קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.
279 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4790
קרית יטב לב - בלומינגבורג נ.י.
אין דער איד די וואך טראמפטירט אויפן פראנט פעיזש מיט א גרויסן דורכברויך א נייער שטעטל "קרית ייטב לב"
וואס איך וויל פארשטיין וואס גייט מען דא מחדש זיין?
פארוואס זאל א אינגערמאן וואס האט נישט ביז יעצט געוואלט ארויס מופען קיין קרית יואל ווייל ער נישט געקענט סובל זיין דער שמאל קעפיגקייט פין דיעם ציבור וועט אין נייעם קריה געפינעם א פלאץ
דעיס איז קיין סוד נישט וויפיל בליט עס האט זיך געגאסען און קרית יואל ביז ווי לאנג דער פירעשאפט האט שלום מיטן מצב אז עס איז דא נאך א רבי און נאך א מיינונג, יעצט פארוואס זאל א אינגערמאן נאכאמאל אנהייבן דע גאנצע חתונה פין דאס ניי?
למעשה היינט איז קרית יואל א שטאט מיט איבער 50 בתי מדרשים כמעט 10 גראסערי אפילו 3 בית החיים וואס איך ווייס נישט צי עס דא אזאנס בכל כדור הארץ, הייב יעצט אן אלעס פין אלף, נאך ניטאמאל דא א בית המדרש חוץ א שיינע בילד, קיין פרנסה נישטא דארט געהעריג ביסט איבער 3 שעה פין דע סיטי אינדערפרי ביי דע ראש אער וואס איז דע חשבון פין דע גאנצע זאך?
נישט צו פארשטיין, ס'דא א זאך וואס האט שוין געקאסט בלוט, גייט מען אנהויבען פריש.
פון די קאווע שטיבל ארכיוון
א דאנק פאר אונזער חשובער באריסטא פאר'ן געבן צוטריט פון די אלטע ארכיוון!
תשל"זמאנסיעראין דער איד די וואך טראמפטירט אויפן פראנט פעיזש מיט א גרויסן דורכברויך א נייער שטעטל "קרית יואל"
וואס איך וויל פארשטיין וואס גייט מען דא מחדש זיין?
פארוואס זאל א אינגערמאן וואס האט נישט ביז יעצט געוואלט ארויס מופען קיין מאנסי ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין דער שמאל קעפיגקייט פין די דארפישער סטייל לעבן וועט אין נייעם קריה געפינעם א פלאץ?
חיים סקוויראוויטש נישט צו פארשטיין, ס'דא א זאך וואס האט שוין געקאסט בלוט, גייט מען אנהויבען פריש.
עקיבא הענדלער ממש?! אזוי אומפארשטענדליך?! נאר ר' מאטעלע מיט'ן סקווירא'ר זענען ערלויבט צו האבן א אייגענם שטעטל מיט א אייגענער פייפער?!
אפשר ביסטו מסביר וואס דו זאגסט
איך זאג נישט גארנישט, איך ברענג נאר ארויף אלטע שמועסן. המבין יבין והמשכיל ידום.
משה געציל, ביסט זיכער אז קרית יואל איז נתייסד געווארן שוין נאכדעם וואס אין מאנסי איז געווען א געהעריגער ישוב?
יא
דער פשוט'ער תירוץ? פיל ביליגער ווי קרית יואל.
באגאבא: אלס ענטפער אויף דיין שאלה אין פתיחת האשכול, פארוואס א אינגערמאן זאל וועלן אנהייבן פון אלף, אין א ניי שטעיטל, קענמעון זאגן: אז די ארגאניזירער פונ'ם געפלאנטן נייעם מקום האפן אז דאס נייע פלאץ וועט ווערן געפיהרט אויף אזא אופן וואו קא-עקזיסטענץ מיט אנדערע גרופעס וועט נישט זיין א חלק פון די פירערשאפט פלאן.
משה געציל: שטעל דיר פאר ווען אלע קרייזן אין ראקלענד קאונטי וואלטן יא ערלויבט געווארן צו האבן אן אייגענעם פייפער, וואלט זיך געטון א פייפעריי א יעדן ערב שבת ויום טוב אז די טיילענאל פאבריק וואלט געקענט אויפמאכן אן אייגענעם ברענטש נאר פאר'ן היימישן עולם וואס וואוינט דארט.
שמעקעדיגדער פשוט'ער תירוץ? פיל ביליגער ווי קרית יואל.
לא מיני' ולא מקצתי'. מען באקומט טאקע פיל מער - א גרויסע הויז, נישט הויך שטאקיג מיט צוואנציג שכנים אין א בנין, מען באקומט א בעיסמענט וואס אויב פיקסט מען עס אויף און מען פארדינגט עס קען מען אפשר טאקע אפקומען ביליג, אבער די פרייזן בעצם פון די דירות לויפן גאנץ הויך, לערך 350,000 - 400,000 $ דאס איז נישט אזא מציאה בכלל רעלאטיוו צו קרית יואל, ווען פון די אנדערע זייט האסטו דען חסרון אז דו ציסט זיך צו א ארץ לא זרועה וכו' וכו' וכו' (קרעדיט: שלום שטיסל)
פארוואס זאגסטו דאס, לויט די יעצטיגע פרייזן וואס איך זעה ברענגען, אז מ'רעדט פון 280 אלפים פאר 2800 סקווער פיס, דאס הייסט הונדערט דאללער פאר א סקווער פוס. ווען דו בויעסט אליינס א הויז קאסט עס דיר כמעט אזויפיל. סאו פון דעם פרייז פערספעקטיוו איז עס זייער א גוטער דיעל.
א קריטיש וויכטיגע שאלה, וואס קינד און קייט פרעגט:
גייט דער נייער ישוב זיין א "סאטמארע/קרית יואל" סטענדערד שטעטל, אדער וועט עס זיין מער ליניענט און אפען פאר אנדערע סטענדערד מענטשן, ווי אין וומ"ב אדער מאנסי,
וואס איך מיין מער ספעסיפיק, קרית יואל, טראץ וואס עס האט אסאך מערערע קאנקורענץ קהלות, איז דער צד השוה, אלעס זענען סאטמארע טיפ קנאישע קהילות ווי צימביישפיל, ספינקא, טאהש, תולדות אהרן, וכדומה דאס איז אלעס כאניאקיש סאטמאריש, זייערער אלע רבי'ס זענען געווען חסידים והולכים בשיטתו פון סאטמאר רבי זצ"ל,
א חסידות וואס איז אביסל נישט סאטמאריש איז נישט בנמצא דארט, ווי למשל ס'נישטא דארט קיין פאפא, וויזניץ, באבוב, מונקאטש, וכדומה, די סארט חסידים שפירן זיך ווי ארויס-פון-פלאץ דארט,
ווי אויך קרית יואל האט נאר עקסטרעם סאטמארע סטענדערד מוסדות, ס'העט קיינער עולה על הדעת זיין צו עפענען א מער ליבעראלע מוסדות, ווי למשל פרויען זאלן מעגן דרייוון, ווייל אלע פראקציעס וועלן איהם פארשרייען,
אויב גייט עס זיין א קרית יואל סטענדערד, אפעלירן זיי צו ממש נאר גאר פרומע סאטמארע
לויט זייערע באשרייבונג אין "איד" שרייבן זיי אליין אז זיי צילן בעיקר נאר סאטמארע מענטשן.
כ'זעה נישט די וואונדער, אין פאקט, אין קרית יואל איז איינער וואס באלאנגט נישט צום צד הווילידזש, פשוט סעקאנד קלעס, יא מיט זיינע 35 שוהל'ן און צוויי בתי חיים'ס.
ס'איז צייט פאר אן אייגענע מלוכה!
און אין וויליאמסבורג, איז איינער וואס באלאנגט נישט צום צד פון ראדני פשוט סעקאנד קלעס מיט אלע מעכטיגע בנינים און בלאק וואוט'ס. קאם אן, וויפיל אידן פון העכער 25 קענסטו וואס געבן א "תרגומו של ויהס" פאר די נארישע נצחון המדומה געפיל? אפשר באציסטו זיך צו די פארטיי שישקעס און פירער וואס ביי זיי איז דאס מסתמא יא א היפשע אישו, אבער אם כדבריך זאלן זיי טון פונקט פארקערט, אריבער שיקן די 400 משפחות קיין מאנרא און צובאקומען נאך לערך טויזנט שטימען, און איבערנעמען דעם וויליזש און ווערן פירסט קלעס?
נאר וואס'זשע דען, דער עולם האלט נישט ביים קומען קיין מאנרא, וויליאמסבורג האט עפעס אזא פיק אויף מאנרא וואס מען קען זיי נישט בלעימען דערויף, ווייל אויב איז דא איין ווארט וואס קען כאראקטעריזירן גאנץ מאנרא על כל פלגיה, ממציל אשיך עד מוחה על סקול דיסטריקט'יך איז דא נאר איין טשויס: "קליינקעפיגקייט". אלעס פון מאנרא איז קליין קעפיג, אנגעהויבן פון אירע בני יואל'ע אידן וואס פירן שוין א דרייסיג יעריגע קריג צוליב א וויזשניצע טאכטער ר"ל, און געענדיגט ביי מצילי אש'ס גראנדיעזע פייער גאראזש, און אלעס אינצווישן.
נאר וואס, די שאלה איז נאר צי א נייער ישוב וועט בעסער זיין. אפשר איז דער פראבלעם דער עצם שטעטלישער לעבן? מאידך גיסא לאזט זיך שטארק הערן אז כולה בתר רישא גריר, דער פאקט איז געווען ביים גרינדונג פון מאנרא אז די ברייטערע - נישט שוואנצאנישע - מוחות זענען נישט אזוי גרייט געווען צו גיין לעבן אין א ארץ לא זרועה, מילא האט קטנות דאמינירט. אפשר אז מען שטעלט עס אויס אנדערש, וועט עס האבן א אנדער פנים. סאטמארע אידן זענען דאך נישט נארישער אין עוועריזש ווי סיי וועלכע אנדערע קרייז, און מסתמא נאר קלוגער (אדער אפשר איז דאס אויך איינע פון די סאטמארע מצוםצם'דיגע איינרעדענישן...)
@אנאנים תורה
אזעלכע שטיתים צי שרייבן אין חול המועד??!
לענ"ד איז קר"י איז זייער זייער ווייט פין קליינקעפיגקייט היינט צי טאג
אבער מיט דעם וויליאמסבורג'ן פיק אויף מאנרא איז ער הייליג גערעכט.
shlomyg@אנאנים תורה
אזעלכע שטיתים צי שרייבן אין חול המועד??!
לענ"ד איז קר"י איז זייער זייער ווייט פין קליינקעפיגקייט היינט צי טאג
אגב הער איך אז די מייסדים פון יטב לב לאזן נישט קיין קרית יואל'ע קומען דערווייל, והסיבה פשוטה, יעדע צווייטע קרית יואלע אינגערמאן פון די פארטיי איז גרייט אהינצוגיין, אין מה הואילו חכמים בתקנתם
דעת תורהנאר וואס'זשע דען, דער עולם האלט נישט ביים קומען קיין מאנרא, וויליאמסבורג האט עפעס אזא פיק אויף מאנרא וואס מען קען זיי נישט בלעימען דערויף, ווייל אויב איז דא איין ווארט וואס קען כאראקטעריזירן גאנץ מאנרא על כל פלגיה, ממציל אשיך עד מוחה על סקול דיסטריקט'יך איז דא נאר איין טשויס: "קליינקעפיגקייט".
וויליאמסבורג האט א פיק אויף יעדן, פון די אכצן שיעור חימוץ ביז די צוויי און זיבעציג שיעור רבינו תם'ס, און מ'קען דערויף בלעימען נאר זייער אייגן שאוועניזם.
במימרא דר' יוחנן דחן המקום על יושביו, זאג איך אז די מאנראווער זענען נישט אזוי קליינקעפיג ווי די וויליאמסבורגער זענען דלי גאה, מצווחי ערוביך ועד שומרים כאפצעמיך.
מ'קלאגט אזויפיל איבער די דירות קריזיס, אבער ווען ס'מאכט זיך יא כי עתה הרחיב לנו קען מען נישט זאגן לפחות לפעלא טבא יישר. מ'מעג זיין ציניש אז דאס שטעטל וועט דינען נאר ענגע אינטערעסן, סוכ"ס איז דאך דער עולם נישט מוצמצם ח"ו, אבער לערנט אייך כאטש פון די מרגלים וועלכע האבן תחילה גערעדט בשבח הארץ פאר דער גרויסער ואולם. אן אתחלתא דגאולה איז עס עכ"פ, וממנו ילמדו.
באגאבאקיין פרנסה נישטא דארט געהעריג ביסט איבער 3 שעה פין דע סיטי אינדערפרי ביי דע ראש אער וואס איז דע חשבון פין דע גאנצע זאך?
מצומצמים, עפנט אייך די קאפ! אראנדזש און סוליוואן צוזאמען האבן א באפעלקערונג פון קרוב צו א האלב מיליאן. איר קלערט אז יעדן טאג זענען אלע עולה רגל צום עגל הזהב אין ניו יארק? אונז האבן מיר עגלים אין בית אל און אין דן אויך. מ'קען קראצן א דאלער ווייט פון די וואלקנקראצער אויך.
ווי אזוי עס זאל נאר זיין, איז באגריסנווערד אז א קהילה האט שוין ענדליך געטוהן פאקטישע שריט צו געבן מער אויסוואלן פאר איינער וואס וויל (אדער מוז) אוועקגיין פון די סיטי.
ירבו כמותם בישראל!
און כ'ווייס נישט ווען, אבער אין יארן ארום וועט דער ריבו עם האפנטליך ברענגען די מציאות אז די אולטרא-ארטאדאקסישע טייל פון כלל ישראל וועט זיין צושפרייט און צעזייט אין די שטעט און שטעטלעך על אדמת די פאראייניגטע שטאטן. אזוי ווי עס איז אלעמאל געווען דער סדר פונעם יודישן פאלק אינעם צוויי טויזנט יעריגן גלות.
אבער ווי פריער עס געשעהט, אלס בעסער איז דאס בגשמיות וברוחניות. אלס ווייניגער הארץ-אטאקעס און אונטערדרוקטע מענטשן וועט זיין בתוכינו. אלס מער טיי-אוונטן און צדקה-אקציעס וועט מען זיך איינשפארן.
בלייבט נישט איבער מער ווי אויסרופן: אשריכם גיבורי החיל! וממנו ילמדו וכן יעשו. מ'ברויך מאכן א יפוצו!
ארויס פון קרוקלין!
ס'הייבט זיך שוין אן מיט די גוי'אישע שכנים...
Bloomingburg tries again for meeting on private girls' school
By Steve Israel
Times Herald-Record
September 24, 2013 - 2:00 AM
BLOOMINGBURG — A planning board meeting about a proposed — and much protested — private school for girls that was postponed because of overflowing crowds has been rescheduled for Thursday evening — in the same place that was so crowded a month ago, the meeting had to be cut short before it started.
The Bloomingburg Planning Board will host a presentation about developer Shalom Lamm's school at the Village Hall in this eastern Sullivan County village.
The school, which is planned for downtown Bloomingburg, would serve as Lamm's as yet unbuilt development of 396 townhouses. Many residents fear the development, which they say would be Hasidic, would overwhelm their village of some 400 residents, and the Pine Bush school district.
About 150 people packed the Village Hall and spilled into the parking lot last month before the meeting was canceled.
Those fears were fueled earlier this week when articles and a 16 page supplement appeared in Jewish and Yiddish publications referring to a new Satmar Hasidic community being built in Bloomingburg. One article listed a Brooklyn phone number for a contact about buying the homes.
Lamm said he had seen the articles and supplement, but "had nothing to do with it." He also said he hasn't marketed the Chestnut Ridge development to anyone but licensed Realtors.
"The only advertisement we took out was in the Times Herald-Record, period," he said. "But I'm a developer and I'm here to sell homes. I'm not going to say someone can live or they can't live here."
<!-- e --><a href="mailto:sisrael@th-record.com">sisrael@th-record.com</a><!-- e -->
עס הייבט זיך אן...
אויב האבן די גוים דארט שכל, קויפן זיי אפ א צאל דירות, צושפרייט לענגאויס לעם'ס דעוועלאפמענט, פרובירן זאל ער נישט צו פארקויפן פאר זיי, וועט ער קענען זיצן אין געריכט מיט זיי אפאר יאר. אין פאקט, ער האלט אויף א אייגענעם וועבסייט ווי סיי ווער קען פרובירן צו קויפן א דירה אין דעם דעוועלאפמענט. עס זעהט אויס ער איז נאך נישט פארזיכערט מיט די באמבאסטישע הבטחות פון שמילאוויטש ענד קא.
שטעיטל
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/142038/2013/09/24/bloomingburg-ny-re-scheduled-planning-board-meeting-on-private-jewish-girls-school-set-for-thursday/">http://www.vosizneias.com/142038/2013/0 ... -thursday/</a>
עס זעיט מיר אויס אז דו שטעיטל כאפט א ריק
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טיט איבער דעי זעלבע משוגעת יעדעס מאל, און מען לערענט זיך נישט פון אלטע פעילערן, וויפיל מאל דארף מען דורך פאלן איידער מען ווערט געוואויר אז עס איז דא ענין פון שתיקה, צים עולם ברויך מען זיך ווענדן ווען מען ברויך זיי, נישט א סקונדע פריער, קומען אזעלכע שוטים ווי שמילאוויטש אין לייגען א ספעציעלע ביילאגע אינעם דער איד, און האפען אז דער גוי וועט עס פינקט איבער היפען,
וואס האט ער געהאט דערפין, ער האט סך הכל געוואלט קענען קימען צו שפיזא ד'משה און סוכת רבינו, און דער רבי זאל אים געיבן לחיים מיט א באזינדערע שמייכל, און משה גבאי זאל עם געיבן א קלאפ אין ריקען וסיכת רבינו צהלה וסמייטא,
ווי איז אביסל דעת ווען מען ברויך עס אזוי וויכטיג,
פרישערhttp://www.vosizneias.com/142038/2013/09/24/bloomingburg-ny-re-scheduled-planning-board-meeting-on-private-jewish-girls-school-set-for-thursday/
עס זעיט מיר אויס אז דו שטעיטל כאפט א ריק
איך פארשטיי נישט פארוואס מען טיט איבער דעי זעלבע משוגעת יעדעס מאל, און מען לערענט זיך נישט פון אלטע פעילערן, וויפיל מאל דארף מען דורך פאלן איידער מען ווערט געוואויר אז עס איז דא ענין פון שתיקה, צים עולם ברויך מען זיך ווענדן ווען מען ברויך זיי, נישט א סקונדע פריער, קומען אזעלכע שוטים ווי שמילאוויטש אין לייגען א ספעציעלע ביילאגע אינעם דער איד, און האפען אז דער גוי וועט עס פינקט איבער היפען
נעבעך.
"פרישער" טייערער: עס קוקט אויס אז איר כאפט נישט אז די גאנצע שטעטל דארף מען נאר פאר "פאליטישע פאינטס" צו "פיקסן" און צו "שיקן א מעסעדזש"... עס האט נישט מיט'ן צושטעלן דירות פאר צעבראכענע פארפלאגע אידן!
די ביילאגע פון "דער איד" איז צו ווייזן "אני ואפסי"! וועק זיך אויף ביטע!
אבער דו אינוועסטירער ברויכען דאך האבען אביסל מער שכל.
בדרך הטבע קענען די שכנים ווייניק טוהן צו אפשטעלן דעם פראיעקט. די 396 זענען אפראווד און יעדע צעמענט קאמפאני אפסטעיט גיסט פאונדעשאונס יעצט אין בלומינבורג. דער פראיעקט איז געווען א סוד פאר צוויי יאר עס איז געווען א גוטע צייט פאר חול המועד ארויסצוקומען דער עולם זאל עס קענען איבערקייען. עס האט שוין נישט געהאט קיין פשט צו האלטן בסוד.
@נאטרוליסט דער פראיעקט האט גראדע יא מיט בויען דירות פאר אידן א שייכות, חאטש אני ואפסי האט זיכער אויך א יד איז עולם כמנהגו נוהג אזוי בויעט זיך א וועלטל קיינער מיינט נישט יענעמס גוטס ביז עס וועט ווערן דער עולם התיקון.
@בן תמליוןלי יהו כדבריך
עס זעיט נישט אזוי אויס פון שלום לעמ'ס רעאקציא, אז ער האט גאר נישט מיט דו ביילאגע נאר ער גייט מארקעטן דורך א לייסענסט רילע סטעיט ברויקער, אויב האט ער נישט מורא פארוואס איז ער א האָן.
איך ווייס באמת נישט וואס איז דו עצה איז בכלל דא עצה?.
אבער דאס איז אמאל זיכער אז מען ברויך וועין מאכן א מקום וואס איז געאייגנט פארן געברויך פון לאקאלע וויליאמסבורגער אינגעלייט, נישט נאר זאלוינים פאר וואס נישט אהרוינים אדער א פאפא אינגערמאן, פאר וואס עפעס מצמצם זיין.
מען ברויך מאכען א ניי וויליאמסבורג ערגעץ ווי נישט א ניי ק"י.
שלום לאם איז א כיטרער בחור מיט בצים און א מיליאנער אויך. ער שפילט דעם שפיל מיט די שכנים און די מידיע שוין פאר יארן און דערווייל איז ער אן טאפ. רי א ניי ווילאמסבורג האט מען שוין מיליאן מאל געטרייט עס גייט נישט. א פארטיי מיט אלע קליפערלעך האט בעסערע שאנסן. אינטערהערנדיק די שמועסן פונעם עולם קוקט מיר טויס עס זענען דא אינגעלייט גרייט אריינצושפרינגען און פיאנירן דעם נייעם ישוב. אויב איך מעג זאגן מיין איך א טיפיקל זאלי אינגערמאן איז נישט קיין צוקוועטשטער בלינדער חסיד, מער א פארטייאישער אנהענגער און וועט זיך נישט לאזן בלינדערהייט טרעטן. אפשר וועט יא ווערן א נארמאל שטאט און ווי אפילו א פארווע סאטמארער ווי א קראסנער צו נייטרער וועט זיך פילן באקוועם אהינציען מיט די צייט.
לכאורה ברויכען זיך ווען די גוים פרייען מיט די דעוועלאופמענט, זייערע הייזער באקומען כאטש עפעס א ווערט און דעם אויסגעשפיעלטען געיגנט.
אז די גוים העלין נישט איינרוען, העט מען זעהן אז קיינער זאל נישט אפקויפען זייערע הייזער...
A FB share:
Dear Middletown Friends - Pine Bush Central School District residents need our help desperately. If you are not aware of the back story here is the short version. A few years back a handful of local politicians sold out their village to a developer. They led the community to believe they would be building condos and a golf course. In the dark of the night this plan turned into 396 units of hi density/ low income housing. The opportunity to live in these condos would only be available to members of the Satmar group primarily out of Williamsburg Brooklyn. At this point there is an application going before the planning board (most of which betrayed their own community for reasons still unknown) to build a 16 room PRIVATE RELIGIOUS GIRLS SCHOOL. This school will not be made available to any other children in the district however the costs associated with transportation, technology, special education will be thrust upon the taxpayers of the PBCSD not just Bloomingburg. The last meeting for the application was cancelled due to over capacity and they have rescheduled it for 9/26/13. Coincidently or not this is the same evening as an elementary open house and The National Honor Society Induction. This is where our help is so desperately needed. They are asking us to attend the meeting. They need to have numbers there so those responsible know they are being watched. The whole thing shouldn't take more than an hour of your time...They need our help tremendously and we could need theirs tomorrow....Thank so much for anything you can do.....PS Twin Cone has Pumpkin Spice Ice Cream, just saying.
Bloomingburg Village Hall 13 North Road (take a right at the light, you'll see everyone on the left.
The situation in Bloomingburg has become a little more dire in recent weeks. The Meeting in regard to the PRIVATE RELIGIOUS GIRL SCHOOL has been rescheduled to this Thursday 9/26/13 at 7pm. The problem with this is that it was probably not a coincidence this is the same date and time as the CES Open House and National Honor Society. I assume they don't believe there will be a great turnout because it is in the same location as last time. You know, the venue that was too small. WE NEED YOUR HELP....IF THERE IS ANY POSSIBLE WAY FOR YOU TO ATTEND PLEASE DO SO and bring a friend or 10. We need numbers and eyes so they know every move is being scrutinized.
Folks, this is it. You work hard and long and make sacrifices your whole life, always believing there will be some reward, that at some point things have to become easier. If their plans come to fruition, there will be no light at the end of the tunnel. We will have 2 choices. 1. Work harder and longer and keep less of your money. 2. Get out.
Some say its a losing battle and it could be but I know I will feel better knowing I did what I could when I had the opportunity.
PLEASE PLEASE attend if you can. You don't need to do anything except be counted.
PLEASE SHARE!!! AND INVITE OTHERS
די נארישע סיבה וואס זיי געבן אן, אז די סקול דיסטריקט וועט דארפן צאלן א קליין חלק הוצאות איז דאך ממש א געלעכטער. ווען די נייע שכנים גייען ווען אין פובליק סקול קאסט דאך עס אפ די שטאט פיל מער, בעת איצט בלייבן די הכנסות די זעלבע. עלטערן וואס שיקן אין א פריוואטע שולע צאלן די זעלבע סקול טעקס ווי די וואס שיקן אין פובליק סקול, אויב עפעס וועט די דיסטריקט נאר פארדינען אויף דעם געשעפט.
נאר כמובן, זאגן זיי די הגדה און מיינען די קניידלעך. זייער פראבלעם איז בעצם מיט דעם עם לבדד ישכון, און אויב וויל מען זיין אויפריכטיג האבן זיי א שטארקע נקודה. איך מיין נישט צוזאגן אז מיר זאלן טוישן לייף סטייל און יא פארקערן מיטן גוי, ווייל איך ווייס אפילו נישט אויף ווי שטארק א מאדערן ארטאדאקס וואלט זיי געווען בעסער. (סעקולערע אידן האבן זיי פארשטייט זיך נישט קיין פראבלעם, אבער ארטאדאקסישע אידן, אפילו מאדערנע, האבן דאך אנדערע וועליו'ס און אינטערעסן ווי דער רורעל גוי).
אבער למעשה, אויב ווייסן מיר אז מיר רעפרעזענטירן א אנדערע סארט לעבנ'ס שטייגער, וואסערע רעכט האבן מיר צו נעמען שיינע גאט געבענטשטע שטעטלעך און דערפלעך מיט ברייטע ליידיגע שטחים און שיינע סביבה, און זיי פארוואנדלען פלוצים אין גענצליך א אנדערע סארט מקום? ווען די גוים טוען ווען דאס צו אונז וואלט עס זיכער געווען א גזירה נוראה און אנטיסעמיטיזם. נו, מאי שנא?
ביידע זייטן זענען גערעכט אזוי לאנג מ'האלט זיך צום ליגאל סיסטעם. און דער וואס פארלירט, בלייבט איבער צו קריצן מיט די ציין, אדער - פאר די יונגערע - שפילן קענדי קראש.
די שכנים טוען א גרויסן טעות. זיי זענען א פאר ארימעלייט קענען ניטאמאל אויפנעמען א לויער צו אנמאכן לעגאלע צרות, הענגען זיי אן די גאסן מיט פלאקאטן סטאפ 396 און קומען שרייען ביי מיטינגען. אויב זיך שלאגן סתם לשם שלאגן קענען די סאטמארע בעסער און זיי וועלן זויער פארלירן. העי דא איז פרי קאנטרי מיט געזעצן אויף ביכער. ווילאנג מען האלט זיך צום געזעץ זייט מוחל און פאקט פעק און פיצט אז איר קענט נישט דערהייבן חסידים. אז שווארצע וואלטן געדארפט באקומען די דירות וואלטן די שכנים זיך נישט דערוואגט צו עפענען דאס מויל.
According to locals, the girls’ school will serve the new 396 unit townhouse development in Chestnut Ridge,
Vinאיז נישט טשעסטנאט רידזש נעבען מאנסי? איז בלומנבערג און יענע געגענט?
Chestnut Ridge איז די נאמען פון די דעוועלפמינט, סתם א נאמען. Chestnut Ridge לעבן מאנסי איז די נאמען פון א ווילזש.
פרישע בילדער פון קרית יטב לב יעצט ערשינען
די ערשטע הויז אויף די רעכטע זייט האט עקיבא הענדלער געקויפט
געלויבט ג-ט. קיבא מופט אויך אוועק???? good riddance ווער איז נעקסט? ברענג נאר גיטע נייעס.
איך קלער פון קויפן. קען מיר איינער שיקן א לינק אדער נומבער וואו צו מברר זיין מערער פרטים?
היימישער ליטוואקאיך קלער פון קויפן. קען מיר איינער שיקן א לינק אדער נומבער וואו צו מברר זיין מערער פרטים?
פאר וואס זאל א ליטוואק נישט וועלן איינריקן אינם פראיעקט און לעיוואד
פונקט ווי סאטמאר,סקווריא,רחמסטרוויקא,באבוב האבן בתי מדרשים אינעם עיר הליטאי לעקוואד.פארוואס זאל נישט ביהמ''ד גבוה האבן א ביהמ''ד אין קרית יטב לב?
פרעטעסט היינט ביים נייעם שטעטעל

שוואכע טשענסעס אפאר אלטע ניטאמאל א רעכטן סיין האבן זע.
די קינדערלעך, יא די וואס שטופן דארטן די קערעדזשעס וועלן שוין נישט זיין אינטרעסירט אין דעם גאנצן מיטל-אלטער "אפסטעיט ליווינג" און עלן גיין קיין הארץ גלוסטעניש פלעצער.
סא שאד די טינט פלעגט דער רבי שרייען.
א סטאפ ארדער
Bloomingburg, NY - A Sullivan County Supreme Court judge ordered a week long stop work order on the construction of a 396 home Hasidic development in Bloominburg.
Record Online (<a class="postlink" href="http://bit.ly/1kf0Ulg">http://bit.ly/1kf0Ulg</a>) reports companies owned by developer Shalom Lamm “are hereby restrained from any and all construction activity at the site of the Villages at Chestnut Ridge Development located on Winterton Road in the Village of Bloomingburg in the Town of Mamakating,” according to the order issued by Judge Stephan Schick.
Lamm, the ruling boards of Bloomingburg and Mamakating and other town officials and developers connected to the 400-acre property are ordered to appear in Sullivan County Supreme court February 6 to give reasons why the order should or should not be lifted. No work is to be completed until then.
Opponents of the building state that the annexation of the developing land was done illegally because residents did not have the chance to vote on the development.
שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
היסטארישער שבת אריבער אין בלומענבערג שטעטעל מיט די ערשטע יודישע משפחה
נעקסטע וואך שבת איז דא א מנין משפחות איינוואוינער
איך בין מקנא דעם איד. סיי זיין עולם הזה און נאך א סך מער זיין עולם הבא. איך האב נאר איין ווארט: WOW
וויאזוי איז געווען מנין שבת?
געוואלדיג ממנו ילמדו וכן יעשו. מען דארף פארלאזען וויליטאון ווי פריער
היימישער ליטוואקאיך קלער פון קויפן. קען מיר איינער שיקן א לינק אדער נומבער וואו צו מברר זיין מערער פרטים?
מ'לאזט נישט אריין גיין אין ביהמ"ד שבת נאר ווער ס'האט א שטריימל. אויך שבת אינדערפריה מוז מען גיין אין מקוה פאר'ן דאוונען. מ'טאר אויכעט נישט האבן קיין אינטערנעט. אפילו געפילטערטע. די בני בית מוז גיין פאלם שטרימפ מיט א סיעם. און אויכעט א שפיצל. מ'טאר זיך נישט פארבן די אויגן און פנים. אויך טאר מען נישט רעדן די שפה הטמאה, רחמנא ליצלן. אויך טאר מען נישט ליינען אלע טמא'נע מאגאזינען אויף די טמא'נע שפראך העברעאיש, רח"ל. נאר דעם דער איד, מעיג מען ליינען. אויך נאר אין בית הכסא. שבת נאכמיטאג נאכ'ן טשולנט. 🙄 😂 😎 😕 😠 😛 😳 😢 😈 😉 😞