☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארלירן וואג:עצות און קאנטעסט
פארלירן וואג:עצות און קאנטעסט
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4825
outspoken » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:55 pm
· #152178
פארלירן וואג:עצות און קאנטעסט
איסרי חג, מ'שטייט אויף שרייט די ווייב 'פארגעס נישט היינט הייבט זיך אן דיין דייעט, קאלט מען אן קול מבשר צו הערן די וועטער, הערט מען ביידע אדווערטייזמענטס וועגן דייעט, קומט מען אריין אין ארבייט הערט מען ווייטער דייעט.
ד' דברים צריכים חיזוק, און דייעט איז זיכער איינס, וואלט געווען א גוטע זאך צו מאכען א קאנטעסט, און ווער ס'פאלירט די מערסטע באקומט פון יעדען א ''לייק''
מ גפני » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:03 pm
· #152183
א חוץ לייקן דארף אויך ווערן געשריבן עצות וויאזוי צו פארלירן די איבעריגע פונטן
איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:07 pm
· #152186
איך בין אין.
רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:12 pm
· #152190
מ גפני
א חוץ לייקן דארף אויך ווערן געשריבן עצות וויאזוי צו פארלירן די איבעריגע פונטן
כ'האב ערגעץ געזעהן איך געדענק נישט יעצט פונקטליך ווי, אז די בעסטע עצה איז צו עסן ווייניגער.
גאלד » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:16 pm
· #152191
טיפ: עס נארמאל פרישטאג, בדוק ומנוסה,
ס'נישט קיין כלל און אוואדי נישט די ענטפער פאר אלעם, אבער ס'גוט פאר א סטארט, און ס'געזונט אויך,
outspoken » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:20 pm
· #152194
אויך זייער וויכטיג, נישט עסען נאך נאכטמאל.
זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:21 pm
· #152195
אויך זייער וויכטיג נישט צו עסן דאונאטס מיט קאסטערד דזשעלי
שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:23 pm
· #152196
איך בין אויך אין.
נישט קיין נייעס, אבער דאך צו מאכן א שנעלן איבערזיכט:
עסן נארמאל פרישטאג, בעיקר אסאך גרינצייג און פראוטין, ווייניג סטארטש און ווייניג צוקער.
טרינקען לכה"פ 8 גלעזלעך וואסער איבערן טאג.
האלט אייך צוריק פון קעיקס און קוקיס ווי מער מעגליך.
מאכן לכה"פ 10-15 מינוט עקסערסייז, אפילו א שנעלע וואק קען זיין גענוג.
היימישער ליטוואק » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:17 pm
· #152407
איך פארליר וואג דורך עסן ווייניגער פלייש, טרינקען וואסער, און גיין/לויפן צו ישיבה אנשטאט פארן מיטן באס/קאר
אפטעמיסט » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 9:54 pm
· #152740
פארוואס פארלירען וואג?!
לויט מיינע ידיעות, איז זיין פעש אין די צייטן פון די גמרא פארעכענט געוועהן אלס שיין. בכלל, אויב וועט איר פארלירן וואג וועט איר אויך פארלירען דער פריוויליגיע פון קענען שלאפען פרקדן.
רויטע וואנצעס » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:09 pm
· #154375
8 פונט סא פאר. (עסן ווייניג, נישט שפעט, בייקין ווי א ממזר)
outspoken » זונטאג אקטאבער 6, 2013 2:44 pm
· #154389
3 פונט, עסען 3 סעודות און 2 פרוכט.
רויטע וואנצעס » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:44 pm
· #158072
http://www.lose4autism.org/
ודי למבין » זונטאג נאוועמבער 3, 2013 12:15 am
· #160246
11 פונט זייט ר"ח חשון
לאו קארב דייעט אין די Sprint 8 עקסערסייז פראגראם
מער איבער ספרינט 8 http://www.visionfitness.com/content/sprint-8
רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:28 pm
· #231371
וואס איז נייעס?
ביי מיר איז די דייעט אין פילן שוואונג. איך בענק נאך מיין טעגליכע טשאקלאד באר 😞
ברסלבער » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:31 pm
· #231374
עס איז אנגענומען ביי אידן אז אסרו חג סוכות הויבט מען אן א דייעט, אנדערע פירן זיך צו ווארטן ביז נאך זאת חנוכה.
פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:31 pm
· #231375
אפטעמיסט
לויט מיינע ידיעות, איז זיין פעש אין די צייטן פון די גמרא פארעכענט געוועהן אלס שיין. בכלל, אויב וועט איר פארלירן וואג וועט איר אויך פארלירען דער פריוויליגיע פון קענען שלאפען פרקדן.
הכא בקטלא עסקינן דאשה חונקת את עצמה דניחא לה שתראה כבעלת בשר:
(שבת נז, ב).
חכם עתיק » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:55 pm
· #231388
פארוואס?
אפטעמיסט
לויט מיינע ידיעות, איז זיין פעש אין די צייטן פון די גמרא פארעכענט געוועהן אלס שיין. בכלל, אויב וועט איר פארלירן וואג וועט איר אויך פארלירען דער פריוויליגיע פון קענען שלאפען פרקדן.
הכא בקטלא עסקינן דאשה חונקת את עצמה דניחא לה שתראה כבעלת בשר:
(שבת נז, ב).
אפשר פארטייטשסטו בדרך פרד"ס.
וויאזוי פארשטייט מען סתם אזוי א פרוי זאל וועלן זיין א בעל בשר? (אפשר אויף געוויסע מקומות בגוף)
חכם עתיק » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:58 pm
· #231390
ודי למבין
11 פונט זייט ר"ח חשון
לאו קארב דייעט אין די Sprint 8 עקסערסייז פראגראם
מער איבער ספרינט 8 http://www.visionfitness.com/content/sprint-8
די צוויי אסאסיעטן זיך? לאו קארב מיט ספרינט 8
אדער א מייזליש צוזאמשטעל?
סאשי פיש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:17 pm
· #231398
חכם עתיק
אדער א מייזליש צוזאמשטעל?
יא
פאר מער זעט דא
לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:22 pm
· #231399
רויטע וואנצעס
ביי מיר איז די דייעט אין פילן שוואונג. איך בענק נאך מיין טעגליכע טשאקלאד באר 😞
רויטע י"ו לא"ק ס"א גו"ד
די דארפסט נישט קיין דייעט העכסטענס דיי דיר די האר און אלס וועט זיין גוט
רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:27 pm
· #231401
דאס איז אויך א דיי-איט.
לית דין בר נש » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:29 pm
· #231403
לזה כוונתי
שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:44 pm
· #231499
ברסלבער
עס איז אנגענומען ביי אידן אז אסרו חג סוכות הויבט מען אן א דייעט, אנדערע פירן זיך צו ווארטן ביז נאך זאת חנוכה.
איך הייב טאקע אן א פרישע דייעט יעדן טאג זינט אסרו חג מיט גרויס סוקסעס. וניכרים דברי אמת מבטן.