☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » א גוט קוויטל...

א גוט קוויטל...

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4816

חכם באשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 11:22 am

· #151960
א גוט קוויטל...
דער ש"ץ מיטן קיטל,
ממליך ג-ט המלך א טיטול,
שרייט הושענא די גזירות בטל ומבוטל,
ס'זאל זיין א גוט קוויטל.

מיין קוויטל האב איך געגעבן,
איבער'ן גאנצן חודש פון פארגעבן,
און אזויפיהל פדיון אויסגעגעבן,
וויפיל ס'קאסט א אידישע לעבן.

יעצט בעט איך ג-ט ביי דיר,
געב די א פדיון פאר מיר,
פרנסה אן א שיעור,
נחת ושמחה תדיר.

א גוט קוויטל.

קינות גירושין » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:37 pm

· #151977
כבין אין מיין לעבן נאך נישט געווען ביי א רבי סא ווייס איך נישט, איז נאך דא היינט אזא מין זאך אז מגעט א פדיון פאר א רבי, אדער סאיז נאר געווען אמאל אין די צייטען ווען מהאט געשריבן די ביכער?

חכם באשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 12:42 pm

· #151979
איר מאכט מיר לאכן... קינות'ל.

יו בעט מ'געט א קוויטל מיט א פדיון. אבער א פדיון. קעש געלט. נאו גיממיקס.

פרישער » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:05 pm

· #151980
הושענא למען אפאר מיליון דולר הושענא
הושענא למען ביליון דולר הושענא
הושענא למען געזיליון דולר הושענא
הושענא למען דריליון דולר הושענא
הושענא למען הימל ערד און געלט הושענא
הושענא למען ווי איז מיין געלט הושענא
הושענא למען זיי אזוי גיט און אהער מיטן געלט הושענא
הושענא למען חאף מיר אפאר טולר הושענא
הושענא למען טו א טובה און געב מיר אפאר דולר הושענא
הושענא למען יודישע קינדער הושענא
הושענא למען כאפ מיר אריין אפאר מיליון הושענא
הושענא למען למען אפאר מיליון הושענא
הושענא למען מיליון דולר הושענא
הושענא למען נו !! שוין א מיליון הושענא
הושענא למען סוכות וואס קאסט אזוי סאך הושענא
הושענא למען עטליכע מיליון הושענא
הושענא למען פאר א גיט יאר געב שוין אהער הושענא
הושענא למען צים וויפילטע מאל געשוין הושענא
הושענא למען קים רייט עוועי מיט מיליונען דאלארן הושענא
הושענא למען רבעלעך וואס דארפן געלט הושענא
הושענא למען שיק מיר אפאר מיליון הושענא
הושענא למען תינוקות של בית רבן וואס קאסטן מעליאנעס הושענא

חכם באשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 1:08 pm

· #151981
@פרישער!!!!!!!

גאנץ יום טוב נישט אזוי צאמגעלאכט! און, וואונדער איבער וואונדער, ס'שטימט אפילו לויט'ן סדר א"ב... מוז זיין תורת אמת.

😂 😂 😂

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 4:41 pm

· #152016
חכם באשי
@פרישער!!!!!!!

גאנץ יום טוב נישט אזוי צאמגעלאכט! און, וואונדער איבער וואונדער, ס'שטימט אפילו לויט'ן סדר א"ב... מוז זיין תורת אמת.

😂 😂 😂

תורת אמת, ווייס איך נישט. אבער טוירעס לאקשן זיכער יא. 😂 👍 😳 🙄 😁

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:27 am

· #152117
יארמא רב שליט"א דערציילט אז ער איז איינמאהל געווען הושענה רבה אין סאטמער און געהערט וואו מ'זאגט אהבה רבה מיט'ן ניגון המקובל און ער זעהט ווי ס'גיסן זיך טייכן טרערען, און וואנדערט זיך וואס וויינט מען אזוי שטארק? הערט ער אינטער ביי איינעם ווי יענער זינגט מיט'ן ניגון המקובל "מיליאן דאלער אויפן נייעם יאר, מיליאן דאלער אויפן נייעם יאר"..

געוואלדיג » זונטאג אקטאבער 4, 2015 4:21 pm

· #303301
שוין, זאל מיר טאקע האבן א גוט קוויטל.