☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » BBM messenger for Android

BBM messenger for Android

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4795

געלט » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 10:04 pm

· #151208
BBM messenger for Android
עס איז שוין דא ציבאקימען BBM for androidhttps://play.google.com/store/ap ... enger.free

געלט » מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 10:11 pm

· #151211
http://blogs.blackberry.com/2013/09/bbm ... 1379807723

אביגדור » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:43 am

· #151252
איך נפלו גיבורים במלחמה!

משה געציל » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:46 am

· #151255
אראפ פון?

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 1:54 am

· #151256
איינער האט עס געטרייט??
image.jpg

לאליפאפ » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 4:57 am

· #151266
נישט געטרייט אבער לאגיש שטימט אלעס ווייל אין ניו זילנד איז שוין ריליעסד ביביבעם.
אני הקטן נוץ אויך פארשידענע לענדער צו קענען דאונלאודן געוויסע עפפס.

משולם שטיינפעלד » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 9:00 am

· #151270
קען מען טוישן לאנד אויף אנדרויד אויך?

אבי גערעדט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 10:22 am

· #151276
אזוינע שלימזלים ולוזערס די בלעקבערי פירמע

רוזעוולט » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 2:05 pm

· #151313
משולם שטיינפעלד
קען מען טוישן לאנד אויף אנדרויד אויך?

גם אני מצטרף

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 11:40 pm

· #151465
די עפפס זענען דערווייל אויף HOLD

http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2424691,00.asp
http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=12950

park ave » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:57 pm

· #151673
bbm
📎 IMG-20130923-WA0028.jpg

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:41 am

· #152429
אזוי אמת!!
image.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:36 pm

· #157773
איינער דארף עס נאך?

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:38 pm

· #157774
יא!!

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:40 pm

· #157777
סאשי פיש
יא!!

אפשר זאגסטו מיר די מעלות דערפון מער ווי וואטס-עפפ?

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 2:23 pm

· #157788
איז די לינק גוט?
https://itunes.apple.com/us/app/bbm/id6 ... ?ls=1&mt=8

לעמיל » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 2:48 pm

· #157791
@אנאנים עס ארבעט ביי דיך? ביי מיך מאכט עס קונצען

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:12 pm

· #157796
וואטסעפפ האט א מאקסימום פון 50 קאנטאקטס פער גרופע. איך בין נייגעריג אויב בב"מ האט מער פון דעם?

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 3:16 pm

· #157798
[ציטאט אראפגענומען]

ווער עס האט זיך אויפגעסיינט אויף אימעיל קען עס שוין ניצען,
זיי זאגען אז 6 מיליאן מענטשען זענען אויפגעסיינט,
איך בין איינער פון די 6 מיליאן...
און איך קען עס שוין נוצען!
איך האף אז די @אנאנים וועט נישט מקנא זיין

געפילטע פיש » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 5:15 pm

· #157816
שמעקעדיג
וואטסעפפ האט א מאקסימום פון 50 קאנטאקטס פער גרופע. איך בין נייגעריג אויב בב"מ האט מער פון דעם?

אויך דענק איך גוט, איז עס בזמנו געווען 30.

פרישער » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 9:14 pm

· #157857
איך האב גענידערט דעים עפ, איך האב געקלערט אז בלעקבעלי'ס חסרונות וועלן נישט שולט זיין אויף מיין דרויד, איך האב ג'טעות'ט, עס האט גענימען שיעור חימץ ביז איך האב זיך דערזעין מיטן שמייכל, האב איך געקלערט איך ברויך נאר אריין קנעפן מיין אימעיל איך איך בין א שטיק בלעקבערי פאר אייביג, מיט א לשם יחוד האב איך מיט כוונה געדריקט קענפל נאך קנעפל, מיט א אינערלעכע פרייד ,אט אט וועל איך שוין זיך דערמאנען מיינע ערשטע ב"ב צייטן גלייך ווען איך בין אריין געפאלן אין דו שערי טומאה, גראד אין שאול טאשקע אריין,
איך ענדיג דעים ענדע מעם פין דאט קאם, איך אטעם אפ איך עפען מיינע אייגעלעך ברייט, איך ווארט שוין קוים צי קענען האבן מיין נייע פין, אבער ב"ב זאגט מיר אז איך בין אין א לאנגע ליניע, אויש ב"ב עט איץ בעסט, זיי האבן אנגעמייכנט ווידער אמאל, פארוואס לאזן זיי נידערן עפפס וואס מען קען נישט עפענעפן, האט שוין איינמאל איינער גענידערט סיי וואסארא עפ פין דרויד שפיל וואס האט נישט על אתר געארבייט, דעיס האט מיר דערמאנט אלע מיינע אלטע ווייטאגען וואס איך האב געהאט מיט מיין ב"ב, וואס האט קאמיטעד א אימקער צים שכונה הקדושה דורך אראפ טראסקען פינעם וויליאמסבוגער בריק אריין אין דו מיזרח וואסער, צים גיהנם מיט ב"ב

משה געציל » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:14 pm

· #157866
איך בין נייגעריק וויפיל פון די וואס האבן געלאדענט דעם עפפ זענען נישט דורך דעם מציצה בפה פראצעדור... אה! דער רבי זכיתו יגן עלינו פרייט זיך זיכער בשמי מרומים זעענדיג ווי טראץ דעם ביטערן גלות זענען אידן נישט משנה קיין זוז כל שהוא...
#ביביעםפארדירעסטאףיארלייף

ניו יארק » מאנטאג אקטאבער 21, 2013 11:33 pm

· #157867
@LoudAnClear: More people have signed up for BBM in 3 hours then for Obama Care in 3 weeks...

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 12:16 am

· #157872
פרישער
דעיס האט מיר דערמאנט אלע מיינע אלטע ווייטאגען וואס איך האב געהאט מיט מיין ב"ב.

בני בית?

סאשי פיש » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 7:50 am

· #157893
ווער עס דארף מיין בבמ פין עס איז בייגעלייגט דא אונטען..
📎 Pin.jpg

שושן פורים » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 1:45 pm

· #157938
עני איידיע ווילאנג די ליין איז , און ווילאנג עס דויערט אנצוקומען?

פרישער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:48 pm

· #157952
אה!! נישט לאנג, לכאורה נאר עטליכע חדשים

אליצפן » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 3:42 pm

· #157958
פרישער
אה!! נישט לאנג, לכאורה נאר עטליכע חדשים

פרישער טעיק איט איזי! איך האב אויפגעסיינט נאך ווינציגער פון צוועלף שעה אויפן ליניע. סך הכל ווילן זיי נישט ס'זאל האבן אזא פנים ווי אבאמא קעיר, און קראכן צוליבן גרויסן פארלאנג. לויט אבאמא'ס לאגיק איז דאס גאר א גוטע זאך ווייל ס'ווייזט אויפן גרויסן דימענד.

מסכת גירושין » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:06 pm

· #157984
ווער וויל טשעטן אויף bbm? כ'האב נישט קיין איין קאנטאקט דארט.

לעמיל » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:09 pm

· #157989
וואלט נישט געוועין א שלעכטע זאך צו מאכען א גראופ אויף bbm

אליצפן » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:22 pm

· #157996
לעמיל
וואלט נישט געוועין א שלעכטע זאך צו מאכען א גראופ אויף bbm

נא אדרבה, הייב אן. כ'האף נאר ס'וועט האבן א בעסערע סוף ווי דער cnectd גרופ.

פרישער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 8:50 pm

· #158048
אכטינג אכטינג יעדער זאל וויסען אז איך בין שוין באוויליגט געווארן ביי בלעק בערי, זיי האבן שוין מיך געגעיבן א איידי, געמיינט האב איך אז איצט איז שוין אלעס אינדע ארדענונג, אפאַג, איך ברויך איצט געיבן יעדן מיין ציפער, אזוי אלט מאדיש, אזא נערישקייט צו בכלל ווארטן דערויף, איך וויל עס פליפן, אויב איינער איז דערויף נייגעריג, א שאד יעדע מעניט געוועין, זיי זענען אינטערשטעליג פון וואצעפ מיט עטליכע יאר, און מיינע אויגן איז עס א געוואלדיגע פלאפ.

געפילטע פיש » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:56 pm

· #158053
איך בין די לעצטע מענטש זיך אנצונעמען פאר דיין ב"ב, אבער דאס איז גראדע א סעקיוריטי פיטשער.אז קיינער קען נישט טשעטן מיט דיר אדער זעהן דיין פרופיל אן א פערזענליכע איינלאדענונג

פרישער » דינסטאג אקטאבער 22, 2013 9:58 pm

· #158054
גריידע הער איך אז נעקסטעל וויל ארויסלאזן א עפפ פאר אלע דריי פלאטפארמעס, איך קען קוים ווארטן, אין שיל ביי דו שטילע, פריפ פריפ טאטי טאטי קאם אין פליז ברעינג אהיים א מילאאאאאך