ער צאלט בערך 15,000, א חודש סאקירעטי (פאר עפעס א לאנדענע סעקיורעטי קאמפ)סיז דא זייער אסאך קעמרעס אין אלע זייטען אינווענדיג און אין אינדערויסען אין גאס, איך פערזענליך האב שוין מיטגעהאלטען אפאר מאל ווי ער קויפט אינטיקס בייchristie's and sotheby's auction houses ווען ער קומט דארט אן קומען אלע גוישע היסטאריקער צו לויפן צו עם און זיך דורך רעדן, און הערן זיין מבינות (אגב איינמאל ווען איך בין געווען מיט עם אין sothebys ביי א אקשען האמער אונז מיטגעהאלטען א אקשען אויף א קליינע עבודה זרה׳לע פון די געגנט און צייט פון אברהם אבינו, סאיז געגאנגען פאר פופציג מיליון דאלער)
א גאנצע עבודה זרה מימות אברהם? האט אברהם נישט צובראכן אלע עבודה זרה'ס?
ער האט נאר צובראכן די עבודה זרה'ס אין זיין טאטנ'ס סטאר (כדברי רבינו ז"ל אין קינדערגארטן). די פאליציי אין אור כשדים וואלט איהם ארעסטירט (ח"ו) אויב ער וואלט ארומגעגאנגען אויף די ארטיגע דרייצנטע עוועניו און צובראכן אלע עבודה זרות, אדער לכה"פ אויסגעזעצט די שויבן פון די סטארס וועלכע פארקויפן געטשקעס. שלא כדרכו בקודש פון הר' ר' ---- ---- ----- שליט"א, וועלכער האט געשיקט די בחורים פון זיין ישיבה אויסצו זעצן די ווינדאוס אין סטאר ביי די אונגארישע בהמה וועלכע האט בשעתו (מיט איר טאטנ'ס געלט) אויפגעמאכט א סטאר מיט א גרויסן סטעירקעיס צו די גאס.....
(שוין אפגערעדט איבער די זאכן וואס ער פארקויפט דיר!)
לדוגמא: ער האקט א טשייניק אז די בארימטע בילד פון חפץ חיים איז נישט פון איהם. נאר פון פונ'ם קצב פון שטעיטל ראדין. און ס'דא נאראנים וואס גלייבן איהם נאך. וכבודו במקומו מונח.
איך האב לכתחילה גארנישט געוואלט שרייבן, כדי נישט אוועקצונעמען זיין פרנסה, אבער זעענדיג וואס מען שרייבט האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן, איך האב אבער נאכאלס נישט קיין חשק אריינצוגיין אין דיטעילס, ווייל ס'שטערט מיר נישט אז ער מאכט פרנסה אויף די אומוויסנדע חסידי'שע אידעלעך...
אבער אז יאיר און אנדערע זאגן אז ס'איז נישט שיין, וועל איך ברענגען עטליכע דגמאות כטיפה מן הים, ס'איז דא נאך אסאך מער (וואס איך האב אים געכאפט דערמיט), אבער איך וועל נישט מגלה זיין אלעס ברבים. און אז מען וועט מיר אפפרעגן, וועל איך עס לאזן דערביי, און איך וועל זיך נישט מטריח צו זיין אים צו מאכן דוקא אומגערעכט. אויף אזויפיל קענט איר טון, איר קענט פרעגן עני ריכטיגער מבין, וואס טוט באמת אין מטבעות און אין אנטיק, און יעדער וועט אייך דערציילן די ווארהייט.
א. מחצית השקל: א שקר גדול וגס וואס ער זאגט שטענדיג. ער פארקויפט עס פאר 25,000 $, זאגנדיג אז עס איז כמעט נישטא צו געפינען, ער האט נאך איינס איבערגעבליבן וכל הקודם זכה. איך גלויב אז ער האט זיכער מער פון איינס, ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק, אבער לאמיר זיך נישט קאנצערטרירן דערויף, לאמיר רעדן פונעם פרייז. א מחצית השקל קענסטו באקומען היינט פאר 8 ביז 10 טויזנט דאלער. נאכמער; ביז פינף צען יאר צוריק, האסטו עס געקענט באקומען פער 2 אלפים, נאר וויבאלד ער האט געהויבן די מארקעט, האט זיך די פרייז געהויבן, אבער דאס וואס ער פארקויפט עס פאר כמעט דאפלט, איז אן עוון בל יכופר.
ב. די רעדלעך פון די מצריים וואס 'ער' האט ארויסגענומען דורך 'זיינע' שיפן פון ים סוף: (אגב; ער האט ליב צו רעדן פון זיך און זאגן אז ער פארמאגט שיפן מיט זיינע מענטשן וכו' - ער האט נישט קיין שיפן און נישט קיין מענטשן, ס'איז גארנישט. ער קויפט אפ פון די ארכילאגישע גרופעס וואס ברענגען ארויף די זאכן, אבער לאמיר שוין נישט רעדן דערפון) די השערה פון די רעדלעך קומט פון דער ארכילאג ראן ווייעט, וואס ער האט עס כלומר'שט געפינען. דער ראן ווייעט איז א באקאנטע ליגנער און פאנטאזירער (מאך א סורטש אויף גוגל), ער האט שוין געפינען אומצאליגע זאכן, נאך וואס ער האט זיי אונטערגעלייגט, אבער ער קויפט עס אפ פאר גוט געלט.
ג. די צורה פון יוסף הצדיק: נישטא ווער ס'זאל לאכן...
ד. קטורת: ער פארקויפט עס פאר אסאך געלט, דוכט זיך 50 $, און זאגט תורות אז עס איז ארגינעל וכו', רעדט ווי א גאנצער מבין... נעם א רגע אראפ דער סטיקער פון דער מוזעעים, וועסטו זען אן אנדערן סטיקער פון א קאמפאני פון ארץ-ישראל, רוף זיי ביטע אפ, און פרעג זיי וויפיל זיי נעמען דערפאר און וואס זיי זאגן אויפן ליאזשנער רבי... איך לאז אייך מאכן די ריסערטש.
“If a sponsor came along and helped us, we would not sell,” he admitted. But doing a mitzvah won’t come cheap. “We’ll need a million dollars,” he noted.
די פאר שורות אין די ארטיקל זאגט מיר אז ס'איז א געים וואס ער האפט צו געווינען. יעדע צווייטע מוסד שפילט די זעלבע געים און ס'געלונגט על פי רוב.
איין נייע זאך האב איך געלערנט פונעם ארטיקל אז ר' שימי איז בעל הבית אויף דריי הייזער אויף יענע גאס ,הממ נישט קיין שלעכטע ביזנעס דער מוזעיום און די שבת פעקלעך וד"ל.