☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאונסולמאן גרינפעלד געט אריין ביל לטובת מציצה בפה

קאונסולמאן גרינפעלד געט אריין ביל לטובת מציצה בפה

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4780

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:32 pm

· #150672
קאונסולמאן גרינפעלד געט אריין ביל לטובת מציצה בפה
מ'איז ביזי די לעצטע פאר יאר מיט די מציצה בפה אישו, צענדליגע זייטן זענען שוין געשריבן געווארן אין דעם נושא, צייטונגן האבן שוין געמאכט א שטורעם, מייקל סעווידזש האט דאס שוין אונטערגעריסן, א יעדע פאלעטישאן וואס לויפט יעצט איז דאס א שאלה וואס די ארטאדאקסישע אידן פרעגן וואס זיין מיינונג איז איבער מציצה און וואס ער גייט טוהן דערפאר, וואלן זענען דאמענירט געווארן אין די דירעקציע, שוין געגרינדערט געווארן א וועד הרבנים, צאמגענומען גרויס געלט, מ'האט שוין געפירט פאליטיק דערין אויך... מ'האט צאמגעזעצט מענטשן וואס זענען שוין נישט יארן געזיצן בענעזאם, אלעס איז פארנומען להעביר את רוע הגזירה, בקיצור לדורן ולתפילה ולמלחמה...

יעצט אבער האט עס איינער גענומען צום נעקסטן שטאפל, איז דאס די ווירקזאמע וועג? טיים וויל טעל...

קאנסול מעמבער ר' דוד גרינפעלד פון בארא פארק האט אריינגעגעבן אין די סיטי קאונסול א פארלאנג אז די סיטי קאונסול זאל מאכן א געזעץ אז די דיפארטמענט אוו העלטה פון ניו יארק סיטי און די באורד אוו העלטה זאלן זיך נישט קענען אריינמישן אין די מציצה בפה אישו בפרט, און אינעם גאנצן ברית מילה פרעצעדור בכלל.

דער פארלאנג צו באשטעטיגן אלס געזעץ איז געקומען נאכדעם וואס פאריאר האט די באורד אוו העלטה אדורכגעפירט א געזעץ אז יעדער טאטע דארף אונטערשרייבן א 'קאנסענט' דאס איז א צעטיל אז ער גייט מאכן מציצה פאר זיין קינד, טראץ דעם וואס די העלטה דעפארטמענט ווארענט אז ס'קען זיין א סכנה (איך גיי נישט דא איבערקייען די חסרונות דערפון, און פארוואס אלע רבנים און כמעט אלע ארטעדאקסישע אידן זענען דערקעגן).

דער ביל איז אריינגעגעבן געווארן פארגאנגענעם דאנערשטאג.

ובשם ה' נעשה ונצליח

Greenfield Introduces Bill to Prevent City from Regulating Bris Milah

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:37 pm

· #150674
מאדנע, פארוואס האט ער דאס געטון?
איז ער "נשפע געווארן" פון די היימישע?

משולם שטיינפעלד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:53 pm

· #150679
מיינט דאס אז אויב די ביל פאלט אדורך, גיבט דאס אויטאמאטיש א גרינע ליכט פאר די סיטי אריינצורעדן???

האט גריפעלד זיך באראטן מיט די עסקנים וואס טוען דערוועגן? אדער ער איז געשפרונגען און געמאכט נויז, אזוי ווי ער האט געטוהן ביי די שניי זאווארוכע און אפגע'הרג'עט זיין כח אין סיטי קאונסיל ווילאנג בלומבערג איז מעיאר?

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:13 pm

· #150687
משולם שטיינפעלד

האט גריפעלד זיך באראטן מיט די עסקנים וואס טוען דערוועגן?



וועלכע עסקנים ?

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:14 pm

· #150688
האט ר משה דוד נידערמאן זיך באראטן מיט די עסקנים וואס טוען דערוועגן? אדער ער איז געשפרונגען און געמאכט נויז, ר' נתן לעווין האלט אז די געריכט וועט געבען גערעכט פאר די 'סיטי'. און פארשטייט זיך אז דעמאלטס וועט קיין 1 פאלעטישען עס נישט וועלן צירירען.און מיר וועלן האבן אויסגעגעבען מיליאנען פאר אינזען דאוןפאול היל''ת.

משולם שטיינפעלד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:15 pm

· #150691
זלמן זאפיר
משולם שטיינפעלד

האט גריפעלד זיך באראטן מיט די עסקנים וואס טוען דערוועגן?



וועלכע עסקנים ?

נישט קיין נפקא מינא וועמען, האט ער עס געטון על דעת עצמו, אדער האט ער דורכגערעדט מיט למשל מונקאטשער רבי?

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:20 pm

· #150697
משולם שטיינפעלד
זלמן זאפיר
משולם שטיינפעלד

האט גריפעלד זיך באראטן מיט די עסקנים וואס טוען דערוועגן?



וועלכע עסקנים ?

נישט קיין נפקא מינא וועמען, האט ער עס געטון על דעת עצמו, אדער האט ער דורכגערעדט מיט למשל מונקאטשער רבי?



מונקאטשער רבי ווי אזוי די ריפסט אים צי אלע אנדערע עסקנים האבן פארפארן
זאגן שוין יארן ליעגנט פארן ציבור איבער מציצה בפה

די ווילסט מען זאל זיי פרעגן ? העל נא !

משולם שטיינפעלד » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:24 pm

· #150700
איז נישט דא קיין איין מענטש צווישן די גאנצע ציבור וואס מיינט מציצה בפה ערענסט???

וואספארא ליגנט האט מען געזאגט?

מיין פוינט איז, אז אזא דראסטישע שריט, טוט מען נישט על דעת עצמו.

דו האסט א אישו מיט נידערמאן, מיינט דאס אז יעדער איז בעלאוני? זאל ער זיך גיין דורכרעדן מיט מהר"א

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:25 pm

· #150702
שוין 8 יאר הער איך פין דעם עסקן וואס מיינט עס נאר לשם שמים ( ער זאגט אליינס אזוי ) משה דוד נידערמאן
אז טאמיר מען וועט שטימען פאר בלומבערג צי פאר ר' מרדכי קאנער צי פאר פוילשן ארלעדיגט ער מציצה בפה
דער נידערמאן האט קיינמאל קיין פלאן נישט געהאט פלען פלעט ליגענט געזאגט פאר ציבור

די ווילסט מען זאל זיך בארטען מיט אט די באטריגער ?

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:26 pm

· #150703
משולם שטיינפעלד
איז נישט דא קיין איין מענטש צווישן די גאנצע ציבור וואס מיינט מציצה בפה ערענסט???

וואספארא ליגנט האט מען געזאגט?

מיין פוינט איז, אז אזא דראסטישע שריט, טוט מען נישט על דעת עצמו.

דו האסט א אישו מיט נידערמאן, מיינט דאס אז יעדער איז בעלאוני? זאל ער זיך גיין דורכרעדן מיט מהר"א



ניין אין נאך אמאל ניין

ער זאל טיען וואס ער פארשטייט אונזערע עסקנים האבן שוין געהאט זייער טשענס
זיי האבן נישט קיין אנונג וואס טוט זיך מיט זיך זיי זענען מיאוס דורך געפאלן

סך הכל קען אים מהר"א צי מונקאטש צי דער הייליגער סוקעלנער רבי געבן א ווארמע ברכה

outspoken » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:50 pm

· #150726
משולם שטיינפעלד
איז נישט דא קיין איין מענטש צווישן די גאנצע ציבור וואס מיינט מציצה בפה ערענסט???

וואספארא ליגנט האט מען געזאגט?

מיין פוינט איז, אז אזא דראסטישע שריט, טוט מען נישט על דעת עצמו.

דו האסט א אישו מיט נידערמאן, מיינט דאס אז יעדער איז בעלאוני? זאל ער זיך גיין דורכרעדן מיט מהר"א

ווי אזוי זאגען דער..., מציצה בפה איז נישט די PROBLEM ס'איז די SOLUTION . וד''ל ואכמ''ל

shefele » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 7:19 pm

· #150748
איך האלט אז דער גרינפעלד וועט דא אנמאכען א גרויסן חורבן.
אזא הייקעלע נושא ווי מב"פ, באהאנדעלט מען נאר אינטערן טיש.
אן ארגיומענט וואס מ'קען נישט געווינען הייבט מען נישט אן!

עס איז איז נישט דא היינט אין די גאנצע ציוויליזירטע וועלט קיין איין מענטש וואס קען פארשטיין וויאזוי א מענטש קען צילאזן אז מ'זאל צירירן א אפן מויל צי א אויפגעדעקטן וואנד!

היינטיגע צייטן, וואס קיין שום טאטע-מאמע לאזט נישט איין קינד טרינקען פין די זעלבע כוס ווי די אייגענע געשוויסטער! וויאזוי קלערן אונזערע חכמי הדור זיי דאס פארשטיין צי געבן?

בד"וו, איך האב געהאלטן די זעלבע ביי די דורכגעפאלענע lawsuit