☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » סתם שמועסן און פלוידערייען

סתם שמועסן און פלוידערייען

93 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #481
בלאט: 1 2

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:47 pm

· #7618
סתם שמועסן און פלוידערייען
אמאל וויל זיך כאפן א באטעמט'ן שמועס'ל מיט עמעצן פון דאהי, אבער א ווינקל דערפאר איז נאך נישט געווען באשטימט, דעריבער טוה איך מייחד זיין אט דעם קרן זויית פאר סתם שמועסן און פלוידערייען מכל הבא ליד, אבער פארשטייט זיך אויף א ערליכן שטייגער ווי עס פאסט פאר חסידישע ערליכע קאווע שטיבל מיטגלידער.

עס שטעלט זיך יעצט א קופקע צו שמועסן, נו קומט אריין און מאכט אייך היימיש.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 3:56 pm

· #7631
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
שוין לאנג נישט געזעהן? איך מיין אז מיר האסטו נאך קיינמאל נישט געזעהן...

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:00 pm

· #7638
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
האסט נישט געהערט?

ס'טוט זיך טישן און בענק מיט די שאקירענדע נייעס

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:18 pm

· #7660
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
מ'גייט אראפווארפן דעם אנאנים פון בענקל!!!

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:24 pm

· #7668
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
האסט געמיינט וועסט אלס בלייבן אנאנים דא?

נאופס!!!

לעמיל » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:39 pm

· #7682
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
העי חברה. וואס גייט פאר? עינק האבען געהערט די לעצטע נייעס אויף קול מבשר????

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:40 pm

· #7683
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
נו מאך אונז נישט נייגעריג, וואס איז געשעהן?

לעמיל » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:41 pm

· #7685
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
אז שמאול הלוי האט שוין איבער 1100 ❗ ❗ ❗ ❗ מעכטיגע נייעס

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:42 pm

· #7686
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
נע דעס איז קאווע נייעס, נישט וואס קול מבשר האט געמאלדן.

לעמיל » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:48 pm

· #7694
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
איז זאג עפעס קאווע נייעס

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 4:53 pm

· #7696
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
ווילסט הערן אמת'ע קאווע נייעס?

איך האב שוין היינט געהאט 3 קאווע'ס, אלע זענען געלונגען, אבער ביי איינס האט זיך עס שיעור נישט געענדיגט מיט א קאטעסטראפע.

וואס האט פאסירט?

פשוט און גראד, ס'האט זיך אויסגענוצט כמעט די גאנצע מילך, און איך האב געמיינט אז ס'וועט נישט קאלעקטן גענוג אויף צו מאכן א געשמאקן קאווע און די תוצאה דערפון וועט זיין אז ס'וועט זיך דערזעהן אין מיסט קאסטן ל"ע, אבער ב"ה ס'איז געווען "פונקט גוט" ממש א מחי'.

זר זהב » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:15 pm

· #7707
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
וואטש!! האק נישט אריין אין מיר מיט דיין קאווע כאב דזשאסט געקליענט מיין סוט

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:23 pm

· #7710
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
[ציטאט אראפגענומען]

מסתמא געווען א רומער, נו נישט אלע נייעס זענען קראנט...

שרייבער » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:24 pm

· #7712
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
[ציטאט אראפגענומען]

מען קיין זיך שרייבן אנאנים און האבן געפלויגן 😂 😂 😂

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 5:25 pm

· #7713
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
חחח זאגסט גוט ר' שרייבער

nescafe » מיטוואך אפריל 25, 2012 7:26 pm

· #7733
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
האט זיך שמואל הלוי פליישיג געמאכט? פארוואס זע איך אים נישט אין דו קאווע שטובל?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 7:27 pm

· #7734
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
בין דא

nescafe » מיטוואך אפריל 25, 2012 7:31 pm

· #7735
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
אפגעאטעמט.

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 7:32 pm

· #7736
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
ב"ה

nescafe » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:10 pm

· #7755
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
האסט געהערט די לעצטע נייעס, איך גלייב עס נאכנישט,אבער אויב סאיז אמת ....זאל איך עס מעלדען?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:13 pm

· #7759
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
פארוואס נישט

nescafe » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:14 pm

· #7760
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
איינער מיט'ן נאמען שטיין האט געהאט די חוצפה און עזות צו שרייבען א קעגען דעם ............
און פון די הויעכע פענסטער האט מען אים באשריגען "שייגעץ ארויס" אין ער קען זיך בלייבען אינדרויסען פאר אייביג, למען ישמעו ויראו.
<a class="postlink" href="http://m.cnn.com/primary/wk_article?articleId=urn:newsml:CNN.com:20120425:marine-obama:1&branding=&category=cnnd_latest&pagesize=10">http://m.cnn.com/primary/wk_article?art ... agesize=10</a>

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:19 pm

· #7763
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
פארוואס קלערסטו אז ס'איז נישט אמת

nescafe » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:27 pm

· #7770
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
פון ווי נעם זיך אזא חוצפה?

שמואל הלוי » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:28 pm

· #7772
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
עקבתא דמשיחא חוצפא יסגי

יידל » מיטוואך אפריל 25, 2012 8:31 pm

· #7775
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
און איך האב געמיינט אז אין אמעריקא איז דא פרייהייט פון זיך אויסדרוקן.

קול גדול » מיטוואך אפריל 25, 2012 10:36 pm

· #7814
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
יידל
און איך האב געמיינט אז אין אמעריקא איז דא פרייהייט פון זיך אויסדרוקן.

א מארין איז דאך אבער מחיוב אויסצופאלגן די באפעלן פון די הויפט קאמאנדיר וואס דאס איז דער פרעזידענט, און ער האט געשריבן אז ער גייט נישט אויספאלגן אלע באפעלן, דערפאר איז ער מיט רעכט אויפגעזאגט געווארן.

לעמיל » דאנערשטאג אפריל 26, 2012 5:39 pm

· #8069
Re: סתם שמועסן און פלוידערייען
העי חברה! וואס איז נייעס? 😃 🙂

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 14, 2012 11:07 pm

· #12102
אוי וויי, לעמיל זוכט נייעס שוין אזוי לאנג און קיינער רופט זיך נישט אן.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 14, 2012 11:42 pm

· #12118
איך גלייב נאך יעצט אויך נישט.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 14, 2012 11:45 pm

· #12123
איך לאז זיך נישט אויספרעגן

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 8:56 am

· #12169
יישר כח ר' שמאול הלוי פארען זיך אזוי זארגען פאר מיך 👍 👍 איז טאקע מער נישטא קיין טיקוטס אדער דאנערשטיג וועט זייין ויפיל מ'וייל??

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 12:51 pm

· #12222
נא חברה די קאווע איז געלונגען היינט? די מקוה איז געוין גענוג הייס?

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 1:10 pm

· #12228
ביי מיר יא ב"ה

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 1:24 pm

· #12233
איך בין אזוי Jealous

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 2:06 pm

· #12266
לא תחמוד!
הקנאה והתאווה והכבוד...

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 2:10 pm

· #12275
סארי איך צי צירוק ביסט גערעכט

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 2:11 pm

· #12277
אלס איז דא א וועג צוריק, חוץ ווען מ'איז שוין אויפן אייביגן וועג.

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 2:12 pm

· #12280
טי מיך א טובה נאר פין דעם רעד נישט

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 2:14 pm

· #12283
איך רעד יא, יעדן טאג דארף מען עס געדענקן (ספעציעל ווען מ'איז אויפן אינטערנעט 😉 )

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 2:18 pm

· #12289
איז גיי ארבעט אין חברה קדישא נישט טרינק קאווע אין רעד פין טויטע

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 2:21 pm

· #12295
ווער זאגט אז איך ארבעט נישט דארט? גיב דיר אפוואכט ווייל באלד קום איך נאך דיר (דזשאסט קידינג 😛 )

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 2:25 pm

· #12300
אין יעצט איז אריין געקימען א סאך ארבעט???? איך הייב אן מורא האבען פין דיר

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 2:26 pm

· #12301
יאפס ס'איז גוט ביזי היינט

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 2:37 pm

· #12304
איך פוץ אפ..... איך ציטער.......

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 3:03 pm

· #12314
מ'קען נישט אפפוצן פון אונז, איך מיין אז דו ווייסט דאס זייער גוט.

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 3:06 pm

· #12319
איך פארשטיין נישט אין מיטען באגראבען זאגסטו איין מיניט איך דארף עפעס זאגען (שרייבען) אין קאווע שטיב??? א רחמנות אויף די חברה דארט

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 3:08 pm

· #12322
ווילאנג דויערט שוין צו שרייבן א תגובה?

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 3:22 pm

· #12328
נישט לאנג. אבער אין מיטען די טהרה צי זיין ביזי שרייבען אז נישט שיין

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 3:27 pm

· #12333
אקעי, ביי דיר וועל איך עס נישט טוהן אי"ה 😂
בלאט: 1 2