☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » וואו קען מען קויפן?...

וואו קען מען קויפן?...

114 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4791
בלאט: 1 2 3

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:32 pm

· #218752
עס איז א לעפ טאפ

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:45 pm

· #218757
איך פארשטיי. אבער וואספארא קאמפאני? כאטש א לינק?

לעמיל » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 1:58 pm

· #218767
שמעקעדיג
איך פארשטיי. אבער וואספארא קאמפאני? כאטש א לינק?

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/dp/B00FU83YWS/?tag=googhydr-20&hvadid=53466086249&hvpos=1t3&hvexid=&hvnetw=g&hvrand=8091407878782501582&hvpone=396.99&hvptwo=&hvqmt=b&hvdev=c&ref=pd_sl_3o1si5t7y6_b">http://www.amazon.com/dp/B00FU83YWS/?ta ... 1si5t7y6_b</a>
עפעס קוקט עס מיך אויס זייער אלט

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:04 pm

· #218769
נישט שלעכט, כאטש מען קען צומאל טרעפן אביסל ביליגערס,
די ערשטע רעוויו (פון עטליכע הונדערט) איז ס"ה פון אנהויב 2014, ממילא קען עס נישט זיין צו אלט.
לענאווא האט זיך קיינמאל נישט אויסגעצייכענט מיט שיינע נייע דעזיינס, זיי זענען פשוט און אלטמאדיש, אבער גאנץ פיינע קוואליטי.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:26 pm

· #223198
ווי קען מען קויפען פאר ביליג Crocs
ווי קען מען קויפען פאר ביליג Crocs. ס' מיז נישט זיין עכטע. איך פלעיג קויפען אין די 99 סענטס סטאר באר לעצטענס איז זייער קוואלעטי זייער זייער שוואך

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 8:46 pm

· #223247
א קעניג זאל גאר גיין מיט פאלשע 99 צענטיגע קראקס? ומה יענו אזובי הקיר.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:11 pm

· #223297
וואס קען מען טוהן. אזוי זעהט אמעריקע אויס. ס' ליידער דא גרויסע דעפיסיטען. ווי קען מען זיך ערלויבען שיינע 'עכטע' Crocs ווען דאס לאנד איז אין אזא מצב.

ישמעאל הכהן » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:48 pm

· #223877
ביליגסטע געשעפטען - רוף עס די קמצן אשכול
מיר זוכן דעם ביליגסט'ן אידישע הארדוועיר סטאר אין ברוקלין. נישט די שענסטע נישט בעסטע נישט העפליכסטע נישט סערוויס, איך וואטש אויף יעדן פעני. איז ווער איז דאס ביליגסטע פון עקספיריענס? יש'כ

הרב_שלום » זונטאג אקטאבער 5, 2014 12:43 pm

· #227419
ווי אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג קען מען קויפען קליינע miniatures פאר א מאדעל סוכה?

כוכב » מיטוואך אקטאבער 8, 2014 10:39 am

· #228253
א צוזאםלייג בעט אין בארא פארק?

קאסטנער » זונטאג אקטאבער 26, 2014 6:16 pm

· #230608
די קעניג פין אמעריקע
ווי קען מען קויפען פאר ביליג Crocs. ס' מיז נישט זיין עכטע. איך פלעיג קויפען אין די 99 סענטס סטאר באר לעצטענס איז זייער קוואלעטי זייער זייער שוואך


דיסקלעמער:אויב זענען מיינע דיבורים נישט בכבוד פארן קעניג ביטע מיך פארגעבען
תודה
מיר זענען געווען שאפינג אין וואדברי קאמאן מאל לעבן מאנרא פאר א קורצע צייט צריק זענדיג די קראקס סטאר האב איך מיר דערמאנט אז איך קען ניצן א פאר
ביים באצאלן גרייט צי באצאלן די 35$ זאגן זיי מיר אז יעצט איז עס פאר ביליג
וויפל פינקטליך געדענק איך נישט אבער ווייניגער ווי האלב פין די רעג. פרייז
ווי אפט זיי האבן דאס ווייס איך נישט אבער אז מרעד פין א מאנראר איז גיט צי וויסן אז ביי זיי איז אויך אמאל דא מציאות

שמעון וואלף » מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 2:35 pm

· #240979
די וועידשעס זענען ב"ה ארויף און ס'איז צייט צו קויפן העלטה אינשורענס. איך קען אפאר יונגעלייט וואס טיען אין אינשורענס, אבער ווען כ'האב זיי געריפן זאגן זיי מיר אז זיי פארקויפן בלויז קאר, לייעביליטי און ווארקערס קאמפ. אינשורענס.

ווייסט איינער פון א היימישער העלטה אינשורענס בראוקער?

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 12:30 pm

· #241189
איך האב אמאל געזען א הערליכע ספר וואס האט צאמגענומען 100 תירוצים אויף דעם בית יוסף'ס קשיא
די מחבר איז הרב זעלצער פון ב.פ.
ווייסט אפשר איינער ווי מ'קען דאס באקומען

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 10:50 pm

· #241337
אויף די אבאמע קער עקסדזשענש קענסט איינהאנדלן אינשארנס. זיי באתלן א חלק פון דיין פרימיאם, אפהענגיק וויפיל די פארדינסט.

יין שרף » מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:10 am

· #241349
נולד מאוחר
אויף די אבאמע קער עקסדזשענש קענסט איינהאנדלן אינשארנס. זיי באתלן א חלק פון דיין פרימיאם, אפהענגיק וויפיל די פארדינסט.

@שמעון וואלף אויב קויפסטו אבאמאקעיר, דאן מאך זיכער אז דיין דאקטערס אפיס נעמט די פלאן וואס דו נעמסט.
אפילו זיי נעמען יענע אינשורענס קאמפעני, נעמען אסאך (גאר אסאך!) דאקטוירים נישט אן די ספעסיפיק פלאן וואס אבאמאקעיר אפפערט.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:42 pm

· #242008
איך האב שוין אמאל געפרעגט דוכט זיך (מסתמא ערגעץ-וואו איבער די הונדערט + בלעטער פון זאכן וואס כ'וויל וויסן),
וואו קען מען קויפן די האנטוכער וועלכע זענען מער הארט און שטעכעדיג? אין געוויסע מקוואות איז עס דא, ממש א מחי' זיך צו ווישן דערמיט, רוב האטעלן שטעלן אויך צו די זעלבע סארט; אבער אין אלע לאקאלע (אידישע און גוי'אישע) געשעפטן טרעף איך נאר די ווייכע סארט, און ווען איך סורטש אנליין פאר די 'בעסטע האנטוכער', שיקן זיי מיר אלע לינקס צו די סאפט-קאטטאן האנטוכער, בעת איך זוך דאס פארקערטע... ניטעמאל ווייס איך וואס צו סורטשן פאר!
עני איידיע??

רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:40 pm

· #242028
<a class="postlink" href="http://ths.gardenweb.com/forums/load/laundry/msg0512525730782.html?13">http://ths.gardenweb.com/forums/load/la ... 82.html?13</a>

Try also googling rough towels. The link is the firs result.

הרב_שלום » דינסטאג מערץ 3, 2015 2:14 pm

· #256933
1 galon benjamin morre white enamel
16.5" x 16" x 3.4" shelf
56.75" x 16" shelf
a pipe cutter
Heavy duty laundry baskets 16" x 22"
Sanding Paper Black deckor mouse sander

ביטע ארויס העלפן ווי מען קען קויפן די זאכען

petergrifin » דינסטאג מערץ 3, 2015 9:57 pm

· #257017
Lumber yard
Home Depot
Lowes

Big Boy » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:44 pm

· #257867
שמעקעדיג
איך האב שוין אמאל געפרעגט דוכט זיך (מסתמא ערגעץ-וואו איבער די הונדערט + בלעטער פון זאכן וואס כ'וויל וויסן),
וואו קען מען קויפן די האנטוכער וועלכע זענען מער הארט און שטעכעדיג? אין געוויסע מקוואות איז עס דא, ממש א מחי' זיך צו ווישן דערמיט, רוב האטעלן שטעלן אויך צו די זעלבע סארט; אבער אין אלע לאקאלע (אידישע און גוי'אישע) געשעפטן טרעף איך נאר די ווייכע סארט, און ווען איך סורטש אנליין פאר די 'בעסטע האנטוכער', שיקן זיי מיר אלע לינקס צו די סאפט-קאטטאן האנטוכער, בעת איך זוך דאס פארקערטע... ניטעמאל ווייס איך וואס צו סורטשן פאר!
עני איידיע??



Doesn't it become hard from washing it many times?

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 18, 2015 12:01 pm

· #259539
א שטארקע אבער נישט צו טייער ספרים שראנק
מוז נישט זיין פענסי

איך אויך » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 4:42 am

· #259733
IKEA.

איך אויך » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:15 am

· #266132
אויף דיין ניק איז נישטא?

רפאל » דינסטאג מאי 12, 2015 12:14 pm

· #274392
מיין ווייב זוכט צו קויפן א שיינע חתונה קלייד אין ווימ"ס פאר א שוועסטער'ס חתונה. דערווייל האט זי נישט געקענט טרעפן עפעס צו די זאך. קען איינער ארויסהעלפן?

חכם עתיק » דינסטאג מאי 12, 2015 12:23 pm

· #274394
אין ב.פ. איז דא עטליכע געשעפטן דערפאר

רפאל » דינסטאג מאי 12, 2015 12:41 pm

· #274407
חכם עתיק
אין ב.פ. איז דא עטליכע געשעפטן דערפאר

ש'כח. אבער איך זוך אין ווימ"ס.
[ציטאט אראפגענומען]

צייכן כאטש צי עטליכע מראי מקומות.

samiam » זונטאג יולי 26, 2015 10:23 pm

· #291865
הויזן
איך זיך צו קויפן א גיטע פאר הויזן אנליין. G&G האט שוין געמאכט גענניג געלט פון מיר
It's time to move on.
איך זוך א סימפל שווארצע הויזן good
quality, decent price
ס'איז דא אזוי פיל אנליין ווי הייב איך אן.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יולי 26, 2015 10:26 pm

· #291869
ג״א מצטרף לכל הנ״ל. כהאב שוין געטרייט אונליין אבער די גויאישע הויזען האבען א טייטע קראטש אין סדריקט ווי סברויך נישט.

פרייוויליג » זונטאג יולי 26, 2015 10:27 pm

· #291872
נסעתי לטארגעט ונשעתי.

ירא שמים » זונטאג יולי 26, 2015 10:32 pm

· #291877
כ׳זוך צו קויפן ...
כ׳זוך צו קויפן די ביליגסטע ענדרויד פאון וואס שייך אויף צו נוצן נאר מיט ווייפיי פאר גאר בעיסיק זאכן אבער ס׳זאל ארבעטן כזאל נישט דארפן דריקען זיבן מאל אויף יעדן אות ס׳זאל ארויפקומען עני רעקאמענדעיששאן ?

פאפיטעס » זונטאג יולי 26, 2015 10:45 pm

· #291885
גאלאקסי האט א שטיקל שותפות מיט גרויסע קאמפעניס ווי מעטרא פי סי עס, בוסט מאביל, ספרינט, וכו' וואס זיי געבן הויעכע קוואליטעט גאלאקסי טעלעפאנען וואס די אויבנדערמאנטע קאמפעני פארקויפט עס אונטער אן עקסקלויסיווע אפמאך פאר א שפאט ביליגן פרייז,
קוק אן למשל די גאלאקסי פריוועיל פון באסט מאביל פאר $100 אדער די גאלאקסי עווענט פון מעטרא פאר 150
וואס סאיז פונקט גוט פאר איינעם וואס דארף נאר ציקומען צו וויי פיי און די סערוויס איז נישט דאס עיקר

ירא שמים » זונטאג יולי 26, 2015 10:49 pm

· #291888
Re: כ׳זוך צו קויפן ...
אבער די פרייזן זענען נאר פאר דער וואס צאלט פאר סערוויס נישט אזוי?

samiam » זונטאג יולי 26, 2015 11:05 pm

· #291897
Re: וואו קען מען קויפן?...
ירא שמים
כ׳זוך צו קויפן די ביליגסטע ענדרויד פאון וואס שייך אויף צו נוצן נאר מיט ווייפיי פאר גאר בעיסיק זאכן אבער ס׳זאל ארבעטן כזאל נישט דארפן דריקען זיבן מאל אויף יעדן אות ס׳זאל ארויפקומען עני רעקאמענדעיששאן ?

<a class="postlink" href="http://www.bhphotovideo.com/bnh/controller/home?O=&sku=1032375&gclid=CNKzgdSp-sYCFcsXHwodSF8G3g&is=REG&m=Y&A=details&Q=">http://www.bhphotovideo.com/bnh/control ... details&Q=</a>

ירא שמים » זונטאג יולי 26, 2015 11:14 pm

· #291902
Re: וואו קען מען קויפן?...
ישר כח סזעט אויס גוט האסט עקספיריענס מיט עס ?

petergrifin » זונטאג יולי 26, 2015 11:59 pm

· #291934
samiam
איך זיך צו קויפן א גיטע פאר הויזן אנליין. G&G האט שוין געמאכט גענניג געלט פון מיר
It's time to move on.
איך זוך א סימפל שווארצע הויזן good
quality, decent price
ס'איז דא אזוי פיל אנליין ווי הייב איך אן.


אסאך אידישע בעלי מלאכה טראגן

<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Dickies-Mens-Original-874-Work/dp/B00DBY4LAC">http://www.amazon.com/Dickies-Mens-Orig ... B00DBY4LAC</a>

קענסט עס קויפן אין ב.פ. און מסתם אלע אידישע געגנטער. עס איז אביסל מער fitted.
װי אויך האט עס נישט קײן cuffs.

BAL TSHIVA » מאנטאג יולי 27, 2015 12:05 am

· #291936
samiam
איך זיך צו קויפן א גיטע פאר הויזן אנליין. G&G האט שוין געמאכט גענניג געלט פון מיר
It's time to move on.
איך זוך א סימפל שווארצע הויזן good
quality, decent price
ס'איז דא אזוי פיל אנליין ווי הייב איך אן.

פאר די ארבייט?/wallachs on 13th ave low 40's

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 27, 2015 12:10 am

· #291937
שיינעדיגע ריפלעקטיוו פאנעלס פון אלע קאלירן.

samiam » מאנטאג יולי 27, 2015 10:41 am

· #292014
Re: וואו קען מען קויפן?...
ירא שמים
ישר כח סזעט אויס גוט האסט עקספיריענס מיט עס ?

איך האב נישט קיין עקספיריענס מיט די פואן.
אויב די לייגסט נישט ארויף ציפיל שטותים דארף עס צו לויפען smoothly.

Disclaimer
I do not take any responsibility for any loss or disappointments you may have. ....[emoji12]

ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 10:42 am

· #292015
Re: וואו קען מען קויפן?...
וואס מיינט שטותים?

samiam » מאנטאג יולי 27, 2015 10:44 am

· #292016
Re: וואו קען מען קויפן?...
BAL TSHIVA
samiam
איך זיך צו קויפן א גיטע פאר הויזן אנליין. G&G האט שוין געמאכט גענניג געלט פון מיר
It's time to move on.
איך זוך א סימפל שווארצע הויזן good
quality, decent price
ס'איז דא אזוי פיל אנליין ווי הייב איך אן.

פאר די ארבייט?/wallachs on 13th ave low 40's

עס איז פאר די ארבעט. איך "ארבעט" אבער נישט ביי די ארבעט. איך זוך עפעס מער דרעסי

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג יולי 27, 2015 2:00 pm

· #292077
אויך איז צו אינזער מזל אז די סטייל יעצט איז א באר טייט קראטש ממילא איז מען סטאק מיט garbage & garbage.

רויטע וואנצעס » מאנטאג יולי 27, 2015 2:15 pm

· #292078
רויטע וואנצעס
שיינעדיגע ריפלעקטיוו פאנעלס פון אלע קאלירן.


למשל די דאך:
tumblr_msc8acTUBQ1s8vj7jo1_1280.jpg

samiam » מאנטאג יולי 27, 2015 2:59 pm

· #292094
Re: וואו קען מען קויפן?...
ירא שמים
וואס מיינט שטותים?

איבעריגע עפפ'ס ,apk files
Basically keep it simple

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 3, 2015 1:40 pm

· #293571
קען מען באקומען אינטערנעט סערוויס דורך די היימישע קאמפאניס ווי exchange telecom אדער מוז מען גיין צו ווערייזאן אדער טיים ווארנער?

petergrifin » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 12:33 am

· #299278
איך זוך א cordless phone װאס איך קען האלטען די base/answering machine לאמיר זאגן אין
אײן שטוב אבער די פאון לײן זאל מען קאננעקטען צו אײנער פון די קארדלעסס טשארזשערס.
אין אנדערע װערטער איך זאל נישט דארפען לויפען א װײער ביז אין בעדרום נאר איך זאל נישט
לײגן די מעין חלק נעבן די פאון זדעק.

שלום על ישראל » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 10:08 am

· #299498
petergrifin
איך זוך א cordless phone װאס איך קען האלטען די base/answering machine לאמיר זאגן אין
אײן שטוב אבער די פאון לײן זאל מען קאננעקטען צו אײנער פון די קארדלעסס טשארזשערס.
אין אנדערע װערטער איך זאל נישט דארפען לויפען א װײער ביז אין בעדרום נאר איך זאל נישט
לײגן די מעין חלק נעבן די פאון זדעק.

נישט געהערט נאך אזא זאך אין מיין לעבן. כ'גלייב אז ס'איז נישט פארהאן אזא זאך.

petergrifin » דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:15 pm

· #319119
װי איז די בעסטע פלאץ צו קויפען א גענוצטע אײפאון פאר ספרינט? פון מאדעל 5c and newer. ס׳װײב האלט אינמיטען א קאנטראקט.

אבי גערעדט » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:21 pm

· #319131
Re: וואו קען מען קויפן?...
אוודאי איבעי

petergrifin » דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:41 pm

· #319135
אבי גערעדט
אוודאי איבעי


און טאמער זעץ איך אן מיט א לעמאן װאס קען איך טוהן?

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 27, 2016 12:04 am

· #319141
האנדל מיט א סעלער מיט א הויכע רעיטינג, געווענליך דארפסטו נישט זיין באזארגט.
בלאט: 1 2 3