☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » Government פארשפארט

Government פארשפארט

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4832

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:02 am

· #152436
Government פארשפארט
מען הארגעט זיך יעצט ארום און וואשיגטאן די רעפאבליקאנער מיט די דעמאקראטן ביזדערוואל איז מען נאך נישט געקומען צו אן עגרימענט און אויב גייט עס אזוי ווייטער ביז מאנטאג מידנייט קומט א גאווערמענט שאטדאוון אזאך וואס איז שוין נישט געווען פאר זיבעצן יאר דאס הייסט אלע שטאטישע אפיסעס וועלן זיין פארשלאסן ביז מען פאראייניגט זיך פאספארט אפיסעס נאצינאלע פארקס ועוד ועוד און אנדערע ווערטער עס גייט זיין א כאדאראם רבותי נעמטס ארויס ענקער געלט פונעם סטאק מארקעט

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:19 am

· #152440
א ביזנעס וואס איז זעכצן טריליאן דאלער אין חובות איז שוין העכסט צייט צו פארשפארן.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:20 am

· #152441
איך הער אז UJO בלייבן אפען געהעריג..

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:23 am

· #152443
זר זהב
איך הער אז UJO בלייבן אפען געהעריג..

מאנכע שפעקולירן אז דער ראדני מקוה איד וועט אויך בלייבן אפן טראץ די שווערע צייטן.

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:25 am

· #152447
זר זהב
איך הער אז UJO בלייבן אפען געהעריג..

יא ווייל זיי האבן נאך אוועקגלייגטע געלט פון אלע יארן אפשר קען מען זיי מלמד זכות זיין אז פאר דעים האבן זיי נאך קיינמאל נישט געטיילט ווייל זיי האבן עס אוועק געלייגט פאר די הונגער יארן !!!אולי!!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:26 am

· #152448
יאיר
א ביזנעס וואס איז זעכצן טריליאן דאלער אין חובות איז שוין העכסט צייט צו פארשפארן.


א ביזנעס וואס נעמט אוועק געלט פון איר ארבייטער און געט עס פאר מענטשען פון די גאס איז שוין העכסט צייט צו פארשפארן.

זר זהב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:27 am

· #152449
און וואס זיין מיטן ספרים פאקער? מגייט סטרייקן? כוויל זעהן ריינע טישן אין ביהמד

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:29 am

· #152450
פירות פון לאבינג. די גאווארמענט איז קאנטעלירט ביי די מאפיא הנקרא לאבינג, זיי זענען די אמת'ע בעל בתים, פאליטיקס איז נאר א קאווער געים.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:30 am

· #152451
פעטיציעס ווערן אריינגעגעבן אז די ספרים פאקן פראגראם פאר די ארימע און אומבאכלעפטשעטע וויליאמבסורגער אידן וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן א פאקער זאל ווייטער אנגיין אין פילן שוואונג אויך נאכ'ן שאטדאון צוליב די אומגלויבליכע קאטאסטראפע וואס דראעט צו באפאלן אויב די אנגעזאמלטע בערג מיט חק'ס און משניות'ן וועלן נישט ווערן אוועקגעפאקט.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:34 am

· #152452
פון חזקיהו המלך : " גוגל " א גאווערמענט ענטיטי. ( פארדעם האט זי צוויי Gs ) גייט זיין דאון.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:36 am

· #152456
יאיר
פעטיציעס ווערן אריינגעגעבן אז די ספרים פאקן פראגראם פאר די ארימע און אומבאכלעפטשעטע וויליאמבסורגער אידן וואס קענען זיך נישט ערלויבן צו צאלן א פאקער זאל ווייטער אנגיין אין פילן שוואונג אויך נאכ'ן שאטדאון צוליב די אומגלויבליכע קאטאסטראפע וואס דראעט צו באפאלן אויב די אנגעזאמלטע בערג מיט חק'ס און משניות'ן וועלן נישט ווערן אוועקגעפאקט.

כ' וואלט דיר געראטן צו מנקד זיין דיין תגובה, איידער די גבאים לייגן דאס אריין אין מאחורי.

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:39 am

· #152457
פון צווישן וויליאמבסורג, חק, משניות האסטו נאר ארויסגענומען די איינע ווארט....? געוואלד געוואלד, וואו ליגט דיין קאפ...?

יואב » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:43 am

· #152460
כ'מיין איך לאז איבער מאנסי מיט די פאראייניגטע שטאטן, און איך ציה זיך אריבער וואוינען קיין וויליאמסבורג. אויף פאספארטן פאר די משפחה בין איך נישט באזארגט, ווייל כ'האב שוין געמאכט בעפאר אבאמא האט געוואנען א צווייטער טערמין. געהייסן האט שוין דעמאלט אז איך גיי מופן פון אמעריקע אריין צום ארץ זבת משוגעים ופאשקעווילן, למעשה זעמיר אפראווט געווארן מיטן אכטן חלק הארט בעפאר.

שרייבער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:51 am

· #152491
איבער וואס איז די קריגעריי?

petergrifin » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:58 pm

· #152559
שרייבער
איבער וואס איז די קריגעריי?


איבער וויפיל קאנגרעס מעג גנבנ'ן

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 5:41 pm

· #152614

שאולדיספריםפאקער » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:23 pm

· #152757
רבותי רבותי כאפט שנעל אריין ווייל און און בערך א צווי שעה שפארט מען

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:25 pm

· #152759
10:30 איז דא נאך א וואט מ'וועט דאס קענען זען לייוו
<a class="postlink" href="http://www.c-span.org/Live-Video/C-SPAN/">http://www.c-span.org/Live-Video/C-SPAN/</a>

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:04 am

· #152811
800 טויזענט מענטשען זענען יעצט געווארן jobless

יואליש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:11 am

· #152812
שאולדיספריםפאקער
800 טויזענט מענטשען זענען יעצט געווארן jobless


כ'האנדל מיט איינע פון די דעפארטמענטס אין וואשינגטאן און כ'האב היינט אווענט זיבן אזייגער באקומען די פאלגענדע אימעיל:
....Dear ,

As part of the Government-wide shutdown, the ... will shut down as of 8:30pm Eastern time Monday, September 30, 2013. For more information on when the ... will be reopened, please refer to the website for the Office of Personnel Management to see when the Federal Government will end the shutdown at <a class="postlink" href="http://www.opm.gov">http://www.opm.gov</a>.

We regret any inconvenience and thank you for your continued partnership with .....

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:54 am

· #152836
אבאמא רעגט זיך!!
@BarackObama: They actually did it. A group of Republicans in the House just forced a government shutdown over Obamacare instead of passing a real budget.

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:57 am

· #152839
.....Some reports that all Obama phones stopped working due the government shutdown

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:06 am

· #152842
שטייטעלעך, פון 1976 ביז 1979 זענען געווען זעקס גאווערמענט שאוט-דאון'ס מיט בערך 11 טעג יעדע איינע און ס'וועלט איז געהעריג אנגעגאנגן.

ס'וועט גארנישט אפעקטירן אונזער טאג טעגליכע לעבן.
האומלענד סעקיוריטי און די עף בי איי וועלן געהעריג פונקציאנירן, פארטשעפע דיך נאכאלץ נישט יעצט...
מארטגעדזש פראצעדורן וועלן געהעריג אנגיין, זיי מוחל באצאל....
דער פרעזידענט וועט געהעריג באקומען זיין געהאלט (פארשטייסטעמער).
די פאסט סערוויס וועט געהעריג דעליווערט ווערן, וויבאלד ס'איז אן אינדעפענדט ביזנעס....
די פעדעראלע עיר-טראפיק קאנטראל וועלן ווייטער שטיין על המשמר, זיי נישט באזארגט...
סאושל סעקיוריטי פראגראם וועט ווייטער פארטיילן אירע טשעקלעך (פאר די זעלבע סיבה פארוואס אבאמא גייט באקומען זיין געהאלט...)....
מעדיקעיד און מעדיקער ארבייט פיין מארגן, זייט מוחל און קענסעלט נישט אייער אפוינטמענט...
פעדעראלע קאורט סיסטעם גייט געהעריג אן מיט זייער גערעכטיגקייט.. קומט נישט אן שפעט...
אייער איי-פאון וועט ארבייטן אויב איר באצאלט אייער ביל,
און מיט אייער פוד סטעמפ קארטל וועט איר ווייטער קענען קויפן א גרויס באטל סאדע (בלומבערג, קראך!...)
די באסעס פארן אין חדר אריין אויפן דינסטאג סקעדזשול.
און יא די בראוני'ס וועלן אייך פיין אפווארטן מיטן אראנדזשען קוויטל מארגן כאילו ס'גייט גארנישאט פאר אין לאנד...

ווי איר וועט יא אפעקטירט ווערן... די נאצניאלע פארקס וועלן הארמאטיש פארשלאסן ווערן, אזוי אויך מסתמה די עלענדע פרוי דארטן פארווארפן אין וואסער..

אבער! נאך איין זאך וואס וועט זיין סוספענדירט לעת עתה, איז די אודיט פון די איי אר עס! כולל תהילים בחצות מעלדט שוין א דראסטישע בודזשעט שניט...

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:06 am

· #152843
..
image.jpg

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:16 am

· #152879

יואליש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:14 am

· #152904
[ציטאט אראפגענומען]


פארוואס דען נישט, ס'איז נישט אינטער די פעדעראלע גאווערענמענט.

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:37 am

· #152911
.
image.jpg

למדן » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:58 am

· #152944
כ'הער אז אבאמא פעקלט זיך ארויס פון ווייסן הויז און זוכט א דירה ביז נאכן שאט דאון...

outspoken » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 12:54 pm

· #152971
די עיקר פראבלעם איז, אז ווען זיי הייבען צירוק אן צו ארבייטען וועלן זיי פאר א דריי פערטעל יאר ענטפערן אז מ'איז בעקט אפ פון די שאט דאון.

רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:42 pm

· #153152
תמצית:
1. Congress has to approve money to pay the bills every three months.

2. Since the next 3 months includes Obama care expenses and the Reps don't want to fund it, and its in one bill with other expenses, the gov. is closed because they didn't get money from congress

3. The dems are saying it will kill the economy. Well last time it took place in 1995/96 it didn't, and then it was for 21 days. But remember the economy was strong back then with about only 5% unemployment, so will wait and see.

הוגה » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:48 pm

· #153155
פון whatsapp :


אריינקומענדיג היינט מיטאג אין שוהל, בין איך שאקירט געווארן צו זעהן וויפיל היימישע אידן זענען איינגעשטעלט ביי די פעדעראלע רעגירונג...

גורן האט''ד » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 10:14 pm

· #153161
לאמיר פראבירען עס האלטען פארמאכט ווי לאנג מעגליך, אפשר וועט מען גאר מגלה זיין עס איז נישט אזוי וויכטיג דער גאנצער גאווערמענט און מ''קען גאנץ פיין לעבן אן עם.

יאיר » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:24 am

· #153243
איך זע אז די גאווערמענט איז פארשפארט און אלעס פארט א מחיה, עולם כמנהגו נוהג. אפשר זאל מען עס שוין האלטן פארשפארט?

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:15 pm

· #153486
איין גוטע זאך
image.jpg

סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 7:27 pm

· #153491
.
image.jpg

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 3, 2013 8:42 pm

· #153864

סאשי פיש » פרייטאג אקטאבער 4, 2013 12:12 am

· #153940
.
image.jpg

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:40 am

· #157042

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 20, 2013 2:20 pm

· #157596
ליידער עפענען זיי זיך צוריק אויף, לדאבון לב כל מכיריהם 😈 😈

למדן » זונטאג אקטאבער 20, 2013 3:29 pm

· #157619
ווען און אויף ווילאנג נאך?

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:50 pm

· #157870
The Biggest Scam In The History Of Mankind