☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א סוף צו די געסט!!

א סוף צו די געסט!!

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #485

in-Kolel » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:49 pm

· #7848
א סוף צו די געסט!!
כ'מיין אז יעדער פארשטייט וואס איך מיין ווען אימער איך קום נאר אריין אין שטיבל זעה איך דא געסט,
ניין איך מיין נישט די נקוו"ד וואס כידוע ליודעי מעשה ביכלעך איז דאס געווען דער קאוד נאמען אז זיי קומען, וואס באמת זאגן די היסטאריקער אז דאס נעמט זיך נאך פין די צייטן פין די קאנטאניסטן ואכמ"ל
איך מיין אבער די געסט די וואס זענען נישט איינגעשריבן דא


באניצער אין דעם פורם: אין-כולל און 4 געסט; כמיין פארוואס ??? עטץ קוקטס אויס ווי דיר קליינע טוטער דער בר מצוה בחורל וואס שטייט אין קאווע שטיבל אין הערט אויס וואס די גרויסע טאטעס רעדן קוים וואס ער ווייסט ווי אזוי מ'מאכט א קאווע

ומכאן יוצא קריאה דחופה נכתב ונחתם ע"י כל רבני ניו יארק בכלל וכוללינו בפרט אנא! שליסט אייך אן מיט די טויזנטער אידן וואס טרינקען די געשמאקסטע קאווע דווקא אינעם געשמאקסטע שטיבל!

דעינעש » דינסטאג מאי 1, 2012 9:09 pm

· #9255
ברוך הבא In-Kollel, וויזוי איז די נייע זמן ביי אייך ??
___

איז נישט געשמאקער אז עימיצער -געסט- שטייט הינטער, און הערט זיך איין ווי דער כולל אינגערמאן פאליטיזירט ??

in-Kolel » מיטוואך מאי 2, 2012 10:44 am

· #9348
Re: א סוף צי די געסט !!
דעיניש שכח פאר די באריכאבע
אבער ווועם נערסטע? צי דען זעהן מיר זיך נישט יעדן טאג אין כולל??? כמיין וויאזוי וואלט דער אינגערמאן דורכגעלעבט דעם הונגער וואס כאפט איהם אן צווישן דעם ברייטן פרישטאג וואס די שנה ראשונה ווייבל גרייט איהם אן א אייער שפייז מיט גדינצטע צוויבל אין טשיס א סאלאט וואס באשטייט פין אלע וועדזשטיבעלס וואס איז דא אין גראסערי (פארשטייט זיך דעי וואס פארקויפט נישט די שטערן...).

אין דעם לאנטש לאמיר אייך נישט באשרייבן א געבראטענע פישל מיט... אפפ איך האב געזאגט איך באשרייב עס נישט.... דער עיקר איז וויאזוי לעבט מען דורך דעם הונגער אינדערמיט? א קאפפי פארשטייצעך אין.... א דעיניש

דעינעש » מיטוואך מאי 2, 2012 11:15 am

· #9354
in-Kolel
דעיניש שכח פאר די באריכאבע

יישר,
in-Kolel
(פארשטייט זיך דעי וואס פארקויפט נישט די שטערן...).

דייקא יא,
ווייל פון ווי ווייסט מען די קראנט'סטע שפעקולאציעס צו דיסקוסירן, (פארשטייצעך נאר נאך א פעסטע סדר In-Kollel,)
in-Kolel
.... דער עיקר איז וויאזוי לעבט מען דורך דעם הונגער אינדערמיט? א קאפפי פארשטייצעך אין.... א דעיניש

"In-Kollel"

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:14 am

· #53630
די געסט האבן זיך גאנץ ווייניג דערשראקן

(בערלבעלעגלה)

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 21, 2012 11:45 am

· #53662
דער זר זהב געט נישט אויף, איך מיין די עולם כאפט נישט דיין פוינט, ברויכסט עס מאסבערען ברחל בתך הקטנה.

אברעמעל » זונטאג אקטאבער 21, 2012 12:10 pm

· #53675
יענער געט נישט אויף..

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:35 pm

· #53703
מען כאפט שוין איינמאל. נאר דער יעניגער דארף כאפן דעם פוינט...
דער פראבלעם איז נאר אז אינצווישן גייען מיר אלע ארויס פון די גלייזן...

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:44 pm

· #53710
זר זהב
די געסט האבן זיך גאנץ ווייניג דערשראקן

(בערלבעלעגלה)

וואס? בערל בעל עגלה איז א גאסט? ער האלט שוין ב"ה גאנץ פיין אויף א דרך. מיט 388 תגובות בלע"ה, לאורך ימים עד אלפי ורבי רבבות, כן ירבו.

געפילטע פיש » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:29 pm

· #53719
שמעקעדיג
מען כאפט שוין איינמאל. נאר דער יעניגער דארף כאפן דעם פוינט...

bush » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:32 pm

· #53720
הכנסת אורחים איז גארנישט ביי דיר?

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:33 pm

· #53723
יעצט זעה איך אבער אז געוויסע אלטע אשכולים וואס איך האב ארויפגעברענגט (כדי צו מאכן מיין פוינט...) האבן יא געהאט א שטיקל תחיית המתים... אפשר דארף מען קענען מבחין זיין וועלכע יא אויפצוברענגען און וועלכע נישט?

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:34 pm

· #53724
bush
הכנסת אורחים איז גארנישט ביי דיר?

ס'יא עפעס, אבער אויף ווי לאנג??

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:36 pm

· #53725
אין אורח מכניס אורח.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:50 pm

· #53729
מען האט שוין געשקיט רמזים, באהאלטענע און אפענע...
ס'איז דא מענטשן (?) וואס נאר נאכן כאפן א גוטן זעץ פארשטייען זיי אויפן וואונק.

bush » זונטאג אקטאבער 21, 2012 2:52 pm

· #53732
שמעקעדיג
אין אורח מכניס אורח.

שכוח פארן אויפנעמען אזוי ווארים

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:00 pm

· #53736
בוש, מען מיינט נישט דיך.
אשרי מי שחושדין ואין בו.
דו ביסט וועלקאם, און שפיר זיך היימיש.

זר זהב » זונטאג אקטאבער 21, 2012 3:01 pm

· #53738
bush
שמעקעדיג
אין אורח מכניס אורח.

שכוח פארן אויפנעמען אזוי ווארים

מ'רעדט פון די וואס בלייבן "געסט"... מ'וויל אז יעדער גאסט זאל עווענטועלי ווערן "היימיש"... גאט מי?

bush » זונטאג אקטאבער 21, 2012 7:12 pm

· #53840
יא יישר כח

sunbar » זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:29 pm

· #53896
זר'ל, ווען איינער ברענגט ארויף אלטע אשכולות אין 'מאחורי' פארשטייסטו אז יענער האט נישט געהאט קיין צוטריט פריער.. . יא?

(Just trying to be on your good side...) 😉

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 4:21 pm

· #54783
דא זעהט מען ווי קרעמער ע"ה פון אייוועלט שרייבט ענליך:

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=89792#p89792">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=89792#p89792</a>

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:11 pm

· #54887
שמעקעדיג
אין אורח מכניס אורח.

דאס איז נאך דער סטעיטמענט וואס אנטהאלט די מערסטע אמת. א סאך מאל מיינט א מענטש אז ער איז שוין א תושב. לאזט מען איהם וויסן אמאל בפירוש און אמאל ברמז, אז ער איז נישט מער ווי אן אורח. 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:14 pm

· #54889
זר זהב
bush
שמעקעדיג
אין אורח מכניס אורח.

שכוח פארן אויפנעמען אזוי ווארים

מ'רעדט פון די וואס בלייבן "געסט"... מ'וויל אז יעדער גאסט זאל עווענטועלי ווערן "היימיש"... גאט מי?

וויאזוי ווערט מען היימיש? דורך אריינזאגן יענעם אין באבנ'ס באבע אריין? 😂

פרענטש וואנילע » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:55 pm

· #55798
ווען איך זע א גאסט אריינבליקן דורך די פענסטער, ליידן איך אים תיכף אריין צו מכבד זיין מיט א "שאל" קאווע.. נישט מער ווי אידיש'לעך צו אריינלאדענען די אלע וואס זענען נאר מציץ מן החרכים..