☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » נייע קונטרס ארויס

נייע קונטרס ארויס

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4844

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:06 am

· #152857
נייע קונטרס ארויס
דאס איז לעצטענס ארויס.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:15 am

· #152860
למעשה, אן אלע פאליטיק, און בנפרד פון די שאלה צו דער קונטרס איז מוצלח אדער א צווייטער איז מוצלח (קיין איינע פון זיי האב איך דערווייל נישט געזעהן, אין לעיקוואד פארקויפט מען זיי נאכנישט..) איז די הלכה דא טאקע אזוי קלאר און פשוט, אדער קען מען הערען פארשידענע צדדים לכאן ולכאן, אליבא דהילכתא? איז דאס דען נישט א קאמפליצירטע און אומקלארער נושא אין שולחן ערוך וואס מען ברויך שטארק קלארשטעלן וואס די מציאות איז און וואס די הלכה איז אויף יעדער פרט? לאמיר אפשר פארגעסן פון די אלע נארישקייטן וועלכער איז א ספר און וועלכער איז א פאשקיוויל, וועלכער איז אפיציעל פון א געוויסער צד און וועלכער נישט, און פראבירען מסכם זיין די עיקרי נושאים להלכה, זאל מען וויסען כאטש ארום וואס דרייט זיך דער נושא.

ביסט דאך א מוכשר לכך, און האסט דאך מסתמא דורכגעטוהן דער נושא, אפשר ווילסטו זיך מתנדב זיין מאכען פון דעם א ריכטיגער תורה'דיגער שמועס, ווי מען וועט טאקע קענען אביסעל קלוגער ווערן אין אפאר סוגיות אין חושן משפט און מקיים זיין אביסעל מצוות תלמוד תורה, אנשטאטס נאר רעדן וועגן די מער חיצוניות'דיגע פרטים? אפשר ביסטו אונז מסכם די עיקרי הנידונים להלכה און זאלן די בעלי תריסים אין שטיבל זיך ארומדינגען לעומקה של הלכה אין דער סוגיא?

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:19 am

· #152861

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:26 am

· #152863
ראה ראיתי, דאך איז דאס זייטיג כלפי די עיקר נידונים להלכה וואס מ'קען לערנען. דער איינציגסטער שטיקל נידון להלכה וואס איר ברענגט איז אויב האט טאקע א פשט צו ברענגען פון גדולי ליטא וכדומה, אדער דארף מען עפעס נאר גיין מיט געוויסע פוסקים. א נושא וואס מ'קען זיך אביסעל שפארען ארום דעם, בפרט אין א קהילה וואס גייט אלץ מיט א געוויסע מסורת, מ'קען אביסעל רעדן איבער דעם, דאך קומט עס נישט צו די עיקרי הסוגיות, און עס איז באמת גאנץ א נארישע נידון.

עס גייט מיר ווייניג אן אויב יענער קונטרס באציט זיך יא אדער נישט להלכה, כאמור האב איך עס נישט געליינט. עס וואלט מיר יא אינטרעסאנט געווען אויב מ'קען דא אביסעל דורכשמועסן די הלכות ונידונים דא. זאל קאווע שטיבל זיין די פלאץ וואס מ'רעדט יא לגופו של הלכה. מיר קענען דאס טוהן. א שאד צו ווידמען ענערגיע אויף א טפל ווען עס איז דא אן עיקר. לאמיר מסכים זיין אז זאת התורה וכו' איז א חיידר יונגלעך קונטרס/פאשקיוויל, והדעת נותנת כן אז עס קומט נישט צו צו דער ברי ושמא, מכמה סיבות, דאך מיינט עס נישט אז עס קען נישט זיין דא א שטיקל וויכוח להלכה, און מ'וואלט דאך געקענט צאלן א צווייטער זאל גוט אויסארבעטן א ספר פאר די צווייטער צד מסתמא, וואלט איך געוועלט עכ"פ הערן וואס די נושא איז להלכה.

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:54 am

· #152864
רעדן אין לערנען איז א נאבעלע זאך, לית מאן דפליג.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:46 am

· #152872
יישר כח, א רייכע אפהאנדלונג, נאך שענער ווי אויפן ברי ושמא זעלבסט...

לעיקוואוד, לגבי די חלק הלכה, די גאנצע, צו עכ"פ רוב פון דעם בירור, האט טוען גרויז פאר געלייגט פארן בי"ד, פארגעלערנט די גאנצע קונטרס איבער חתנו כבנו והמסתעף. די צד שכנגד'ס טוען הרב בערגער, האט אין בי"ד אריינגעגעבן זיין טענות נגדיות צו הרב גרויז'ס בירור אויף בלויז פיר זייטן...

עס האט זיך געהערט שאקירנד און מאדנע, ווען צד מהרמ"ד האט געמאלדן מיט פאטאס, אז זיי קומען ארויס מיט א חיבור קעגן דעם ברי ושמא, אויב האסטו יא א קונטרס דערקעגן פארוואס האסטו עס נישט געזאגט אין בי"ד?!?!?!?

לאחר הופעתו פונעם וז"ה החל"ם איז זייער פארשטענדליך, סתם געענטפערט מיט האלבע סילופים, און ראיות מן נידונים שאינו דומה לראי'. אפילו פון ברי ושמא זעלבסט, ברענגען זיי אראפ פאטאסטאטן להבנת הענין, אבער די עיקר עמוד און יסוד אויף וואס הרב גרויז בויט זיין בירור, דאס איז וואונדערליך ארויסגעפאלן פונעם קונטרס. די בריוו פון הגרח"ק האט ער שוין דערמאנט בקצה המזלג די זיוף וואס זיי ברענגען ארויס.

לעיקוואד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:56 am

· #152873
גאר מאדנע, אזא שוואכע טוען איז ער? מ'האט נישט געקענט צאלען פאר איינער זאל באארבעטן עפעס א בירור וואס וועט זיך פארמעסטן מיט גרויז'ס בירור?

קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:27 am

· #152875
כ'האב אייך געלייקט, נישט ווייל איר באשרייבט אזוי שיין, צום דריטן מאל, דעם ברי ושמא... נאר פשוט ווייל כ'זעה אז איר מיינט דאס אזוי ערענסט.
ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ.

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:36 am

· #152881
😂 😂 😂

היימישער ליטוואק » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:45 am

· #152883
די איינגערינגלטע און קליינע אותיות פון דיין תגובה, איז מיר דער גרעסטער חידוש.
WOW!

איך אויך » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:48 am

· #152884
ביטע אריבערפירן אין צימעס!

---
דער אשכול באלאנגט נישט אין צימעס, און ביטע זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון "תורה ודעת".
גבאי שני

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:17 am

· #152888
פארוואס עפעס??? איז טאקע יעדע מיינונגס פארשידענהייט א צימעס שמועס??

אדרבה זאל איינער פון וזאת התורה שיינערהייט ענטפערן פארוואס דאס איז דייקא יא א ספר... (אן אריינגיין אינעם עצם פאליטיק...)

מיין לייק האסטו פארדינט צוליב דיין שנעלע רעספאונד צום וזאת התורה... און כ'וואלט דיר געגעבן נאך א לייק פארן אדורך לערנען די הונדערטע בלעטער אינעם ברי ושמא ספר.... אבי מ'זאגט אז די באבוב'ע מחלוקה טוהט גארנישט אויף.... מ'לערנט אויף כח!

I'm back » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:27 am

· #152889
איך אויך
ביטע אריבערפירן אין צימעס!


פארוואס? ווייל ר' זלמן דרייט זיך שוין נישט אין בעלזא?

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:29 am

· #152890
.

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:25 am

· #152908
היימישער ליטוואק
די איינגערינגלטע און קליינע אותיות פון דיין תגובה, איז מיר דער גרעסטער חידוש.
WOW!

ואף על פי כן איז מען זיך מתייחס צו איהם ווי צו א גדול אינעם ברי ושמא, און מען איז נושא ונותן בכל דבריו.

איינגעמיירעט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:32 pm

· #153002
הערליך בטעמט באשריבען.
אבער ווי לעקוואד באטאנט.
ברענגסטו שטארק ארויס דאס בטלנישקייט פון די 45 צד, אז זיי האבען אן אומגעלונגענע טוען און א בטלנישע וועג וויאזוי זיך ארויסצושטעלן און די גאס.
קומט דאך אויס אז סקען גאר זיין אז זיי וועלען פארלירען בלויז צוליב בטלנישקייט.
אויף די עצם זאך פארוואס זאלען זיי נישט טרייען צו ארויסברענגען זייער צד,און די צייט וואס יענעמס טוען געט ארויס אזא שיין ספר,האט ער דען נישט קיין רעכט צו פרובירען אלע מיטלען צו געוואונען.
און סאיז נישט אז ער האט נישט קיין צד.
איעדער בר דעת זעעט דא הערליכע צוויי צדדים סיי בעלי בעתיש און סיי תורהדיג נו פארוואס זאל ער נישט שרייען זיין צד.

דאס וואס די זאגסט אז אכט יאר איז מען געזעצען אויף דיע ענינים, איך בין נישט דארט געווען, איך בין אבער געווען בא אנדערע דיני תורה, געווענטליך איז רוב צייט ערוועינט אויף שטותים און דברים צדדים.

טעפל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 2:41 pm

· #153008
זייער גוט געשריבען, וואו משולם האט געזאגט נאך כמעט שענער ווי ברי ושמא, איך האב ביידע נישט געזעהן, אבער נישט די גאנצע המון עם פשוטע אידען זענען אזאלכע גאונים ווי אייך, און קוקען אריין אין וואס מ'געט זיי, אין ברי ושמא דארפען זיי זוכען און וזאת התורה שטייט נאר דאס, נאכאמאהל כ'האב ביידע נישט געזעהן נאר איך בוי אויף דיינע ווערטער..

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 4:41 pm

· #153055
.

אביגדור » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:19 pm

· #153190
נראה.

א שוויצער » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:52 pm

· #153364
היות איך האב פילע קרובים וידידים לבית באבוב פון ביידע צדדים און זייענדיג אביסעל באהאווענט אינעם סכסוך קוקט מיר אביסעל אנדערש אויס דער נושא נאכען דורך קוקען ביידע צדדים

בסך הכל האט הגאון רבי זלמן געוואלט זיך אנעמען על כבוד בי''ד אויף וועם דער המון האט מוציא לעז געווען אז זיי ציען סתם אזוי א די''ת אהן קוקען אויף די קאנסקעווענצן אז די עשירות זייערע וועט לבסוף ברענגען לזילותא דבי דינא אז אידען וועלן נישט וועלן נאכטון ווי באבוב וואס ענדיגט זיך בלא.

דעריבער האט הגאון רבי זלמן מוציא געווען החרב מתערה צו ווייזען פאר כלל ישראל אז ס'איז נאך כח בית דין יפה און די דיינים האבען מחבר געווען גאר טיפזיניגע חדושי דאורייתא און טראץ וואס אויפען שטח המחלוקה איז אלעס ביים אלטען אבער ס'האט זיך לפחות געלוינט אויף די גאר טייערע חדושי דאורייתא וואס איז נתלבן געווארען

ווי פארשטענדליך וועט הגאון רבי זלמן נישט וויי טון זיין צד וואס האט אים אויפגענימען און האט מאנעווירט אז דער למדן וואס טוט דורך דעם עסק זאל אויטאמאטיש אנקיקען די סכסוך אינערהאלב באבוב מער לטובת הגרב''צ

איז בסך הכל דער גרויסער חטא פון די אנשי הגרמ''ד געוועזען אז זיי האבען נישט געוואלט עס זאל פאראייביגט ווערן אין די ספרי חכמי הדורות אזא תמימות'דיג ספר וואס טוט בארעכטיגען זייער קעגנער האבען זיי אין איילעניש געוואלט אפשלאגען דעם געוואלדיגען תמימות פינעם ספר וואס צילט א חוץ איר מטרה להסיר הזילותא אויך צו דעקן איין צד און האבען לאור זה בסך הכל ארויסגעברענגט זייער צד אזוי ווי יעדע קהילה בישראל האט אפגעשריבען זייערע טענות על הכתב
אדרבה גייט קוקט וואס תולדות א''י האט געטון ווען ס'איז ארויסגעקומען פסקים נגדם
קהילת כוונת הלב
קהילת בנ''י מונרו
קהילת מהרז''ל קהילת מהר''א

אלע כאחד האבען על שם קהילתם ארויסגעגעבן זייערע צדדי הטענה אינעם נושא טראץ וואס איז געקומען דערנאך וואס רבנים האבען גע'פסק'נט דערויף
טא וואס איז דער גרויסער פארברעך פון אראפנעמען דעם אומשילדיגער תמימות שלייער פינעם ספר בו''ש

אביגדור » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:15 pm

· #153372
כמובן.

א שוויצער » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:31 pm

· #153384
לסיכום פינעם פריערדיגער הודעה קומט אויס אז בסך הכל דערמיט וואס צד מהרב''צ האט געקריגען דורך א שלייער פון א תמימיש ספר זויפיל דעקונג אין די צייט וואס לאור עולם איז נאכנישט ערשינען קיין פסק אינעם סכסוך
האט צד מהרמ''ד געטין א קליגערע שריט מיט'ן זיך ארויסשטעלן קלאר מיט'ן נאמען און זאגען זייערע טענות כנהוג בכל ק''ק

שכוח פאר'ן געבן אן אגודל בכפליים כ'האף ס'וועט נאכפאלגען מיט ביאורים

אביגדור » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 4:58 pm

· #153453
אולי.

רואה ואינו נראה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:35 pm

· #153495
אוי ווי.

א שוויצער » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:19 pm

· #153514
פון זיך אזויפיל קלאפען אין פלייצע אז מ'קריגט חיזוק ועידוד פאר'ן אפלאכען פינעם בירור מצד מהרמ''ד לטובת רבם
זעהט אויס אז ס'איז פון די דברים הצריכין חיזוק און כ'האף ס'העט אנהאלטען דער התחזקות

חכם באשי » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:43 pm

· #153523
.

א שוויצער » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:49 pm

· #153526
מען איז מעורר נישט צו נעמען דעם ענין ערנסט בעט איך דער קוראים החשובים ביטע נישט ווערן צו ערנסט נעמט דאס מיט א גלייכגילט און ווערט נישט אריינגעדרייט סתם אין יענעמ'ס קוועטשעניש

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:40 pm

· #153589
א שוויצער, פאנגסט אן פארגעסן וואס דו האסט געשריבן אז דו האסט קרובים אין ביידע צדדים, און דו ביסט נישט קיין באבובער...
פון יעדע צווייטע תגובה דיינע שטעלט זיך ארויס אז דו ביסט א אינגע 45 חסיד.

אינג, שרייב איך, ווייל באשכול אחר ברענגסטו ארויס ווי ר' נפתל'טשע האט געהאסעלט פאר די מוסדות בשעת אביו איז געזיצן באקוועם אויפן פאטעל...

איינער וואס איז עלטער ווי 35 שעמט זיך אפילו נאכצוזאגן אזעלכע נאנסענס.

חוץ חובות וואס האט ער צוגעלייגט א האנט צו זיין טאטן מיט די מוסדות?

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:20 am

· #153641
ר' משולם ,ממש אזוי פיינט האט מען ביי אייך הצדיק ר' נפתלי?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:48 am

· #153644
פיינט האט מען, ווען המטרה מקדש את האמצעים, מען האט גענומען א צדיק פון א איד, א גאלדענע הארץ, געמאכט דערפון אן אורים ותומים (אפילו אויפן מציבה האט מען עס געשריבן נגד צוואתו).

בשעת וואס זיין טאטע מהר"ש האט במו ידיו געבלוטיגט צו בויען מוסדות, איז כדי לקדש המטרה קארמעט מען די יוגנט אז די גאנצע קרעדיט קומט פאר מהרנ"צ, אנפאנג האבן זיי נאכנישט געהאט די גאטס צו גיין צו ווייט, האט מען געזאגט אז מהרנ"צ האט ארויסגעהאלפן זיין טאטע, היינט זאגן זיי שוין אז עס איז גאר מהרנ"צ וואס האט געהאסלט און מהר"ש איז געזיצן אויפן פאטעל.

שנאה יש כאן? אויפן פערזענליכן מענטש? ח"ו!!!

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 7:57 am

· #153646
איך האב געוויס נישט געמיינט דער חלק אז מהר"ש איז געזעצן אויפן פאטעל וואס איז א געמיינהייט צו שרייבן און איז פשוט שקר נאר דער חלק "חוץ חובות וואס האט ער צוגעלייגט א האנט צו זיין טאטן מיט די מוסדות" וואס דו שרייבסט וואס ווייזט אויף א טיפע שנאה צו עם און איז כמובן שקר און ביליג.

אכשיר דרא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:09 pm

· #153698
די נפק"מ צווישן א 45 יונגערמאן און א אלטע 48 ת"ח הצועק בכל ע
אסאך באניצערס פרעגען דא כסדר דעם פארטרעטער פון באבוב 48, פארוואס ער שרייט אזויפיעל, פארוואס ער קייעט איבער נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע פשעטליך אין 30 אשכולות?
וואס שטופט א איש מכבוד, א תלמיד חכם ווי איהם (זיינע מאמרים זאגט עס, די מראה מקומות זענען להפליא, קיין עם הארץ איז ער זיכער נישט, און קיין יונגערמאנשטיק איז ער אויך נישט, איך שאץ לויט זיין שפראך איז ער ארום 60 יאר, גערעכט?) א עלטערע איד זיך אזוי משוגע צו מאכען ביי יעדע געלעגנהייט, צו ווען פאר 45 גייט גוט, צו עס גייט זיי נישט גוט, אבער ביי יעדע קלענסטע געלעגנהייט איז ער דא, וואס איז פשט?
ווידעראום פון 45 איז נישט דא אזא סארט "טוען רבני", ס'איז שטיל מער ווייניגער, אויסער ווען ער ציעט איבער דאס שטריקעל, אבער אזוי זענען זיי שטיל, למה?
און די קושיא איז נאך אסאך מער, מיר ווייסן די כלל אז ווער שרייט? ראובן וואס שמייסט מיט א פאסיג, צו שמעון וואס כאפט דאס במחילת כבודו? אוודאי שמעון, ניין? ער כאפט דאך! דא זעט מען דאס פארקערטע, 48 לכולי עלמא זענען די געוואנערס די וואס שמייסען, און 45 זענען די לוזערס און די וואס כאפען אריין, די וואס האבען נישט קיין נארמאלער ביהמ"ד, די בטלנים, די וואס מלמדים גייען אויף סטרייק, די וואס פארלירען אלעס, און אנשטאט שרייען, טוען זיי שווייגען רוב צייט, וואס איז דער פשט?

כ'וועל עס מסביר זיין בדרך משל (אזוי ווי ער זאל לעבען גלייכט) געווען איז אמאל א חסיד, וואס האט זיך אויפגעטוען "מיין רבי איז אלעמאל א צדיק, נישט קיין חילוק וואס ער טוט"
מיין רבי גייט באזוכן א צווייטע רבי און מען סערווירט "היימישע ארעדנזש דזשאוס" (מאראנצן זאפט בלשון גאליציע),
וועט דאס מיין רבי נישט טרינקען וועט מען זאגען "WOW קוק אהער, כאטש ער איז אזוי מקפיד נישט וויי צו טוען א אידן, דאך וויבאלד ער נעמט נישט אין מויל אריין זאכן וואס איז נישט "היימיש" פון אים אין שטוב, האט ער זיך דא אויך געהאלטען צו דעם קפידה!"
וועט עס מיין רבי יא טרינקען וועט מען זאגן "WOW, קוק וואספאראר גרויסער בעל מידות ער איז, כאטש ער איז מקפיד נישט צו טרינקען נישט "היימישע פראדוקציע" דאך כדי נישט צו וויי טוען א צווייטען איד האט ער דאס יא געטרונקען", מדריגות גבוהות!

נאך איינס: א איד האט אמאל געזאגט, וואס איז די נפק"מ צווישן א רבי און א רב? א רבי איז ווי א ניי געבוירענע בעיבי, וואס ער טוט איז זיס, אפילו ווען ער מאכט איין, אבער דער רב איז ווי א "טערעבאל2" וואס ער טוט איז נישט גוט!

ס'איז א אמת, און טאקע מה הפשט? פארוואס זענען מענטשן אזעלכע פערד, צו פארהייליגען אלעס וואס דער רבי טוט (אפילו קלארע פרישע דרעק)? און אלעס וואס דער שונא טוט צו פארשווארצען (אפילו קלארע גוטע זאכען)?

די תירוץ איז, ווען א מענטש וועהלט זיך אויס א רבי איבער זיך, איז דאס זייער א שווערע זאך, דער רבי איז א בשר ודגים, ער האט א יצר הרע, ער קען זיך אויפפירען אמאל סטופעד אויך, מאכט זיך ביי יעדעם, און אויב וועל איך זיין "אמת'דיג" קען עס מיר ברענגען אין א פארגעלעגנהייט פון צייט צו צייט, אפגערעדט טאמער דער רבי האט א "גרויסער" יצר, און ער פירט זיך אויף "זייער אפט" זייער מאדנע און סטופיד, איז דאס א גרויסע פראבלעם, גיי זאג אז מיין רבי איז א מענטל קעיס, א נידעריגער פארשוין, דאך נישט מעגליך!
אין אזא פאל, נעמט א שמאטע, א דיקע שמאטע, מען וויקעלט דאס ארום די אויגען, און מען הייבט אן צו שרייען כקול קורא במדבר, ווי א פארווינדערטער האן, מען קרייט "אז אלעס וואס דער רבי טוט, אלעס איז מלא חכמה וצידקות" אפילו כאטש אין די אויגען פון א נארמאלער מענטש איז רשעות יש כאן, טיפשות יש כאן, נערווען פאקסען יש כאן, ווילדע כעסיגע אויסברוכען יש כאן, אבער איך וועל "מיר" פראבירען און "יענעם" אויך פראבירען צו משכנע זיין אז יעדע ריר איז הייליג, יעדע צימעסדיגע סיפור איז העכערס (אדער גאר א שקר גס), און איר וועט זען אז די נעבעכדיגע חסידים וואס זענען נעבעך אריינגעפאלען מיט א קראנקען רעבע, די חסידים וועלען נישט אויפהערען שרייען, יעדע גלעגענהייט וועט מען זיי הערען, און אויף יעדע בענקל וואס זיי זעען וועלען זיי זיך שטעלען שרייען, ווייל די אמת קיצעלט אין קישקע אזאש אז באלד איז קיין קישקעס ניט געבליבען,
מה שאין כן, א חסיד וואס האט יא געהאט די זכי' צו באקומען א ערליכער רבי, א נארמאלער מענטש, א צדיק אמת, דער חסיד וועט נישט מוזען שרייען, ווייל ער ברויך נישט אזויפיל זאכען פארענפערען, און אם יהי' ס'וועט זיך יא מאכען אז דער רבי טוט אמאל א נערישקייט, נו, האסט מיר געכאפט, איך לאך מיר אויס, ווייל אפילו א רבי איז א בשר ודם, ער איז בארעכטיגט צו זיין "א בשר ודם",
צום ביישפיל מיין רבי, מרן אדונינו מורינו ורבינו מוויזניץ שליט"א, איך גיי אים קיינמאל נישט מתרץ זיין פארוואס ער עסט מיט אזא אפעטיט וד"ל (און נאך ענינים), ווייל אויסער דאס איז ער א רבי וואס מען קען זיך שטאלצירען אָן דארפען שרייען, ער איז א שפיגעלע פון א עכטער צדיק, וואס לאזט זיך שניידען און שינדען די הויט און קיין ווארט וועט ער נישט זאגען, א איד וואס קאכט כולו פארען באשעפערס וועגען, נו עסט ער, איז וואס איז?
און קיין איין וויזניצער חסיד וועט נישט ווערען ווילד אויב דו וועסט אים קאנפראנטירען דערמיט, ווייל ער לאכט זיך אויס, מיין רבי איז מיר גענוג גוט, ער האט שוין אפילו רעכט צו זיין משוגע! און דעריבער האב איך אויך נישט אזוי פיינט דעם ברודער אדמו"ר ממרכז שליט"א, ווייל ער באדראעט נישט קיינעם, מיר ווייסען אין הארץ אז דער רבי זאל זיין געזונט איז גענוג גרויס און על כסאו לא ישב זר, ולא ינחלו עוד אחרים את כבודו,
אבער ווען דער רבי איז יא מלא משוגעתן כרימון, א מענטש וואס קאן זיך נישט בעהעווען אין פובליק (דעריבער גייט ער כמעט נישט צו קיין שמחות און אנטלויפט קיין מאנסי אדער פלארידע בכל עת מצוא), א מענטש א שלעכטס א ביטערקייט, אזא חסיד האט א פראבלעם, ער מוז "שרייען", ווייל אויב נישט קען זיך נאך אריינכאפען א נידנוד פון מחשבת פיגול וכפירה אין דער רבי זיינער, זעענדיג אז אנדערע רבי'ס זענען נישט אזוי משוגע.

דעריבער איז ער זייער טעטיג דא, וקל להבין
איך האב באמת מיטלייד מיט אייך, און א שאד אויף אייך,

(בנוגע דאס וואס ער לויבט אויס ראביי גראוס, און זאגט אז ראביי גראוס האט דאס אליינס ארויס געגעבן בלי רשות ובלי עידוד פון 48 זייט, איז שקר וכזב, יעדער ווייסט וועט עס האט דאס באצאלט, סימפעל צו פארשטיין, און דאס איז גארנישט קיין קלענערע פאשקעוויל ווי אנדערע פאשקעווילען, אמת ס'איז נאר א גוטע שיינער קלינע פאשקעוויל, גוט אדורך געארבעט דורך די שרייבערס ווי איהם וכת דילי', און ווען איינער כאפט א פראסק האט ער רעכט צוריק צו געבען, און דאס האבן די 45 יונגעלייט פראבירט צו טוען מיטען שרייבען אט די ספר'ל "זאת התורה", זייער פשוט צו פארשטיין, זיי זענען נישט אזעלכע פערדען ווי ער ווי זיי ארויס שטעלן,
אפגערעדט אז אין די היימישע וועלט ווייסט יעדער אז דא איז געווען א שרעקליכער עיוות הדין, און קיין איין גדול וועט נישט מודה זיין אז וואס די באנדע באנדיטען האבען געפסקנט איז יסודם בהררי קודש, און סוכ"ס איז על ידם ארויס א שרעקליכער חילול ה', מיט דעם וואס יעדער איד זעט אז עס לוינט נישט צו גיין צו א אידישע דין תורה, אסאך מער ענדערשט צו גיין אין קאורט, ליידער)

אכשיר דרא » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 12:21 pm

· #153705
בנוגע די הקדמה אין דעם אכשול
עס איז נאר "א תמימות'דיגע אפשאצוג" (ווערטער איבעריג)
א "חיבור" (ברי ושמא איז א "ספר" וועלכע מען גייט אין די קומענדיגע דור לערנען אין כוללים!!)
"אולי" צימעס'דיגע טעמע (ס'איז איבערהויפט נישט צימעס'דיג, איך זעה נישט קיין איין שמעק פון צימעס! ווי איז אייער "עגא"? ואל יבוש מפני המלעיגים שטייט, ניין?)
"א געהעריגע אנאליזיע" (מיטן מציאות הדברים, אן קיין נגיעות אוודאי, ביידע זייטן פונעם בילד שיין גאר באשריבען)
"דער עולם דא... אישי'ס מיך המלאי איך פארשווייג" (אלע טויזענטע שאף הייבן אויף די אויגען צו מנהיג זיך צו אננעמען אויף כבוד התורה פון דער גאון הדור זלמן גראוס, קיינער קען דאס נישט טוען, נאר ער, טאקע א טענה פארוואס ער שווייגט!)

איר זעהט: דאס איז א ערנסטע איד, א איידעלער איד, ער שרייבט נאר אביעקטיוו, און אן קיין שום נגיעות, פשוט נעמט זיך אן פאר כבוד התורה המבוזה
כל הכבוד