קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #482
קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
און זיין נאמען איז.... "א איד"
משה זיך מיר....
מז"ט מז"ט
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
שלום עליכם א איד
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
עליכם השלום איך האב נישט געוואוסט אז איך האב דעם כבוד צו זיין די נומער 200
א יישר כח פאר אזא ווארימע אויפנאמע
איך בין שטארק עמאושענעל
😃
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
אין בעל נס מכיר בניסו, שלום עליכם ר' איד, אוי אנטשולדיק מיר שלום עליכם ר' א איד...
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
שעמט אייך נישט אזוי, קומט אריין זייט אייך מכבד מיט א גלעזעלע ווארימע קאווע, און שפירט אייך היימיש... וואס מאכט א איד?
א נחת צו זעהן וואו היינטיגע צייטען זענען נאך דא אזעלכע וואס שעמען זיך נישט זיך צו אינדעטעפעצירען מיט פולען אידישען נאמען...
Re: קאווע שטיבל נעמט אריין דעם 200'סטן באנוצער!!
איך טרינק נאר טיי
נאך דרייסיג צו גיין ביזן פיר הונדערסטן באנוצער
די ווארט "באנוצער" איז נישט אויסגעהאלטן. איך באמערק יעצט אז יעדער איינער וואס לייענט נאר אפילו דא ווערט אנגערופן א "באנוצער"...
בסך הכל זענען געווען 670 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 558 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012
לפי זה דארף די הנהלה טרעפן א נייער ווארט. ס'שטייט אויך אז קאווע האט יעצט 373 "באנוצער". שטימט עס נישט...
אפשר 'מיטגלידער'. ?
אדער "מעמבער'ס".... -- ס'באקאנט די וויץ ווען א רב אין א טעמפל האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר ר"ה און געזאגט אז יעדער מעמבער דא אין שול גייט אמאל שטארבן! איינער אין די בעק האט זיך גענומען זייער לאכן... פרעגט מען אים ולשמחה מה זו עושה? זאגט ער אז ער איז א גאסט דא אין שול, ער איז נישט קיין מעמבער....
זר זהבאדער "מעמבער'ס".... -- ס'באקאנט די וויץ ווען א רב אין א טעמפל האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה פאר ר"ה און געזאגט אז יעדער מעמבער דא אין שול גייט אמאל שטארבן! איינער אין די בעק האט זיך גענומען זייער לאכן... פרעגט מען אים ולשמחה מה זו עושה? זאגט ער אז ער איז א גאסט דא אין שול, ער איז נישט קיין מעמבער....
או לאותו שמחה....
זר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט
טאמבל סאסזר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט
יעצט האסטע מיר פרייליך געמאכט!!
זר זהבטאמבל סאסזר זהב איך מוז דיר זאגן האסט מיר פרייליך געמאכט
יעצט האסטע מיר פרייליך געמאכט!!
Wow וויפעל מענשען איין מעמבערס פרייד קען פרייליך מאכן.
זר זהבדי ווארט "באנוצער" איז נישט אויסגעהאלטן. איך באמערק יעצט אז יעדער איינער וואס לייענט נאר אפילו דא ווערט אנגערופן א "באנוצער"...
בסך הכל זענען געווען 670 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 558 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012
לפי זה דארף די הנהלה טרעפן א נייער ווארט. ס'שטייט אויך אז קאווע האט יעצט 373 "באנוצער". שטימט עס נישט...
באניצער מיט א 'י' איז א לשון רבים און באנוצער מיט א 'ו' איז א לשון יחיד.
בסך הכל זענען געווען 660 באניצער אנליין ::84 רעגיסטרירטע, 28 באהאלטענע און 548 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)
מערסטע באניצער אנליין איז געווען 1081 צווישן מאנטאג מאי 07, 2012 און דינסטאג מאי 08, 2012
24406 הודעות בסך הכל • 990 אשכולות בסך הכל • 374 באניצער בסך הכל • אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע באניצער
איז עס א טעות פון קאווע שטיבל
וואס איז א טעות?
זר זהבאויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע באניצער
זר זהבוואס איז א טעות?
די לעצטע באניצער ברויך זיין לשון יחיד.
וואס איך האב געוואלט אויפמערקזאם מאכן איז אז מ'דארף טרעפן א נייער ווארט פאר די רעגיסטרירטע. ווייל איצטערט נוצט מען די ווארט "באנוצער" סיי פאר ליינער מיט א ניק און סיי פאר לייענער אן א ניק.
באנוצער = User
באניצער = Users
רעגיסטרירטע = Registered
מיטגלידער = Members
באניצער לדעתי גייט ארויף אויף אלע וואס באניצן זיך מיט די סייט, אריינגעסיינט צי ארויסגעסיינט, די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף טוישן איז " אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע מיטגלידער"
וויאזוי קען מען מיר און דיר אנרופן א פשוטער "באנוצער"? ווען דער זעלבער טיטעל באקומט יעדער איינפאכער לייענער וואס האט נישט קיין ניק?
געפילטע פישבאנוצער = User
באניצער = Users
רעגיסטרירטע = Registered
מיטגלידער = Members
באניצער לדעתי גייט ארויף אויף אלע וואס באניצן זיך מיט די סייט, אריינגעסיינט צי ארויסגעסיינט, די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף טוישן איז " אויסלייג פאליציאנט איז די נייעסטע מיטגלידער"
מיטגליד
user איז וואס מ'רופט איינער וואס סיינט אויף. כ'מיין אז די נישט אריינגעסיינטע קען מען רופן 'באזוכער'. די אייציגסטע זאך וואס מ'דארף טוישן איז "כך וכך באזוכער בסך הכל".
אננער וואס סיינט נישט אויף קען מען רופן loser...
איז דא א מעגליכקייט צו זעהן וויפילטע מעמבער/באנוצער מען איז דא אין קאווע שטיבל (ווי איך דענק, בין איך פון די גרר ערשטע, כ׳בין פשוט נייגעריג וויפילטע נומער)
קליק אויף "באניצער ליסטע" אויבן אויף די רעכטע זייט, ביי דיפאלט איז עס אויסגעשטעלט אין כראנאלאגישע סדר פון ווין מ'האט זיך אויפגעסיינט, דו ביזט נומער 18.
אלדדאיז דא א מעגליכקייט צו זעהן וויפילטע מעמבער/באנוצער מען איז דא אין קאווע שטיבל (ווי איך דענק, בין איך פון די גרר ערשטע, כ׳בין פשוט נייגעריג וויפילטע נומער)
איך האב מיך אריינגעכאפט פאר דיר אין די ליין 😉
"איגרא רמא"
400 באנוצער !!!!
BINGO
[ציטאט אראפגענומען]
נישט ממש.... דיין "רמה" האט א ה', מיינס האט אן אלף...
און... מ'נעמט שוין באלד אריין דעם 600'סטן באנוצער.
??WHO WILL BE THE LUCKY ONE
[ציטאט אראפגענומען]
ביטע לייג אוועק א שטיקל "וועללקאם" פאר זיין שותף... 😂
וואס הייסט פאר'ן שותף? ס'קומט א 'לבירה עמיקתא' ניק?
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז דא גענוג פלאץ אין
קאווע שטיבל פאר א יעדן. 🙄
זר זהבוואס הייסט פאר'ן שותף? ס'קומט א 'לבירה עמיקתא' ניק?
אה, ד'האסט געכאפט. ב"ה מ'האט דא צו טון מיט אידן תלמידי חכמים. מ'עט נאך אויפמאכן דא א כולל. אי"ה בקרוב.
[ציטאט אראפגענומען]
מ'זאגט דאך פאר קידוש "וישזביננא מעינא בישא וכו'. ע"כ דארף מען נישט מורא האבן.
מ'גייט טיילן ליקעריש רבותי!
דער עולם זאל זיך שטעלן אין די ליין!!
סזעהט אויס ווי 13 חדשים שפעטער גייט מען אריינעמען דעם טויזענטן באנוצער! טויזענט איז א מספר מסיום, און פון די הונטער די קוליסען האבעך געהערט מטעם די הנהלה איז געווען אין פלאן צו מאכן א ריזיגן צוזאמענקום באגלייט מיט א רייכן סעודה וואו מוועט סעלעברעיטן דעם טויזענטסטן מיל שטיין.
אבער די לעצטע רגע איז עס מבוטל געווארן צוליב מערערע ניקים וואס באלאנגען צו איינצעלנע מענטשן איז דאס גאנצע א ברכה לבטלה.
זר זהבסזעהט אויס ווי 13 חדשים שפעטער גייט מען אריינעמען דעם טויזענטן באנוצער! טויזענט איז א מספר מסיום, און פון די הונטער די קוליסען האבעך געהערט מטעם די הנהלה איז געווען אין פלאן צו מאכן א ריזיגן צוזאמענקום באגלייט מיט א רייכן סעודה וואו מוועט סעלעברעיטן דעם טויזענטסטן מיל שטיין.
אבער די לעצטע רגע איז עס מבוטל געווארן צוליב מערערע ניקים וואס באלאנגען צו איינצעלנע מענטשן איז דאס גאנצע א ברכה לבטלה.
וואו האלט מען יעצט? וויפיל ניקים?
979
און וויפיל טעגליכע באזוכער איז דא? וועכנטליכע? חודש'ליכע? צי איז דער צאל געפאלן אדער געשטיגן זינטן כינוס פאיאר? דער כינוס היי יאר? מיטן פארשפרייטונג פון די פילטערס וואס בלאקירן עקסעס אהער, איז דער ציפער געפאלן / געשטיגן?
און וויפיל אקטיווע ניקים איז פארהאן?
אפשר פופציג. 😢
מאראנצןזאפטאון וויפיל אקטיווע ניקים איז פארהאן?
אפשר פופציג. 😢
נאך אלץ מער פון וויפיל רבנים זענען אקטיוו אין התאחדות
וואס מיינט אקטיוו? לייענען? שרייבען? אויב לייענערס איז דא סאך מער.
שרייבען
אנטשולדיגט, אבער...
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן אין אייער ביזנעס, אבער לעניות דעתי, אקטיוו מיינט נישט ליינען און אויך נישט שרייבן, נאר "מעקן"... (נוסח הגבאים).
צו האבן א שטיקל השגה איבער די צאל באזוכער, יעצט מוצ"ש, א שעה בערך נאכן זמן, דער פארום איז ליידיג, איך בין דער איינציגסטער וואס האט דערווייל עפעס געפאוסט דא, עס איז דא כעת 38 באנוצער, אבער:
"בסך הכל זענען געווען 470 באניצער אנליין ::19 רעגיסטרירטע, 14 באהאלטענע און 437 געסט (באזירט אויף אקטיווע באניצער איבער די לעצטע 24 שעות)"
ווער זענען די 437 געסט אין א שבת? לכאורה אויטאמאטישע באזוכער (העקערס א.ד.ג.). עס איז נישטא קיין סיבה צו טראכטן אז זיי קומען נאר שבת און נישט א גאנצע וואך.