☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מילדע שלעגערייען אין הופער ביי הקפות

מילדע שלעגערייען אין הופער ביי הקפות

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4828

sefish » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:52 pm

· #152241
מילדע שלעגערייען אין הופער ביי הקפות
מ'האט געשמיעסט נעכטן אז אברומי רובין האט אראפגעשלעפט גבאי פישער'ס טלית, ווען פישער איז געלאפן אונטער מהר''א טאנצענדיג הקפות , ער האט זיך נישט וויסענדיג צומאכט. ביים צווייטן מאל האט ער נאכאמל אראפגעשלעפט און אויך אים געשלאגן און ס'געווארן קולות , מהר"א האט געפרעגט וואס ס'גייט פאר האט פישער געזאגט אז גארנישט און מ'קען טאנצן ווייטער. מ'זאגט אז רובין איז גערעגט אויף פישער אז ער האט נישט געלאזט מהר"א אויפנעמען היינס

sefish » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 4:54 pm

· #152243
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2013/09/blog-post_2572.html">http://bshch.blogspot.com/2013/09/blog-post_2572.html</a>

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:01 pm

· #152323
האט נישט קיין ספעציעלע שייכות אבער אויך א קרישקעלע פון דעם יו"ט אין סאטמאר הופער,

שבת אינדערפרי פארן ליינער האט נפתלי משה אינדיג נ"י אריינגעגעבן א ספר תורה אין הופער שול לע"נ זיין פינאנדערגעשייטער פרוי ע"ה,
דער רבי שליט"א האט געטאנצן אין ביהמ"ד עליונים ששו, מיט נאך געוויסע שיינע לעבעדיקע ניגונים, פארגעזאגט מיט א ברען לדוד מזמור, וכו'
צום ליינען איז דאך נישט מער ווי פאסיג צו ניצן אט דעם פריש געשריבענעם ספר,
מ'האט געמאכט הוספות כמעט יעדע 3 פסוקים, פארן יעדן גביר, ראה"ק, עסקן, און גאוועליר מארבע פנות הארץ כנהוג,
ביי פסוק ל' האט שוין דער רבי געהאט עולה געווען שישי, מ'האט שוין געהאלטן ביי אחרון מעגליך,
דער פסוק ל' האט דער ווארט "ארץ" 2 מאל, ביים צווייטן ארץ מאכט דער בעל קורא א גראבע טעות אין זאגט "אדמה" שטאטס "ארץ",
דער עולם ברימט ספאנטאן "ארץ!! ארץ!!",
דא שטעלט זיך דער בעל קורא אפ, "ארץ??? איך ווייס נישט וואס איר ווילט, אינעם ספר שטייט קלאר אדמה!!!"
א כלל ס'טוט זיך א ברימעריי, א מין סענזאציע? א פסול'ע ספר, א טעות מיט א גאנצע ווארט,
נו וואס טוט מען דא, זאל מען אנהויבן פון אנהויב ליינען, וואס זאל דער עולה טאן,
דער רבי וואס איז כידוע זייער אינפארמאל שטעלט זיך אויף בכבודו ובעצמו takes matters in his own hands, ווינקט מיטן הענט צום אויוון-אן דארט אינעם צוים ווי אלע רבני הקהלה זיצן רופט ארויף דעם דיין ר' געציל צום בימה, ער זאל פסק'ן כדת מה לעשות,
ר' געציל ווערט רויט און שמייכלדיג קריכט ער געשווינד אריבער די געיט מיט אלע בענק לויפט ארויף צום בימה,
ס'טוט זיך א שטיקל אסיפה דארט אויפן בימה,
קודם פארשטייט זיך ברענגט מען א פריש ספר,
נאכן ארויסגעבן דער פסק דין עפנט מען דעם פרישן ספר אין דער בעל קורא איז ממשיך מיט א ברען ביים פסוק ווי דער טעות איז געווען און דער עולה זאגט דער נאך ברכה, וכן הלאה, (ד"מ מ'האט נישט נאכאמאל איבערגעליינט)

ע"כ הסיפור

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:16 pm

· #152328
דארף מען זעהן פארוואס ר חיים קניבסקי האט אנדערשט געפסקנט ביי אן ענדליכע מעשה, מיט זיין ספר תורה, דעם יו"ט.

גדעון » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:03 pm

· #152340
מיי נעים איז דאג ענד איי העוו מיסעטיליאמע

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:20 pm

· #152347
האסט נישט גוט נאכגעשריבן שאולזאהן, ער מאכט עס נאר ערגער, ער האט ס"ה פרובירט צו שלעפן דעם טלית, די צווייטע מאל האט מען אים באזייטיגט, ער איז געווען אביסל אנגעששקט אויך דער רובין
אגב, מהר"א האט יא אויפגענומען היינס, ער האט נאר געוואלט מהר"א זאל בעטן היינס זאל אים פארדארנירן, וואס לענ"ד וואלט דאס קיינמאל נישט פאסירט ממילא, און רובין טענה'ט אז פישער האט נישט געבעטן מהר"א זאל בעטן.

אין אנדערע נייעס, ביי די זיבעטע הקפה אינדערפרי האט זיך דער אויבערשטער חלק פון די ארון קודש אין ביהמ"ד זיך גענומען אראפגליטשן אויף די פארענטשעס, און בחסדי ה' האט מען עס באצייטנס געכאפט

elter-zeide » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:47 pm

· #152359
קאווע טרינקער
דארף מען זעהן פארוואס ר חיים קניבסקי האט אנדערשט געפסקנט ביי אן ענדליכע מעשה, מיט זיין ספר תורה, דעם יו"ט.

ביי רבי חיים'ס ספר תורה האט געפעלט א גאנצע יריעה עס איז נישט מעגלעך געווען ווייטער צי לינען אין זעלבן ספר,

גאלד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:57 pm

· #152362
באגלייטן ביי ר' אהרן

קע"ה קע"ה!!
📎 BVWTISAIEAAke8K.jpg

פיינע קאווע » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:00 pm

· #153131
גראדע איז דא געווען א באזינדערע סייעתא דשמיא. נפתלי משה האט זייער געוואלט מאכען די הכנסת ס"ת זונטאג נאך יו"ט. כדי צו האבן א טאראראם ווי עס ברויך צו זיין. אבער דער רבי האט אים זייער צוגערעדט צו מאכען שמיני עצרת אין טאג פון די יארצייט. ווען ער פאלגט ווען נישט וואלט געדויערט 13 חדשים ביז מען ליינט נאכאמאל בראשית און ווער ווייסט וויפיל שבתים מען וואלט געליינט אין א פסולע ס"ת. זעהט אויס דאס פריעריגע ווייב האט זיך אים געמיעט פון הימל

רוזעוולט » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 11:32 pm

· #153197
קאווע די מעשה ווערט אנגענומען אלס מופת פון מהר"א

דעת תורה » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:49 am

· #153235
איך הער אז נפתלי משה איז טויט ברוגז אויף מהר"א. ער טענה'ט, אויב מהר"א האט געוויסט פון דעם פסול בעפאר פארוואס האט ער אים נישט געזאגט באצייטנס ער זאל עס פאררעכטן?

I'm back » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:55 am

· #153278
@דעת תורה, געדענקסט די מעשה מיט די רבי וואס האט געגעבן א שמירה פאר זיין חסיד פאר ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים? דער חסיד איז באפאלן געווארן מיט רויבער, און א נס איז געשען אז ווען זיי האבן צוגענומען די שמירה, האבן זיי זיך דערשראקן, און אנטלאפן.
דער רבי האט געהאט א ווייטער בליק.
אבער פארוואס האט ער נישט זיכער געמאכט אז ער גייט נישט אויף יענער וועג? ער האט דאך געוואוסט....?

איך גלייך נישט צו, און איך גלייב נישט אין דער היינטיגע מעשיות, אבער אז די קומסט אפפרעגן, מאך זיכער אז די הארגעסט נישט אפ מיט דעם די פארצייטישע מעשיות.

פיינע קאווע » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 10:19 am

· #153279
כאב פארציילט די מציאות. די פאקט וואס נפתלי משה האט פארציילט זיינע ידידים פאר יו"ט אז דער רבי האט אים געבעטען נישט צו ווארטען אויף נאך יו"ט. יעדער קען לערנען פשט וויאזוי ער וויל

גאלד » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:35 pm

· #153360
דאס איז נישט דוקא א מופת, דאס רופט זיך "סייעתא דשמיא"
ווי דער פסוק זאגט "רגלי חסידיו ישמור"

אבזערווירער » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:48 pm

· #153423
דאס ליינען אין א פסולע ס''ת איז געשען ביי די גרעסטע צדיקים. אפילו ביים ויואל משה זי''ע האט מען געליינט א לענגערע צייט אויף א ס''ת וואס ס'איז געווען פסול מעיקרא דער סופר איז געווען א געלונגענער מאלער אבער נישט קיין סופר בכלל. והדברים ידועים גם אין די פריערדיגע דורות. נאכן בודק זיין דריי מאל האט דאס א חזקת כשרות און די ברכות זענען נישט לבטלה ח''ו

פאריז » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:51 pm

· #153426
רעדענדיג פון די נושא, אפשר איז דא ווער עס קען אראפ שרייבען באריכות די פולמוס ארום די בדיקות סת"ם מיט קאמפיוטער?

רוזעוולט » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 8:48 pm

· #153524
פאריז דעיס באַלאָנגט אין צימעס?

קינות גירושין » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 9:22 pm

· #153542
לענ״ד איז די גאנצע זאך גוט אינטערגשטעלט, היינטיגע צייטען ווען יעדע ספ״ת ווערט נבדק דורך א קאמפיטער איז נישט מעגליך אזא מעשה זאל קענען געשען

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:41 pm

· #156668
קאווע טרינקער
דארף מען זעהן פארוואס ר חיים קניבסקי האט אנדערשט געפסקנט ביי אן ענדליכע מעשה, מיט זיין ספר תורה, דעם יו"ט.

איך וואלט אנגעפרעיגט ביי די מקובלים, --אנשטאט ביי א דיין-- וואסי פשט אז סיי אין א"י און סיי אין אמעריקע איז געשעין די זעלבע מעשה. 😂 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 15, 2013 9:46 pm

· #156671
רוזעוולט
קאווע די מעשה ווערט אנגענומען אלס מופת פון מהר"א

און אפשר איז עס א שטיקל מופת פון באשעפער, אויך?! השגחה פרטית. 😂 🙄