☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS

ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #48

יידל » דאנערשטאג מערץ 1, 2012 7:32 pm

· #237
ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS
א גאר פרייליכע בשורה קומט אן דורך וואס איז נייעס. די גיגנאטישע ספרים פובלישינג פירמע, ארטסקרול, האלט איצט אין די לעצטע שטאפלן פון פארוואנדלען זייער וועלט בארימטע תלמוד בבלי מהודרת שוטנשטין אין אן עפפ (app) וועלכער וועט לויפן אויף די iPhone, iPod touch און iPad. ווי וואס איז נייעס באריכטעט איז Rusty Brick דער דעוועלאפער פונעם עפפ. ראסטי בריק, וועלכע זענען באקאנט מיט זייער אויסערגעוונטליכע פארגעשריטענע עפפס, ובפרט מיט זייערע אידישע עפפס, האט אין א בלאג פאוסט געלאזט וויסן אז דער פראיעקט איז גאר א גרויסער, און דער תלמוד איז נאר דער התחלה. ראסטי בריק רעכנט אויס א חלק פון די פיטשערס וואס די עפפ גייט פארמאגן:

Page Syncing
Place Tracking
Extra Hand
Page Fusion
Hybrid Page
Floating Translation
Quick Scroll
Integrated Notes
Page Mapping
Color Coding
Show It To Me
Find It For Me
Advanced Search
Daf Yomi Map
Daf Yomi Calendar
Automatic Delivery
Monthly Subscriptions
Resizable Text
Notes
iPhone, iPad Support


אויף יו-טוב האבן זיי געפאוסט א ווידעא ווי געוויסע פיטשערס ווערן ברייט אויסגעשמועסט, עס איז כדאי צו קוקן כדי צו כאפן א שטיקל השגה פון דעם פענאמענאלן פראיעקט.

די שאלה איז נאר וואס דער פרייז גייט זיין. על פי חשבון, דארף עס זיין ביליגער ווי די געדרוקטע בענדער, כדי דער עפפ זאל גיין. פון צווייטען זייט קען עס נישט זיין צופיל ביליגער. אויף עמעזאן איז עפ"ר אן אי-בוך נישט צופיל ביליגער ווי דער געדריקטער בוך. (עפ"ר צוויי דריי דאלאר ביליגער).

לויט ווי הרב נתן שערמאן זאגט איז אין די עפפ אריין ארום 5 מיליאן דאלאר. דער עפפ וועט געלאנטשט ווערן בעז"ה און צייט פאר די נייע דף היומי מחזור, דעם זוממער.

טעמפא » דאנערשטאג מערץ 1, 2012 8:07 pm

· #240
Re: ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS
פיינע נייעס! איך קען קוים ווארטן פארן ריליעס! וואס גייט זיין דער אימפעקט אויף דער אנטי אינטערנעט / טעכנעלאגיע קאמפיין? מ'רעדט דאך דא פון עפעס וואס וועט רעוואלוציעניזירען די מארקעט! איך האב הנאה דעהאט צו זען ווי הרב שערמאן פארענטפערט זיך אז הרב גיפטער האט געזאגט אז מ'דארף איינשפאנען טעכנעלאגיע פאר תורה.

ס'געפעלט מיר אויך שטארק די געפלאנטע פיטשור פאר ווערסיע 2 אין וועלכע מ'וועט קענען נוצן פעיס-טיים צו לערנען מיט א חברותא, און דער חברותא וועט קענען אנצייכענען דעם מקום ווי מ'האלט. מער וועט מיין חברותא זיך נישט קענען ארויסדרייען אין די זומער אז ער פארט אין קאנטרי און ס'איז אים אומבאקוועם צו לערנען אויפן טעלעפאן...

Starbucks » פרייטאג מערץ 2, 2012 3:24 am

· #271
Re: ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS
איך האב מורא אז שבתים און ימים טובים וועט מען מער נישט לערנען, דער עולם וועט ווערן גוט געספוילט און מען וועט נישט האבן קיין נערוון צוריקצוגיין צו די פאפירענע ספרים.

גדעון » זונטאג מערץ 4, 2012 12:43 am

· #354
Re: ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS
קען איינער מוחל זיין לייגן א לינק צום קליפ,

שכח,
הק' גדעון

גדעון » זונטאג מערץ 4, 2012 12:47 am

· #356
Re: ארטסקרול גייט ארויסגעבן א שוטנשטין תלמוד app פאר iOS
נישט באמערקט, שכח

יידל » מאנטאג יולי 30, 2012 11:46 pm

· #30091
די עפפ איז שוין דא צו באקומען, מ'קען עס דאונלאודען בחנם, און מ'באקומט די ערשטע 7 בלאט פון ברכות בחנם.

עס עפעס » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 2:53 pm

· #31236
דער נייער "עפפ" ווערט העפטיגע געדעקט דורך די גוי'אישע פרעסע. אט איז א לענגערע ארטיקל איבער דעם אינעם "אטלאנטיק"

<a class="postlink" href="http://www.theatlantic.com/technology/archive/2012/08/etalmud-the-ipad-future-of-the-ancient-text/260605/">http://www.theatlantic.com/technology/a ... xt/260605/</a>

יידל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:38 pm

· #146566
לעצטנס ארויסגעקומען די עפפ פאר ענדרויד, ואנכי לא ידעתי. ע"פ השמועה קען מען באקומען איין מסכת בחנם אלץ פראמאושען. <a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.artscroll.digitallibrary">https://play.google.com/store/apps/deta ... tallibrary</a>

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:41 pm

· #146569
יידל
לעצטנס ארויסגעקומען די עפפ פאר ענדרויד, ואנכי לא ידעתי. ע"פ השמועה קען מען באקומען איין מסכת בחנם אלץ פראמאושען. <a class="postlink" href="https://play.google.com/store/apps/details?id=com.artscroll.digitallibrary">https://play.google.com/store/apps/deta ... tallibrary</a>

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/142212">viewtopic.php?p=142212#p142212</a><!-- l -->

לעיקוואד » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:20 am

· #146716
די צביעות פון ארטסקרול