☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מי שמך לראש?!

מי שמך לראש?!

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4842

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:39 pm

· #152702
מי שמך לראש?!
שוין עטליכע יאר וואס איך דריי מיך ארום מיט א פראגע. צו פיל מענטשן זענען נישט דא וואס זאלן קענען פארענטפערן אט דער פראגע, דערפאר בין אין געבליבען מיט א שאלה שאין עליה תשובה. אצינד קלער איך, יתכן אז איר טרינקער וואלטען געווען פאסיג זיך דורך צו רעדן מיט.
איצט צום פונקט. אונז היימישע אידען לעבן טאקע אין אייגענע געגענטער, רעדן דעם זעלבען שפראך, אבער האבן וואו נישט וואו אנדערע מיינונגען לגבי פארשידענע טעמעס. אויב אזוי, וואלט נישט ריכטיג געווען צו אפהאלטען וואלן, און אזוי אויפנעמען עסקנים און כלל טיער וועלכע רעדן צו די פאלאטישענס אין אונזער נאמען? צו קענען מיר נישט פארלאנגען דאס קליין רעכט אז נישט די זעלביגע פאר 'מאכערס' מיט אייגענע אינטערעסן זאלן רעדן אין אונזער נאמען פאר די רעשט פון זייער און אונזער לעבן, נאר דארפן אריבערגיין וואלן און מיר פשוטע עמך אידען זאלן אויך קענען געבן אונזער דעה?

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:49 pm

· #152707
'עסקנים' אין אונזער געמיינדע ווערן נישט ערוועלט. אז איינער איז ערנערגיש און האלט אז ער זעהט אויס גוט אויף בילדער, דערקלערט ער זיך א 'עסקן'.

אויב איר פילט אז אזעלכע אידן ווי איר זענט, ווערן נישט פארטרויטן געהעריג, דארפט איר דאס משנה זיין פון אונטען ארויף. ווער א עסקן. זאגט אייער חבר אז ער זאל אויך ווערן אן עסקן, וכן הלאה.

ואין אדם מתמנה פרנס על הציבור אלא אם כן קופה של שרצים תלויה לו מאחוריו.

פרישער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:47 pm

· #152771
עס איז אזא שרעקעדיגע שטארקע קשיא אזש אז איך פארשטיי עס בכלל נישט, אבער ווער נישט דיסעפוינטעט, אפשר וועט אנאנדערער פארשטיין דיין קשיא וואס עגבערט דיר שוין יארן

אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:18 pm

· #152786
ווארשיינדלעך ביסטו אויך איינע פון די אזוי גערופענע כלל טיער. גוד לאק.

ממרום שלח אש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:48 pm

· #152992
זיי דו דער עסקן, ארגאניזיר וואלן מיט די גאנסע סיסטעם וואס דו שלאגסט פאר, וזכות הרבים תלוי בך!

הא?.... כהער נישט.... אוואס?... האסט נישט קיין חשק? אהא.. אקעי.

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:56 pm

· #152996
אמאל האב איך געוואלט ווערן א עסקן:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2538">viewtopic.php?f=24&t=2538</a><!-- l -->

גורן האט''ד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:50 pm

· #153175
זענען ביי גויים נישטא קיין מאכערס און כלל-טיער? דאס איז א אידישע ערפינדונג? נאר דארט איז 'אויכעט' דא וואלען, נאכדעם וואס איינער איז אזא גרויסער מאכער לייגט ער ארויף זיין נאמען אויף די בעלאט פון עפעס א פאבליק פאזיציע. ביי אידען איז פשוט נאכנישט דא קיין פאזיציעס מיט וואלען.

אפטעמיסט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:31 pm

· #153196
אז אפאר זעלבסט דערקלערטע 'מאכערס' זאלן קאנטראלירן, און רעדן אין דעם נאמען פון צענדליגע טויזענטער אידן, ווען סאיז א סוד פאר גאנץ בראד אז א ריזן פראצענט פונעם ציבור איז נישט מסכים צי נישט אינטרעסירט אז דיזע זאלן דאס טאן, איז א סקאנדאל.

גורן האט''ד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:42 pm

· #153204
ווען עס וואלט ווען געווען וואלן וואלט דאך געבליבען די זעלבער פראבלעם, א דערוועלטער קאנדידאט קען דאך האבען 49% פונ'ם ציבור זאל עם נישט וועלן און דאך פירען און רעדן בשמם.

אפטעמיסט » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:13 am

· #153239
איך האב דעריבער געשריבן "צענדליגע טויזענטע", יא, א ריזן צאל און אפשר רוב שטאט וואלט געחלשט ארויס צו זעהן געוויסע "עסקנים". איך וויל נישט פורש בשמם זיין, אבער צום באדויער זענען עטליכע שטאטס פארזארגער גארנישט מער וואו פאלנע משתלטי על נכסי וחיי הציבור. די דאזיגע האבן אייגענע און פארטייעשע אינטערעסן, זיי זיצן אויפן כסא העסקנים, און קיינער וואגט נישט פרעגן, הלמאי?!