפאלמאטן איבער די וועלט, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער שולד האט מיט שרייענדע אויתיות אויסגערופן אין די ענגלישע שפראך בחוצות העיר לעיני העמים "נתניהו שטעל אפ דיין געצוואונגענע טאהטן אויף די ארטאדאקסישע אידן".

דער קלימאקס פונעם סוקסעס איז געווען ווען דער ראש הכופרים האט מיט א געהויבענען קאפ ארויסשפאצירט פון די הויפט טיר פון די געביידע און זיך דערזעהן מיט'ן ריזיגן שולד פראסקען אין זיין געמיינעם פרצוף.

דערמיט האט מען ווידעראמאהל מקיים געווען די הייליגע ווערטער וואס מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין ספרו הק' ויואל משה איבער'ן חוב און פליכט אויסצושרייען אונזער מחאה און ווייטאג בחוצות העיר לעיני האומות (בייגעלייגט אויסצוגן פון די הייליגע מאמרים).

עס איז צום האפן אז די פעולות וועלן אויפטוהן און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום ומלכות הרשעה במהרה תעקר בביאת משיח צדקינו.

-ברוך המקדש שמו ברבים-


קרעדיט: בחצרות סאטמאר <!-- e --><a href="mailto:BechatsrosSatmar@Gmail.com">BechatsrosSatmar@Gmail.com</a><!-- e -->

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:38 pm

· #153388
די קאמפיין אויפצוטרייבן די געלטער

📎 x9q2_PkidasKodeshTishra741.jpg
📎 x9q2_PkidasKodeshTishra742.jpg
📎 x9q2_PkidasKodeshTishra743.jpg
📎 x9q2_PkidasKodeshTishra744.jpg

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:39 pm

· #153389
שעפטל
דערמיט האט מען ווידעראמאהל מקיים געווען די הייליגע ווערטער וואס מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין ספרו הק' ויואל משה איבער'ן חוב און פליכט אויסצושרייען אונזער מחאה און ווייטאג בחוצות העיר לעיני האומות (בייגעלייגט אויסצוגן פון די הייליגע מאמרים).

📎 x9q2_ChoivasHashu.jpg

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:41 pm

· #153391
שעפטל
דער שולד האט מיט שרייענדע אויתיות אויסגערופן אין די ענגלישע שפראך בחוצות העיר לעיני העמים "נתניהו שטעל אפ דיין געצוואונגענע טאהטן אויף די ארטאדאקסישע אידן".


📎 x9q2_NatrunaUN741.jpg
📎 x9q2_NatrunaUN742.jpg
📎 x9q2_NatrunaUN743.jpg
📎 x9q2_NatrunaUN744.jpg

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:43 pm

· #153392
שעפטל
די קול מחאה נעכטן אראפגעשטעלט געווארן אין פאָרם פון א ריזיגין שילד אהערגעשטעלט און אויף געשטעלט געווארן דורך די עסקני קהלתינו פון וועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר אין צוזאמענארבעט מיט די הייליגע מוסד נטרונא.

📎 x9q2_NatrunaUN746.jpg
📎 x9q2_NatrunaUN747.jpg
📎 x9q2_NatrunaUN748.jpg
📎 x9q2_NatrunaUN749.jpg

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:44 pm

· #153393

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:47 pm

· #153396

שעפטל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:48 pm

· #153397

ניו יארק » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:55 pm

· #153401
דער היינטיגער וואשינגטאן פאוסט
📎 Final Ad Size.jpg

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:14 pm

· #153410
😂 😂

זלמן זאפיר » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:24 pm

· #153416
[ציטאט אראפגענומען]



דער סיין קאסט נישט קיין געלט צאם גענימען געלט האט מען פארן וואשינגטאן פאסט אדוערטייזמענט

אין ב"ה דער גירא בעינא דשנטא פין דעם עד האט אן אפקלאנג מבית ובחוץ אלע שונאי ה' טוט עס וויי

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:35 pm

· #153419
[ציטאט אראפגענומען]


אנריפען טויזענטער מענטשן חמורים אלעס וויל זיי טיען זאכען לויט זייער השקפה אנדערש ווי דיין השקפה, הייסט געטראכט אפן און ארויס פון באקס?! דאס הייסט געלעבט מיט א בחירה חפשית?!

וויי פאר אזא פארמאכקייט און פארטעמטקייט, אויב דאס איז די סעמפעל פון טראכטען אוט-אף-די-באקס איז שוין בעסער צי בלייבען אינעם באקס.

I'm back » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:37 pm

· #153420
רב פאדווע באדערט אויך ווען ער באקומט די בילדער (ווי דער טייטלבוים שטייט אויפן גאס מיט א שילד אנטקעגן עם), אויף די כדתיא וואטסעפ גרופ.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:50 pm

· #153425
פאריז, ס'נישטא 1000'טער חמורים. נישט יעדער געט געלט דערפאר, נאר די גאר מוצומצמים געבן. גלייב מיר קיינער צוקראצט זיך נישט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט פון א נארישע עד אינעם צוריקגעשטאנענעם פאפירענעם צייטונג. וואס דער רבי האט געטון 40 יאר צוריק ווען אלעס האט געוויסט און געליינט דעם טיימס ארבעט שוין נישט אינעם היינטיגן ליצנישן וואטסעפפ וועלט, ווען קיינעם אינטערעסירט נישט יענעמ'ס פאליטיק, און נייעס פון 5 מינוט צוריק איז היסטאריע.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:05 pm

· #153431
@זר זהב די ברענגסט ארויס צוויי עקסטערע נקודות, איך וועל זיך באציען נאר צום ערשטען נקודה,
עס איז נישט קיין נפק"מ צי עס איז נאר 10 מענטשן וואס געבן געלט אדער עס איז 10,0000 מענטשן, ווען א מענטש טוט עפעס פאר פרינציפ פאר א זאך און וואס ער גלייבט ווערט ער נישט ביליג אז ער זאל באקימען דעם טיטעל חמור, מען דארף רעספעטירען א צווייטען אפילו ער האט א אנדערע השקפה, און אפילו עס איז נישט אט"ד, און אפילו ער איז א סאטמערער און אפילו ער איז א מצוצום.

בנוגע דיין צווייטע נקודה וועט מען מיזען ווארטען צי הערן וואס @דעת תורה האט צי זאגען דערויף.

זר זהב » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:07 pm

· #153432
דער וואס געט געלט איז עס נישט מחמת פרינציפ אדער השקפה, ס'פשוט מחמת אומוויסענהייט. ער מיינט נעבעך גוט אבער ס'איז ארויסגעווארפענע געלט נעבעך.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:11 pm

· #153434
ער האט יא א פרינציפ, קען זיין איינע פון די צוויי:

1} ער וויל טיען וואס שטייט אין ויאל משה, און דארט שטייט אז מען זאל עס טיען.
2} ער באלאנגט ביי א געוויסע גרופע וואס זיי גייען נאך א געוויסע פירער, און פרינציפ פאלגט ער וואס דער פירער הייסט.

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:53 pm

· #153451
אנטשולדיגט איך האב אייך שלעכט פארשטאנענן,

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 6:07 pm

· #153476
[ציטאט אראפגענומען]

קופיקו, איך נעם נישט קיין שטעלונג דא, אבער דער עקסטרעמער אויסשפריך איז עפעס נישט אין פלאץ. עס איז משמע אז מען האט פראסט און פשוט "געגעבן 50 אלפים פאר א גוי'אישע צייטונג" אנשטאט געבן צדקה... איז דען דאס די כוונה? לפי שיטתם, טאמער וועט מען אויפטון להעביר הגזירה פון גיוס בני הישיבות, אפילו נאר למחצה ולשליש, איז עס דען נישט ווערד?
ס'איז כאילו זאלסט זאגן פאר איינעם וואס ווארפט אריין א דאלער אין א סאדע מאשין אז ער איז א חמור, ווייל אנשטאט שטיצן תומכי שבת מיט די געלט "גיט ער דעם דאלער פאר א גרויסן מאשין"....

א שוויצער » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:30 pm

· #153515
שעפטל
קול מחאה נשמע בחוצות העיר

א הילכיגע קול מחאה האט נעכטן מיטאג אפגעקלינגען אין די גאסן פון מאנהעטן אין די צענטער פארנט פון די יו. ען. הויפקווארטיר בעת עס האט דארט באזוכט און אויפגעטרעטן דער ראש ממשלת הכופרים ביבי נתניהו פאר די י"ו. ע"ן. דשענערא"ל אסעמבל"י.

ווי שוין באקאנט פאר אנ"ש תלמיד וחסידי סאטמאר אומעטום, האט מען בפקודת הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) מכריז געווען פארגאנגענעם יום שמיני עצרת בעפאר תפילת גשם, אז בפקודת רבינו שליט"א וועט מען אין די טעג - וואס דער ראש ממשלת הכופרים געפונט זיך דאהי אין אמעריקא - אריינשטעלן אנאנאסן אין די גוי'א'שע צייטונגען און אויסשרייען אונזער קול מחאה און ווי געשריי אויף זיין שרעקליכער רדיפת הדת אין ארה"ק.

אין די טעג זענען זיך טאקע אנשי שלומינו תלמידי חסידי מרנן רבותיה"ק מ'סאטמאר זי"ע ויבלחט"א ממלא מקומם בקודש כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א (מהר"א) משתתף מיט סכומים הגונים פאר דעם צוועק, ווי עסקנים גייען ארום אין בתי מדרשות דקהל יטב לב ד'סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק אויפצוטרייבן די נדבות צו קענען אויספירן די קול מחאה מכח אל הפועל.

בנוסף צו די אנאנסן אין די צייטונגען, איז די קול מחאה נעכטן אראפגעשטעלט געווארן אין פאָרם פון א ריזיגין שילד אהערגעשטעלט און אויף געשטעלט געווארן דורך די עסקני קהלתינו פון וועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהל יטב לב ד'סאטמאר אין צוזאמענארבעט מיט די הייליגע מוסד נטרונא.

נישט לייכט איז אנגעקומען צו טאהן אזא דראסטישע שריט, נאך וואס – ווי באוואוסט – זענען די ציוניסטיש'ע לאביע'ס גאהר גרויס אין אמעריקא בכלל און אין ניו יארק בפרט, אבער נאך שווערע באמיאונגען איז געלונגען פאר העסקן הדגול הרב נפתלי משה אינדיג הי"ו מיט זיינע ווייטע באציאונגען צו עררייכן די נויטיגע פערמיטן אראפצושטעלן דעם שולד אין א ארט ווי עס איז אומדערהערבאר ביז היינט, בפרט אין די טעג וואס דער גאנצער ארום איז גאהר שטארק באוואכט צו די באזוכן פון גרויסע דיפאלמאטן איבער די וועלט, און די רעזולטאטן האבן טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען.

דער שולד האט מיט שרייענדע אויתיות אויסגערופן אין די ענגלישע שפראך בחוצות העיר לעיני העמים "נתניהו שטעל אפ דיין געצוואונגענע טאהטן אויף די ארטאדאקסישע אידן".

דער קלימאקס פונעם סוקסעס איז געווען ווען דער ראש הכופרים האט מיט א געהויבענען קאפ ארויסשפאצירט פון די הויפט טיר פון די געביידע און זיך דערזעהן מיט'ן ריזיגן שולד פראסקען אין זיין געמיינעם פרצוף.

דערמיט האט מען ווידעראמאהל מקיים געווען די הייליגע ווערטער וואס מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע שרייבט אין ספרו הק' ויואל משה איבער'ן חוב און פליכט אויסצושרייען אונזער מחאה און ווייטאג בחוצות העיר לעיני האומות (בייגעלייגט אויסצוגן פון די הייליגע מאמרים).

עס איז צום האפן אז די פעולות וועלן אויפטוהן און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום ומלכות הרשעה במהרה תעקר בביאת משיח צדקינו.

-ברוך המקדש שמו ברבים-


קרעדיט: בחצרות סאטמאר <!-- e --><a href="mailto:BechatsrosSatmar@Gmail.com">BechatsrosSatmar@Gmail.com</a><!-- e -->



שעפטל נו אויב לוינט יא דער דרך הקנאות למען הקהילה ולטובת ההצלחה נו צי וואס טויג זיך רייסען איבער די מאנאפאל אויף קברים דיינו אז ק''ק סאטמאר מהר'א איז פאל פארסט פאר די פעולות הקודש בצירוף די געטרייע נטרונא עסקנים מיסודו של הגאון הצדיק מ'מאנטעווידעא
און קהילת מהרז'ל זאלען זיך מטפל זיין מיט די שמירת הקברים ועוד צו וואס זיך אזוי ביליג ארומרייסען איבער די נושא
למה נגרע פון באבוב איינער שטיצט חיבת ירושלים און דער צווייטער זיבענבערגען
ס'פעלט ליידער נישט צרות פאר אחינו בשרינו בארה''ק זאל יעדער נעמען אן אנדער שעיר און די פעולות לטובה להצלת הדת מידי מהרסי'