☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #483

יידל » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:26 pm

· #7769
פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
עס איז דא אסאך וואס צו רעדן איבער דעם מערסט-באניצטען סאציעלער מידיא געצייג, סיי כלפי די נוצליכקייט דערפון און סיי כלפי די רוחניות'דיגע חלק שבו, און מען קען אנפולען גאנצע בלעטער דערויף און נישט ענדיגן. איך פערזענליך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון פעיסבוק, פשוט ווייל איך שפיר אז זיין אנאנים אויף פעיסבוק איז ווערטלאז, און ווידעראום זיך אידענטיפיצירן איז דערווייל נישט קיין אפציע.

איך האף נאך אסאך צו שרייבן איבער פעיסבוק, זיי פון א מאטעריאליסטישע שטאנדפונקט און זיי פון א רעליעגעזע שטאנדפונקט, אבער דערווייל וועל איך זיך מסתפק זיין מיטן לינקן צו א געוואלדיגן ארטיקל איבער פעיסבוק, ווי דער שרייבער, הרב גיל סטודנט, ברענגט ארויס אז פעיבוק איז סך הכל א כלי און קען גענוצט ווערן להרע ולהיטיב כחומר ביד היוצר. ליינט און האט הנאה.
http://www.aish.com/ci/s/The_Facebook_Challenge.html

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:28 pm

· #7773
Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
קאווע שטיבל אויף פעיסבוק
http://www.facebook.com/profile.php?id=100003790682917

יידל » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:33 pm

· #7776
Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
שמואל הלוי
קאווע שטיבל אויף פעיסבוק
http://www.facebook.com/profile.php?id=100003790682917

און די הנהלה האט גארנישט געמאלדן אז זיי זענען אויף פעיסבוק? היתכן?!

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:34 pm

· #7778
Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
איך וואונדער זיך אויך

ידען » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:48 pm

· #7786
Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
מע האלט סודות פון אייגענע קינדער?!

איך דערמאן מיך ווען מיינע עלטערן האבן זיך געסודלט אונטער מיין אויער... צום סוף האב איך סייווי אויסגעפינען און דערציילט די געשוויסטער... אזוי ווי שמואל האט געטוהן...

Java » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:54 pm

· #7788
Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
די פעיסבוק בלאט צו וועלכע שמואל הלוי האט געלינקט האט גארנישט מיט אונזער פארום. מיר האבן צוליב דעם יעצט געעפנט א פעיסבוק בלאט: facebook.com/kaveshtiebel מיר פלאנען אבער דערווייל נישט צו מעלדן דארט הודעות. נאטיפיקאציעס איבער קאווע שטיבל אנגעלעגנהייטן שיקן מיר אויף טוויטער twitter.com/kaveshtiebel

שרגא » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 9:43 am

· #7897
Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
יידל
עס איז דא אסאך וואס צו רעדן איבער דעם מערסט-באניצטען סאציעלער מידיא געצייג, סיי כלפי די נוצליכקייט דערפון און סיי כלפי די רוחניות'דיגע חלק שבו, און מען קען אנפולען גאנצע בלעטער דערויף און נישט ענדיגן. איך פערזענליך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון פעיסבוק, פשוט ווייל איך שפיר אז זיין אנאנים אויף פעיסבוק איז ווערטלאז, און ווידעראום זיך אידענטיפיצירן איז דערווייל נישט קיין אפציע.

איך האף נאך אסאך צו שרייבן איבער פעיסבוק, זיי פון א מאטעריאליסטישע שטאנדפונקט און זיי פון א רעליעגעזע שטאנדפונקט, אבער דערווייל וועל איך זיך מסתפק זיין מיטן לינקן צו א געוואלדיגן ארטיקל איבער פעיסבוק, ווי דער שרייבער, הרב גיל סטודנט, ברענגט ארויס אז פעיבוק איז סך הכל א כלי און קען גענוצט ווערן להרע ולהיטיב כחומר ביד היוצר. ליינט און האט הנאה.
http://www.aish.com/ci/s/The_Facebook_Challenge.html

לייען איך גוט, יידל? וועבן זיך חלילה בייזע מחשבות אראפצונעמען די מאסקע אין דער צוקונפט?
יעדנפאלס, לאז אונז וויסן אין פאל דו גייסט פאבליק.

ידען » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:25 am

· #7908
Re: פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
יידל

אסט שוין א facebook page און ווילסט עס נישט ארויסגעבן דא אדער בכלל?

שרגא

פארוואס ״בייזע מחשבות״. איך האלט אז סע גוטע מחשבות 🙂

הערשל » פרייטאג יוני 1, 2012 12:00 pm

· #15462
נאכן אפשרייבן א נייעם אשכול איבער פעיסבוק, האב איך געמאכט א זוכעניש און געטראפן דעם אשכול.

וועלן מיינע ווערטער אויך גענוצט ווערן אלס דערמאנונג פאר יידל'ן איבער זיין פארשפרעכונג צו שרייבן מער וועגן דעם ספר הפנים.

איך ליין יעצט דעם פאפולערן WebMD מאגאזין און זיי האבן אן ארטיקל איבער די פארבינג מיט וויפיל פריינט מען האט אויף פעיסבורג און דעם מוח און אויך מאכט עס אוועק אז מען האט ווינציגער פריינט אויב מען איז מער אקטיוו אין זיך באפריינדן אויף פעיסבוק.

הערשל » פרייטאג יוני 1, 2012 12:04 pm

· #15463
דער לינק איז נישט גוט אויסגעקומען.

דא איז דער ריכטיגער.

אגב, באמערק איך אז דער לינק איז באלד א האלב יאר פריער ווי ווען דער מאגאזין וואס איך ליין יעצט איז ארויסגעקומען, וואס איז פון מארטש/אפריל.

הערשל » דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:02 pm

· #117206
יידל
איך האף נאך אסאך צו שרייבן איבער פעיסבוק, זיי פון א מאטעריאליסטישע שטאנדפונקט און זיי פון א רעליעגעזע שטאנדפונקט,

ירא שמים » זונטאג אקטאבער 25, 2015 8:08 pm

· #306132
פעיסבוק (ספר הפנים, פייסבוך)
10 Interesting Facts About Facebook That You Did Not Know https://t.co/epJCA0KPzP