☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלח נא ביד תשלח!

שלח נא ביד תשלח!

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4802

מאראנצןזאפט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:54 pm

· #151468
שלח נא ביד תשלח!
אן אויפשאקלונג, א באמבע, איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער.
קוים וואס ער האט זיך בשתיקה אריינגע'גנב'ט אין א זומערדיגן מוצאי שבת, און זיינע פינגער אפדרוקן זענען שוין איבעראל.
עס גיסט זיך די פערל רייד, בתורה ובמדע, מיט א זיסן איידעלן שפראך, במתק שפתיים, בטוב דעה, עס שלינגען אלע מיט דורשט בשעה שהחכם יושב ודורש.
איר דארפט נאר בארירן א נושא, פותח זיין א פתח כחודו של מחט, און באלד נעמט זיך גיסן די גשמי ברכה, די דברי פי חכם חן כפתחו של אולם.
עס שטעלט זיך באשיינפערליך ארויס די ווייטגרייכנדע ווערטער פון חז"ל אין עירובין ל"ב א' "חזקה "שליח" עושה שליחותו"!
אהובים ידידים אחים ורעים, הגיע הזמן לומר שירה, און לאמיר אלע מאכן ערליך די ברכה: ברוך שחלק מחכמתו ליראיו!

משה געציל » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:00 am

· #151471
הרבה יותר ממה שקרא מאראנצן כתוב כאן!
אזא שליח פארדינט זיך ליבערשט א באזונדערן אשכול אינעם "אנשי שם" (אדער "אנשי ניק"...) פארום!

חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:03 am

· #151472
.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:13 am

· #151474
זעהט אויס אז איינער פון די גאר גרויסע גדולי ישראל, האט לעצטענס ליידער אנגעהויבן ניצן דעם אינטערנעט.

שליח » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:16 am

· #151491
קיינמאל נישט געהערט פון אזא מנהג, צו קרוינען א פורים רב אום חוה"מ סוכות.
וואו איז דער מקור?

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:33 am

· #151497
נאך א עניו אויך!!!

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:49 am

· #151500
שליח
קיינמאל נישט געהערט פון אזא מנהג, צו קרוינען א פורים רב אום חוה"מ סוכות.
וואו איז דער מקור?


איר זענט נישט קיין פורים רב, אבער נישט צו לאזן אייער שאלה אומגענטפערט, וועל איך דא צוברענגן דעם מקור:

www.youtube.com/watch?v=mSZr5Rpo8qU

יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:15 pm

· #151531
הריני מצטרף בצירוף כל חרטומי בית הקפה להכתיר הרב החכם אשר כל רז לא אניס ליה "שליח" לרב גאב"ד דבית הקפה, ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו.
הק' רב יאיראי סבא
(ובמאמר המוסגר, מעודי התפלאתי, מאחר שכמה גדולים מעשה שליח זה, מה עצמו מעשיהם של משלחיו!).

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 12:19 pm

· #151532
מאשפות ירים שליח....
אריינגעקומען מיט א שווערע פעקל, ממש ווי א חוטב עצים..
און ווערט נתעלה צו ראשיכם שבטיכם.

שליח » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:48 pm

· #151541
א פריוואט בריוועלע צו דער וואס דרייט אהן די מבצע מחזק צו זיין דעם צובראכענעם חוטב עצים און אויפהייבן מיין גאוה דקדושה. וויבאלד כ'ווייס נישט מנן ומאן הוא שטעל איך עס אהער, די סדרנים זאלן עס צושיקן, ביטע.
חרם דרבינו גרשום, נישט ליינען בלי רשות בכתב.


---

לכבוד ר' עסק שאינו ניכר שליט"א.
איר טוט אן אויסערגעווענליכן דזשאב! כ'זאג אייך בנאמנות, איר ווייסט נישט ווי גרויס די מצוה איז! כ'קען נוצן יעדעס טראפעלע חיזוק!
כ'זאל אייך פארציילן אביסל? דעם סוכות, למשל, האב איך געהאט אן ערנסטע צד צו נעמען א לעמאן אין שול אנשטאט אן אתרוג, אויסנארן די גאנצע שטאט ביי די נענועים אונטערן טלית. כ'מיין, איינער וועט דען בכלל קוקן אויף דעם יוד מיט די פארלאשענע אויגן אויסגעדרייט צום כותל המערבי, וואס קוקט אריין אין סידור'ל נאך דרום זיכער צו מאכן אז נעקסט שאקלט מען צו צפון?
און יעצט, קומט איר, ובטובך הגדול האט איר געמאכט פון מיר א גאנצער יש! ווי דער רמב"ם שרייבט שוין אז עיקר השמחה איז משמח צו זיין נפש האומללים, שכרך הרבה מאוד. מ'זעהט באשיינפערליך אז פון הימל שיקט מען אייך צו א זכות בעפאר הושענא רבה, ווי ס'שטייט אין זוהר דורנא הוא דשגר קמי', אשרי משכיל אל דל!
יישר כח, א צופרידענע קאסטומער.

נ.ב. אויב מעג איך אביסל קאנסטרוקטיווע קריטיק, בעסער גיסט נישט קיין ימ'ען אויפאמאל, נאר ריוח תשימו בין עדר לעדר. ווען איר זעהט שנתגברה השחורה ר"ל שיקט אונטער נאך אביסעלע.
תזכו למצוות, הנ"ל.


---

[ציטאט אראפגענומען]


ותתפעם רוח שליח שרוח, וואס איז נאכדעם געשעהן? געווארן א משולח?

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 1:58 pm

· #151546
נאך זייער א שטארקע מעלה האט @שליח אז ער האט נישט מורא צו ניצען די לייק קנעפעל נאר ער פארגינט פאר יעדעם לייקס.

וכאן המקום לעורר האט נישט מורא צו ניצען די לייק קנעפעל!!!

הערשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:36 am

· #151719
חלמא חזינא הוות,
ארכין שמיא לוות
עינא.
וארו לבושיה חיורא כתלגא
מתיבא, ומשיריה מתפלגא
בדינא,
זכוותיהון וחביהון דבאי
בי קפה ומילהון משתעי
קדמיה.
מנא מנא תקל ופרסין,
מלין לצד עלאה ארסין
מתאמרי,
לקבלון כתביא אתיין
דמילוי יקירין ומעליין
לגמרי.
להובידא ביש ושבבא,
איפכא, זכאה לשיזבא
ודעמיה.

ענת סנגוריא בבעי,
כענא דליתהון רעי
כנישתא
הוות, מני עלהון דברא,
דמעלייא להון יסברא
מבאישתא.
בגזירת עירין קדישין,
אמרין רוחין נפישין,
הא אנא.
איסתמך רוחא יקירתא,
דמנדעין ורזין גמירתא
כולא,
נחתא באוחי כוות גירא,
רוחא דמתעדתא לאנהירא
לגולא.
והכי נסבית לה שמא
שלוחא, כמא דתימא,
אשתלחנא.

ושרי שלוחא לאוכחא,
מהימנא רחים, ודחא
זעפא.
אתעתד כחתנא דאורייתא,
ופלי סרבתא ממשרייתא
דקפה.
אתעתד כחתנא דקדמין,
בתיובתין תקיפין זמין
תדירא.
אתעתד כחתנא דפטירא,
למפטר עלמנא דא זעירא
מחיובא.
נעביד לחתנא מטללתא,
ושירותא משמנין וסלתא
טובא.
ביומא דחדוותא דאורייתא,
אפריון נמטי ליה בסייעתא
אדירא.

ליקום, ליקום, ליקום, מרנא ורבנא שלוחא בר עלאין חתנא דאורייתא, חתנא דקדמין, וחתנא דפטירא.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:37 am

· #151720
גוגל, ביטע טראנסלעיט.

הערשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 3:59 am

· #151722
שמעקעדיג
גוגל, ביטע טראנסלעיט.


זיי מעביר סדרה יעדע וואך שמו"ת וועסטו פארשטיין.

הערשי » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 5:04 pm

· #151827
שמעקעדיג
גוגל, ביטע טראנסלעיט.


געפונען אין חומש בית יודא

אין חלום איז דאס געווען
ווען איך האב געזען
די הימלן געבויגען
צו מיינע אויגן
און נון זיינע קליידער ווייס ווי שניי
זיצט, און זיין סוויטע צוטיילט אין צוויי
אין משפט
די זכיות און די שלעכט רייד פון די באזוכער
אין קאווע שטיבל און זייערע תגובות אויסגעשמועסט
פאר אים
מ'ציילט, מ'ציילט, מ'וועגט, און ס'איז צוטיילט
בייסיגע ווערטער כלפי שמיא
ווערן דאך דארט געזאגט
מצד שני זענען פארהאן שרייבער
וואס זייערע ווערטער זענען טייער און גוט
לחלוטין
זאל מען באשטראפן די שלעכטע און זייערע שכנים
אדער פארקערט, ראטעווען די גוטע
מיט זייערע נאכשלעפער

רופט זיך אן די סנגוריא מיט א געבעט
ווי שאף אנע פאסטוך
די גרופע
איז, שטעל איבער זיי א פירער
וואס גוטס זאל ער זיי ערקלערן
פון שלעכטס
אויפן רוף פון די הייליגע מלאכים
רופן זיך אפ פיל נשמות
און זאגן, אט בין איך!
האט מען געשטעלט איין טייערע נשמה
וואס וויסנשאפט און פארבארגענישן האט זי געלערנט
אלעס
זי האט גענידערט גיך ווי א פייל
די נשמה וועלכע איז אנגעגרייט צו באלייכטן
די גלות
און אט אזוי האט זי א נאמען גענומען
שליח, כלומר צו זאגן
איך בין געשיקט געווארן

און שליח האט זיך גענומען טענה'ן
אמונה גלייכט ער, און שטויסט אפ
פארדארבענקייט
ער שטעלט זיך אוועק ווי א חתן (חסנא = פארטיידיגער) תורה
און רוימט אויס ווידערשפעניגקייט פון די מחנה
פון קאווע
ער שטעלט זיך אוועק ווי א חתן בראשית
מיט תשובות נצחות גרייט
שטענדיג
ער שטעלט זיך אוועק ווי א חתן מפטיר
ווייל ער האט גע'פטר'ט אונזער קליין וועלט'ל דא
פון שטראף
לאמיר אויפשטעלן פארן חתן א חופה
און א קידושא רבא מיט גוטע שפייזן
פיל
אין דעם טאג שמחת תורה
לאמיר אויסדרוקן אים א הערצליכן דאנק מיט אן עולם
א גרויסער

מאראנצןזאפט » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 7:50 pm

· #151858
הערשי, ווערטערלאז, ועל זה קא כוון התנא באומרו הווי רץ כצב"י לעשות רצון אבינו שבשמים!
לעטרת צב"י, ולצפירת תפארה!

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 6:16 am

· #151928
א דאנק, הערשי! הערליך!
נאך א מזל איך בין נישט מעביר סדרה יעדע וואך! (עכ״פ לשיטתך...)

אביגדור » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 1:00 am

· #153237
וכבולעו כך פולטו.

שליח » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 2:32 am

· #153255
מיין יעצטיגע אפוועזנהייט איז נישט צוליב דעם (ישיבה האט זיך נאכנישט אנגעפאנגען), נאר צוליב אנדערע סיבות (אריינגערעכנט אז די קאווע איז געווארן בריעדיג הייס, האפנטליך נאר צייטווייליג). אבער מפי השמועה למדנו טאקע אז דער משגיח האט אריינגעלייגט גרויס מיה אז ס'זאל נישט זיין פון וואו צו שעפן wifi אינעם געגנט פון ישיבה, וועט מסתמא נעמען אפאר וואכן ביזן טרעפן פרישע מקורות יניקה.

מאטי » מיטוואך אקטאבער 2, 2013 3:37 am

· #153258
עפעס אביסל זידיטשובער וויי פיי אויך נישט?

כוכב » מאנטאג אפריל 22, 2019 1:08 pm

· #428857
שליח איז דא, ברענגטס וואסער, כ'חלעש.

מי אני » זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:39 pm

· #434644
Re: שלח נא ביד תשלח!
[ציטאט אראפגענומען]

זמירות שמענו ״צבי״ (ישעיה כד טז)...