☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » טריפ צו נייאגרא פאלס

טריפ צו נייאגרא פאלס

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4823

עמוס » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 2:38 pm

· #152169
טריפ צו נייאגרא פאלס
א גוטן טייערע ברידער,
איך גרייט זיך צו פארן קיין נייאגרא פאלס פאר א קורצע וואקאציע פון עטליכע טעג. איך וויל בעטן די וואס האבן עקספיריענס זאלן מיר ביטע ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע איבער ווי אזוי צו פלאנען דעם טריפ. צום ערשטן וואלט איך געוואלט וויסן ווי אזוי איז די בעסטע וועג אנצוקומען אהין, מיט די עמטרעק אדער מיט אן עראפלאן (איך דרייוו נישט). אזוי אויך וויל איך וויסן ווי נאך מען קען באזוכן אויסער די וואסערפאלן. ולמצוה גדולה יחשב.

עמוס » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:35 pm

· #152352
איך זע אז דער עולם איז פארנומען מיט וויכטיגערע זאכן ווי מיין טריפ, פארט ברענג איך נאכאמאל ארויף דעם אשכול מיט'ן ציל אז אויב געפינט זיך עמיצער וואס האט דאס נישט געזען זאל ער קענען מגיב זיין. תזכו למצוות.

זר זהב » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:38 pm

· #152354
דאס קען העלפן אפשר

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=10970&hilit=%D7%A0%D7%99%D7%90%D7%92%D7%A8%D7%90+%D7%A4%D7%90%D7%95%D7%9C%D7%A1">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7%9C%D7%A1</a>

עמוס » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 8:40 pm

· #152355
א גרויסען דאנק, הרב זר זהב.

שושן פורים » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 7:14 pm

· #153098
האסטו נישט קיין צייט איז די בעסטע עצה די פליגער , א 3/4 שעה אין די לופט און ביזט דארט , אויב האסטו צייט איז די טרעין זייער א שיינע וועג, עס דויערט אבער 11 שעה בערך

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 8:29 pm

· #153117
11 שעה מיט א טרעין? א וועג וואס נעמט ארום 6 שעה מיטן קאר?
וועלכע טרעין? וואו פארט מען ארויס און וואו סטאפט עס?

אכשיר דרא » דינסטאג אקטאבער 1, 2013 9:29 pm

· #153148
איך בין געווען דארט מיט אפאר יאר צוריק
א הערליך פלאץ! שיינע פלעצער צו באזוכן!
דארט איז דא א חב"ד'סקער רעסטוראנט, אין מיינע צייטן איז די כשרות געווען זייער שוואך (איידל גערעדט) גיב אכטונג פארן עסן ווער עס גיבט די הכשר
עס איז געווען גרויסע צרות ווען איך בין דארט געווען

פאר שלום בית סיבות איז זייער געראטן צו גיין באזוכן די "זומער פויגל מאזעאום" 😂 אוי וועט זי שפרינגען פון יעדע באטעפליי

טעפל » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 11:43 am

· #153316
שמעקעדיג
11 שעה מיט א טרעין? א וועג וואס נעמט ארום 6 שעה מיטן קאר?
וועלכע טרעין? וואו פארט מען ארויס און וואו סטאפט עס?

AMTRAK
<a class="postlink" href="http://www.amtrak.com/servlet/ContentServer?pagename=am/am2Station/Station_Page&code=NFL">http://www.amtrak.com/servlet/ContentSe ... e&code=NFL</a>

ל.רוזן » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 12:43 pm

· #153331
איך בין געפארן מיט jet blue עס איז בערך $80 א וועג פון JFK צו באפעלוי, די וועג איז בערך א דריי פערטל שעה, און די וועג צוריק דארף מען נישט צו לאנג ווארטן אין די עירפארט (ווייל עס איז א קליינע עירפארט). איך בין אנגעקומען א דריי פערטל שעה פאר די פליגער האט זיך געהויבן.