ארטאדאקסישע אידנטום אין אמעריקע פופציג יאר פון היינט
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4771
ארטאדאקסישע אידנטום אין אמעריקע פופציג יאר פון היינט
צייטונג-שרייבער און סאציאלע שטערן-זעער האבן אפטמאל ליב צו מאכן פרעדיקשעןס אןיף ווי אזוי געוויסע זאכן און מצבים וועלן אויסזען אינעם עתיד הרחוק. ווען מ'קוקט צוריק פרעדיקשאןס פון אמאליגע חוזים, שטעלט זיך צומאל אויס אז זייערע דברי נבואה זענען געווען ריכטיג, עכ"פ למחצה לשליש ולרביע, און צומאל נישט. ס'וואלט אינטערעסאנט געווען וואס דער עולם דא האלט איבערן עתיד פון חרדי'שן אידנטום אין אמעריקע ווי עס וועט אויסזען פופציג יאר פון היינט.
אזעלכע סארט פאראויסגעזאגעכצער דארף זיין באזירט אןיף עפעס קראנטס. ס'קען נישט קומען בלויז פון wishful thinking (הגם wishful thinking שפילט מסתמא א געוויסע ראלע, צומאל סוב-קאנשעסלי). דער פאראויס-זעער באטראכט געווענליך דעם יעצטיגן מצב, ווי אויך דעם trend פונעם נאנטן עבר און פונעם הווה, און לויט דעם קומט ער צו א געוויסע מסקנה לגבי דעם עתיד. למשל, ציונ'יסטישע הוגה דעות ווי הערצל, נארדוי, אחד העם ועוד, האבן צוזעענדיג דעם מצב פון דעם וואקסענדן אנטיסעמעטיזם אין אייראפע, פאראויסגעזען אן אייראפע וואו אידן וועלן זיך נישט טרעפן דאס פלאץ (א גאנץ-ריכטיגע אפשאצונג). מאידך גיסא, משכילישע און ציונ'יסטישע פרעדיקשאןס לגבי דעם אונטערגאנג פון חרדי'שע סארט אידנטום, באזירט אויף שטארקע טרענדס אינעם אייראפעישען אידישן לעבען פון פאר די צווייטע וועלט מלחמה, האט זיך אויסגעשטעלט אלס נישט ריכטיג. (זייערע פרעדיקשאןס האבן נאך אלץ געקענט זיין קראנט לויט די אינפארמאציע וואס זיי האבן געהאט. זיי האבן נאר נישט אריינגענומען אינעם equation אזעלכע unpredictable events ווי דער האלאקאוסט, מדינת ישראל, אמעריקע).
מיינע אייגענע שתי פרוטות: דער מצב פון "אידישקייט" גייט נישט זיין קיין סאך אנדערש אין פופציג יאר ארום פון דעם מצב היינט. רוב עולם וועט זיין פרום ווי היינט, מיט א גראד ארויף א גראד אראפ (באזירט אויפן ביז-איצטיגן טרענד, most likely, א גראד ארןיף). יא, ס'עט זיין גענוג אויבער-חכמים און באהאלטענע משכילים. מ'עט אפשר הערן מער איבער נושרים וועלכע האבן כפרה געשלאגן מיטן "סיסטעם." אבער איך גלייב נישט אז דאס וועט גרייכן הויכע פראפארציעס פונעם ציבור. די טשעקס און באלאנסעס וועלכע קאנטראלירן אונזער היינטיגן לעבנס-שטייגער, נעמליך, peer pressure, שטארקע פאמיליע סטרוקטשערס, שידוכים, צורך פאר קאמיוניטי, וכו', וועלן ווייטער אנהאלטן די איבערוויגענדע מערהייט אין די ראמען.
פרנסות וועט לכאורה זיין אזוי: בערך א צען פראצענט נגידים אדער הויכע פארדינער (חרדים האבן מער נגידים ווי די דזשענעראל פאפיולעישאן...), קאנצעטרירט אין די זעלבע ליינס ווי היינט, ריטעיל, ריעל עסטעיט, ועוד אזעלכע ביזנעסער וואו אמביציע שפילט א העכערע ראלע ווי שטודיע. דער מיטל קלאס פון wage ארבעטער אויף גוטע פאזיציעס וועט האלטן אין איין שרינקען, און די ארימע קלאס אין איין וואקסן (א טרענד וועלכעס איז שוין אין קראפט דורכאויס אמעריקע). דאס וועט אוטאמאטיש ברענגען צו א סיסטעם ווי פארצייטנס אין דער אלטער היים, אין וועלכע אן ענגער elite וועלן זיין משתלטים על הציבור און פוסעים על ראשי עם קודש, ואין פוצה פה. חרדים וועלן אפשר גיין מער אין קאלעדש ווי היינט, אבער ס'וועט ווייטער זיין א בדיעבד בבחינת אדם ההולך אצל פלגשו בהחבא.
יעצט, דער סאציאלער און פאליטישער מצב כלפי אונז חרדים אלס "אמעריקאנער בירגער" וועט לכאורה זיך יא טוישן, און נישט לטובה, און דאס קען אפשר ברבות הימים ברענגען צו שינוים אינעם פריערדיגן סעיף.
לויט ווי מ'זעט שוין דעם טרענד און לויט אלע באריכטן, וועלען חרדי'שע אידן זיין א רובא דמינכרא אינעם אמעריקאנער אידענטום. ס'גלויבט זיך שווער אז די דעמאלדס'דיגע חרדי'שע פירער וועלן זיין קלוגער אדער ברייטער ווי די היינטיגע. זיי וועלן לכאורה ווייטער זען די רעכטן און פרייהייטן וואס אמעריקע שטעלט צו, בלויז דורך זייער ענגן פריזם פון פריוואטע רעליגיעזע, פאליטישע, און פינאנציאלע אינטערעסן. ווי מער אנזעבאר חרדים וועלן ווערן, אלץ מער וועלן זיי ווערן דער געשפרעך פון טאג. די אלגעמיינע גוי'אישע פרעסע וועט ווערן מער bold און מער קוראזשפול אין זייערע באריכטן פונעם לעבנסשטייגער אין אונזער מחנה און איבער די עוולות און עבירות פון יחידים און דעם רבים. אפגעזען פון די אמת'ע פאקטן, און אוודאי אפגעזען ווי אזוי חרדים וועלן זיך זעלבסט באטראכטן, וועלן חרדים אנהויבן באטראכט ווערן דורך דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער גוי ווי א נטע זר, א גרופע וואס נאך הונדערט יאר אין אמעריקע לעבט נאך אלץ אין זיין אייגענעם געטא, צוגלייך ווי אידן זענען באטראכט געווען אין פוילן פאר די קריג.
פאליטישאנס, מורא-האבנדיג פונעם חרדי'שן וואל כח, וועלן כדרכם ווייטער חנפ'נען מיט שקרים און מיט צוווארפן כסדר'דיגע אתנן זונה'ס. דאס וועט נאך מער אנרייצן די אלגעמיינע געמיטער פון די פרעסע און פונעם פאלק. ס'קען אויך זיין אז געוויסע פאליטישאנס וועלן זיך ווייניגער רעכענען מיט דעם אידישן וואל כח זיי צוליב דעם דרוק פון די מידיע און אנדערע וויילער, ווי אויך צוליב די צושפליטערונגען אינערהאלב דעם חרדי'שן וואוטינג-בלאק, מיט אירע פארשידענע קעגנזייטיגע אינטערעסן.
פרייע אידן וועלן זיין צוטיילט. רוב וועלן, עכ"פ אין די פריע פאזעס, זיין געשוואוירענע שונאים פאר חרדים. זיי וועלן זיך שעמען צו אידענטיפיצירן מיט דעם "אסט-יודע." פון זייערע באקוועמע וואל-סטריט אפיסעס וועלן זיי גלייבן באמונה שלימה אז נישט זיי מיינט מען ווען מ'רעדט פון אידן. פארקערט, צוויי הונדערט און פופציג יאר פון פולשטענדיגע גלייכבארעכטיגונג וועט זיי ערלויבען צו זיין די העכסטע שרייער אנטקעגן זייערע חרדי'שע ברידער. טייל אמעריקאנער אידן וועלן יא אנהייבן שרייען "אנטיסעמיטיזם." זיי וועלן ציען א פאראלאל צום אמאליגן פינסטערן עבר. אט די אידן וועט מען רופן צו אונזערע דינערס, און זיי וועלן פיגורירן אויף די דעקלעך פון די היימישע אויסגאבעס, געבענדיג אינטערוויוס איבערן מצב.
די היימישע בלאגס וועלן אלע שרייען "אנטיסעמיטיזם" און מ'וועט באהאנדלען דעם נושא בכובד ראש. אין קאווע שטיבל וועלן זיין וויכוחים איבער התגרות באומות און איבער יישוב ארץ ישראל, ווי אןיך איבער די ריכטיגע גירסא, צי איז עס "הלכה בידוע" אדער "הלא הוא בידוע" שעשו שונא ליעקב. איך האף נאר אז גענוג מענטשן דא וועלן שרייבן זייערע פרעדיקשענס, אז ס'זאן זיין אינטערעסאנט צו נאכזוכן אין די אלטע ארכיוון, זען וואס די "פריערדיגע" האבן געזאגט.
ס'קען פאסירן unpredictable changes ווי שוין פריער דערמאנט. די רעגירונג קען דראמאטיש שניידן פראגראמען פאר מוסדות און פאר יחידים. דאס ארימקייט וועט אזוי פאטשן אין פנים אז זאכן וועלן פשוט פונאנדערפאלן. אנדערע זאכן ווי למשל פארפלייצונגען, אדער ח"ו ערנסטע טעראר אטאקעס וכדו' קען מען אויך נישט פאראויסזען.
איך האב נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל, און נאר אלס חומר למחשבה. דער מענטש טראכט און גאט לאכט. אבער למעשה טראכטן מענטשן שטענדיג איבערן צוקונפט, אפגעזען צי ער האט א קאנטראל דערויף. עס וואלט מיר שטארק אינטערעסאנט געווען צו הערן די מיינונגען פון אנדערע חברי השטיבל איבערן דעם נושא.
ר' לבונה זכה: איין קליינע הערה'לע האב איך איבער דיין וואונדערבארן פתיחת האשכול. דו ברענגסט צווישן אנדערע אז די אידן אין פוילן זענען באטראכט געווארן ווי א נטע זר, בסמיכות צו די אפשאצונג אז ס'וועלן (אי"ה) זיין א מערהייט פון חרדים אין אמעריקע. וויל איך נאר באמערקן אז אין פוילן איז די סיבה נישט געווען ווייל די חרדי'שע אידן זענען אזוי בולט געווען. ס'איז געווען גענוג אפיקורסים, משכילים און סתם פושעי ישראל וועלכע האבן שווער געארבעט זיך אויסצומישן מיט די גוי'אישע קולטור. די אמת'ע סיבה פאר'ן פוילישן אנטיסעמיטיזם איז אז זיי זענען זייער פרומע קאטויליקן. און וואס זייערע גלחים זאגן איז שמייליג. פארשטייצעך אז קנאה אויף די הצלחה פונ'ם איד האט אויכעט געשפילט א גרויסע ראללע. אבער זיי האבן געהאסט און געזוכט (און פיל מאל מצליח געווען) צו הרג'נען דעם פרייען איד פונקט אזוי ווי דעם פרומען.
נו, וואס איז די עצה טאקע?
דארף מען מאכן נאכאמאל אן עליה קיין איזראעל?
אדער וועט ישראל'ס איינפלוס אונז דאן אפהיטן פון א אפענע רעגירונג אונטערגעשטיצטע אינטיסמעטיזם?
berlbalagulehר' לבונה זכה: איין קליינע הערה'לע האב איך איבער דיין וואונדערבארן פתיחת האשכול. דו ברענגסט צווישן אנדערע אז די אידן אין פוילן זענען באטראכט געווארן ווי א נטע זר, בסמיכות צו די אפשאצונג אז ס'וועלן (אי"ה) זיין א מערהייט פון חרדים אין אמעריקע. וויל איך נאר באמערקן אז אין פוילן איז די סיבה נישט געווען ווייל די חרדי'שע אידן זענען אזוי בולט געווען. ס'איז געווען גענוג אפיקורסים, משכילים און סתם פושעי ישראל וועלכע האבן שווער געארבעט זיך אויסצומישן מיט די גוי'אישע קולטור. די אמת'ע סיבה פאר'ן פוילישן אנטיסעמיטיזם איז אז זיי זענען זייער פרומע קאטויליקן. און וואס זייערע גלחים זאגן איז שמייליג. פארשטייצעך אז קנאה אויף די הצלחה פונ'ם איד האט אויכעט געשפילט א גרויסע ראללע. אבער זיי האבן געהאסט און געזוכט (און פיל מאל מצליח געווען) צו הרג'נען דעם פרייען איד פונקט אזוי ווי דעם פרומען.
איך האב נישט געמיינט ארויסצוברענגען אז די סיבות זענען דוקא אייניג. איך מיין בעיקר די תוצאות.
טאמבל סאסנו, וואס איז די עצה טאקע?
דארף מען מאכן נאכאמאל אן עליה קיין איזראעל?
אדער וועט ישראל'ס איינפלוס אונז דאן אפהיטן פון א אפענע רעגירונג אונטערגעשטיצטע אינטיסמעטיזם?
איך גיי יעצט נישט רעדן פונ'ם שטאנדפונקט פון די שיטה אקעגן ציוניזם. אבער פון א רעאליסטישן קוק ווינקל קענמען זעהן אז מדינת ישראל, טראצדעם וואס זיי זענען איינס פון די פארגעשריטנסטע לענדער אין די וועלט, דאך ליידן זיי פון אנטיסעמיטיזם פונקט אזוי ווי דער גלות יוד. און אפשר נאכמער. זיי זענען פאליטיש כמעט איזאלירט, מיט זייער ווייניג גוטע פריינט. איז נישט קיין הוה אמינא אז זיי קענען באשיצן די אידן איבער די וועלט. אזוי ווי עטליכע נאאיווע מענטשן ווילן זאגן אז אויב ס'וואלט געווען א מדינת ישראל פאר די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט געווען קיין האלאקאוסט.אדער אזוי ווי עטליכע נאאיווע מענטשן וועלכע גייען אין די סאטמאר'ער שיטה ווילן זאגן אז די אראבער זענען נישט אזוי שעדליך און האבן נישט פיינט די אידן. נאר די ציונים זענען די וועלכע רייצן זיך אייביג מיט זיי. דער סאטמאר'ער רבי זי"ע אין די הקדמה צום ספר ויואל משה שרייבט עס אליין. אז היינט ווען ס'איז שוין דא א מדינת ישראל דארף מען מתפלל זיין אז ס'זאל נישט בטל ווערן דורך די גויים, ווייל דאן וועט נישט גוט זיין ח"ו פאר
אללע אידן.
ר' לבונה א ערנסטע נושא חאטש עס האט נישט קיין היימישן שמעק. איר זאגט נישט וואס זענען די גרינדן פאר אייערע פרעדיקציעס ממילא איז שווער צו מחולק זיין. איך האלט אז אין פופציק יאר פון יעצט וועט יא זיין אן ערנסטער צושפליטערונג אינעם היימישן לאגער. איך זאג פאר א ערנסטער פראצענט וועט זיך אפרייסן צו נייע באוועגונגען וואס קענען זיך אפשפילן סיי אין השכלה פארמען, קארלבאך פיל-גוט אידישקייט באוועגונגען אדער א געמיש פון ביידע. דער סיסטעם סטיל חרידיזם פון יעצט וועט נאך אלץ פארבלייבן מיט א רוב, אבער אן ערנסטער עולם וועט זיך אפשאקלען פונעם סיסטעם צו אנדערע סיסטעמען וואס וועט אויסשפראצן זיי אריינצונעמען.
על רגל אחת פארוואס איך זאג אזוי. אין פופציק יאר פון יעצט וועלן חרידישע אידן אין ניו יארק דערגרייכן אריבער א מיליאן, לויט די איצטיקע געבורט ראטע דאפלען מיר זיך יעדע צוואנציק יאר. אונזער אינפראסטרוקטור און עקאנעמישער באזע וועט נישט קענען דערהאלטן דעם ציבור כמו שהוא. הונדערטער טויזנטער וואס וועלן ווערן געבוירן ווערן מיט אינטערנעט אינעם וויגעלע וועלן מער נישט קויפן די לאקשן און אינטערשרייבן ליגנטס אויף תקנות. און איבער אלעם דער איצטיקער סיסטעם האלט זיך און איז איינגעשפאנט דורך דעם ערשטן דור אמעריקאנער געבוירענע, אונזערע עלטעלן. זיי שטעלן דעם טאן און דער נייער דור וויל נישט גיין אין קריג מיט זיי. ווען זיי ווען זיין על מי מנוחות אין א יובל פון היינט וועט זיי א שטיקל שיף אן א רודער און עס וועט אויפקומען נייע פירער אלטארנאטיוון צום יעצטיקן אומבאלומפערטן פירערשאפט. בקיצור רבותי עס לוינט זיך צו לעבן און דערלעבן.
לאמיר שוין נישט רעדן פון די נושרים וואס וועלן זיך ליידער צעפירן די הענט, פון אידישע שענק הייזער ביז אידישע פילמס, טעאטער'ס, באלן, און אפשר גאר אפ' פורנו חלילה ה"י.
בן תמליון, איך זע נישט ווי אזוי דיינע פרעדיקשענס זענען געבויט אויף בעסערע יסודות ווי מיינע. פאר פינף-און-צוואנציג יאר צוריק, ווען די חרדי פאפיולעישאן איז געווען די העלפט ווי ס'איז היינט, האט מען אויך געזאגט ווי דו. למעשה האט זיך גארנישט געטוישט צו די ריכטונג פון וואס דו פרעדיקסט (און ווי אנדערע האבן דעמאלדס פרעדיקטעט). ס'איז גאר געווארן פארמאכטער און מיליטאנטישער. סאסייעטיס טוישן זיך זייער שטייט דורך דעם מהלך וואס דו רעדסט. דו דארפסט געדענקען אז דיינע מיליאן חרדים גייען נישט געבוירן ווערן אין איין וואך און זיי גייען נישט פארפלייצן דעם סיסטעם ווי פליטים אין א יו ען לאגער. זיי גייען געבוירן ווערן צוביסלעך גראד מבטן ומלידה אין א סיסטעם וואס איז גרייט פאר זיי אויף יעדן טריט און שריט צו אינדאקטרינעיטן און מחנך צו זיין מיט די אלע פרעשורס און פחדים וואס האלט זייערע עלטערן אין טשעק.
טשעינטש קומט געווענליך בלויז דורך political and social upheaval. אין רוסלאנד און פוילן זענען געווען נאכאנאנדיגע פאגראמען און סיסטעמאטישע רדיפות, ווי אויך מלחמות וועלכע האבן אויסגעריסן מענטשן פון זייערע לאנג-איינגעפונדעוועטע מקומות. ס'איז געווען צייטן ווען דאס דלות האט געפיפען פון אלע ווינקלען און מענטשען זענען אויסגעגאנגען אין די מאסן פון מגיפות. שטעטלעך זענען אויסגעליידיקט געווארן פון די יוגנט וועלכע האבן אויסגעוואנדערט צו די גרויסע שטעט. דא אין אמעריקע איז א גאנץ אנדערע מסכת. דאס לעבן איז סטאביל, און ס'איז נישטא קיין שום סיבה צו טראכטן אז זאכן גייען זיך טוישן אויף א ראדיקאלן אופן.
שיין געשריבן לבונה, און פיין רעגירט בן תמליון. צום ענין: הלוואי איז בן תמליון גערעכט אבער 'ך בין מער נוטה צו לבונה.
דער אמת איז אז יעדע מאל 'ך פארטיף זיך אין דעם ענין קומט מיר אויס אז אונזערע ברידער אין ישראל וועלן זיין אונזער וועג ווייזער, און די סבה איז פשוט זיי וואקסען שנעלער ווי אונז [זיי האלטן א דור צוויי פאראויס], זיי האבן ווייניגער ספעיס צו עקספענדען, די לאנד הייסט טאקע 'ארץ הצבי' און דער רבי אין חדר פלעגט זאגן אז עס וועט זיך אויס צוען אזווי א הערש'ס הויט, אבער די לעצטע מאל ווען איך האב געטשעקט איז זי נאר געשרינקן. זיי האלטן שוין אין א מצב וואס מיר וועלן האלטן אין פערציג יאר ארום. דאס לאנד איז נישט ביכולת צו שפייזן, פלאצירן, און פעמפערן מיליאנע חרדים. אויב וועט די נויט ברעכן דעם סיסטעם דארט אז א חרדי וועט גיין אין מיליטער, לערנען א פאך, ברענגן פרנסה, און נישט האבן צוואנציג קינדער על חשבון אחרים, וועט דאס זיין א שטארקע וועג ווייזער פאר אחינו שבגולה. און אזא פאל קען איך זען אז דער סיסטעם וועט צופאלען למצחה לשליש ולרביע.
אויף א זייטיגע נאטיץ, אז די האסט שוין בארירט דעם הלכה בידוע, איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז מיר חרדים געבן זיך בעסעקלי אן עצה מיט אלע טענות און פראבלעמען אקעגן אונזער לעבנס שטייגער מיט סיסמאות און לאזונגען. א יעדע פראבלעם ווערט געלייזט מיטן איר פאסיגען סיסמאה. למשל ווען עס איז דא טענות אויפן אונזער חרדישן לבנס שטייגער, איז אזוי, אויב קומט עס פונעם גוי איז דאך דא דער פשוטע סיסמאה 'הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב' און פטור אן עסק, איי דער גוי רעדט נישט צאם אויף קיין טינעק-אידן וואס ער רעדט צאם אויף נידערמאן און גלאנץ פון ווילי? דאס איז נאר ווייל מיר זענען די ריכטיגע אידן. יעצט און ארץ ישראל וואס איז נישטא קיין גוים, און מען קען נישט ניצן דעם 'הלכה בידוע' האט מען אימפאטירט א פרישע סיסמאה: 'שנאת עם הארץ לתלמיד חכם' און אלעס איז ערלעדיגט, ווייל אלעס וואס יאיר לפיד רעדט צאם אויף חרדים קומט נאר ווייל ער גייט אויס פאר קנאה אז חיים וואלדער האט שוין גענדיגט איינמאל ש"ס מיטן דף היומי. אפילו דער היימישער קריטיקירער האט מען אויך געטראפן עפעס א לאזונג, 'בכם ומכם', 'מהרסיך ומחרביך', וכו' אבער זיך אפשטעלן איין מינוט טראכטן אפשר האט יענער א פוינט פאלט קיינעם נישט ביי.
די געבורטס ראטע איז איינע פון די וועריבאלן וועלכע טוישן זיך שוין. די דרייצען-אורות'דיגע פאמיליעס זענען א מיעוט היינט. זיבען איז די נייע דרייצן. און דאס איז בלויז איין - וויכטיגע - פאקטאר.
ס'איז שווער צו וויסן ווי שטארק די טויש אין פופציג יאר וועט זיין, און קיין פראגע אז ס'וועט זיין, אבער איין זאך וועט זיך נישט טוישן: קיין נפק"מ ווי חרידיזים וועט שטיין דאנמאלס וועט זי זיך אלעמאל זעהן אלס אקוראט דאס זעלבע ווי אלע דורות פריער בלי שום שינו...
ס'איז גאר שווער צו פרעדיקטן וואס ס'וועט זיין אין 50 יאר ארום, פון איין זייט זעט מען שטארק די ראדיקאליזאציע פון אונזער "סיסטעם", פאר מער אינפארמאציע עיין ערך אכשר דרא, און די ארכיוון פונעם איד. פון די אנדערע זייט זעט מען אויך אסאך אינדיווידואלע ליבעראליזאציע, טאקע נישט קיין סיסטעם, אבער א טרענד וואס מ'זעט אז יחידים-ווייז און משפחה-ווייז וואס לאזן נאך אביסל, ביי איינעם קלאפט עס אויס ביים זיך מישן פסח, ביי א צווייטן ביי די קליידונג פון די ווייבער און די מענער, און ביי א דריטן ביים רעדן און עוסק זיין אין זאכן וואס אמאל איז געווען טאבו. און מ'קען אפילו זעהן רבנים דא דארט וואס בניגוד צום נויגינג צום עקסטרעם פונעם סיסטעם, פראבירן זיי למחצה לשליש ושלוש רבעים צו לעבן אינעם היינטיגן מציאות.
יעדער פון די פראקציעס וועט זיכער פראבירן צו שלעפן דעם סיסטעם צו זיין זייט, אבער אויב דאס וועט גורם זיין דעם סיסטעם צו פארקיוון ריכטונג, זיך צוטיילן אויף צווייען, אדער אינגאנצן צושפליטערן אדער נתבטל ברובו ווערן, איז עט בעסט אן עדיוקעיטעד געסס. קיין עתידות ווייסט קיינער נישט.
אבער אנקוקנדיג די טרענדס וואס האבן זיך שוין אנגעהויבן קען מען לכאורה זאגן אז גיין אין קאלעדזש וועט ווערן מען פאפולער, אינטערנעט וועט לכאורה זיין אין כמעט אלע אויב נישט אלע אידישע שטובער, איך גלייב נישט אז ס'וועלן זיין צו סאך נוגדים בשיטת ה'אמיש טאון', חוץ פון אפאר פרינדזש גרופעס. די מצב הפרנסה וועט נישט זיין בעסער, אבער מ'קען נישט וויסן וואס די נעקסטע דאט קאם באבעל וועט זיין, און זייער מעגליך אז די אינטערנעט און טעכנעלאגיע וועט יא געבן די געלעגענהייט פאר אומגעלערענטע מצליח צו זיין אויף א גרויסע פארנעם. פראגראמ'ס וועט לכאורה זיין מער, די מיטל קלאס וועט עווענטואל באקומען מער בענעפיטן און פראגראמס, און דאס וועט אסאך העלפן די היימישע קאמיוניטי.
אבער לסיכום איז אזוי ווי כ'האב אנגעהויבן, מיט אזוי פיל וועריאבעלס איז שווער צו זאגן וויאזוי ס'וועט אויסקלאפן. בקיצור אזויווי תמליון זאגט, ס'לוינט צו לעבן און דערלעבן, און מיר קענען נישט מער ווי מתפלל זיין אז ס'זאל אויסקלאפן אויף גוטן, נארמאליזאציע, און ראציאנאליזם, און צו ארבעטן אויף די אייגענע קינדער אויסצורייסן די אלע שגיונות און משוגעתן וואס ווערן געטוהן בשם היהדות והסיסטעם.
@יואליש, איר וואלט געקענט עלאבארירן אייער צווייטע נקודה? איר מיינט כלפי זיך האלטן יסודות'דיג מיטן מסורה פון א ריין טעאלאגישן קוק ווינקל, אדער מער די פראקטישע חלק באצירט מיט די חדש אסור מן התורה סטיל פראזן.
אגב,
דא דעבאטירט שוין אביסל דער עולם איבער דעם, הגם מיט א מער אלגעמיינעם בליק.
יואב@יואליש, איר וואלט געקענט עלאבארירן אייער צווייטע נקודה? איר מיינט כלפי זיך האלטן יסודות'דיג מיטן מסורה פון א ריין טעאלאגישן קוק ווינקל, אדער מער די פראקטישע חלק באצירט מיט די חדש אסור מן התורה סטיל פראזן.
אגב,
דא דעבאטירט שוין אביסל דער עולם איבער דעם, הגם מיט א מער אלגעמיינעם בליק.
איך האב בעיקר גערעדט פון פראקטיק, אבער דער אמת איז אז סיי מסורה, סיי טעאלאגיע, סיי פראקטיצירונג און אפי' 'חדש אסור מן התורה' זעלבסט גיט דורך טויש. דאס איז די נאטור פון אונזער וועלטעל ואין חדש תחת השמש. מיר וואלטן זיך נישט משדך געווען מיט רוב פון אונזערע מיליאנען זיידעס פון די לעצטע דרייסיג דורות, מטעם פון אלע פון די אויבענדערמאנטע סיבות.
בענדזשאמין פרענקליןווען עס איז דא טענות אויפן אונזער חרדישן לבנס שטייגער, איז אזוי, אויב קומט עס פונעם גוי איז דאך דא דער פשוטע סיסמאה 'הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב' און פטור אן עסק, איי דער גוי רעדט נישט צאם אויף קיין טינעק-אידן וואס ער רעדט צאם אויף נידערמאן און גלאנץ פון ווילי? דאס איז נאר ווייל מיר זענען די ריכטיגע אידן. יעצט און ארץ ישראל וואס איז נישטא קיין גוים, און מען קען נישט ניצן דעם 'הלכה בידוע' האט מען אימפאטירט א פרישע סיסמאה: 'שנאת עם הארץ לתלמיד חכם' און אלעס איז ערלעדיגט, ווייל אלעס וואס יאיר לפיד רעדט צאם אויף חרדים קומט נאר ווייל ער גייט אויס פאר קנאה אז חיים וואלדער האט שוין גענדיגט איינמאל ש"ס מיטן דף היומי. אפילו דער היימישער קריטיקירער האט מען אויך געטראפן עפעס א לאזונג, 'בכם ומכם', 'מהרסיך ומחרביך', וכו' אבער זיך אפשטעלן איין מינוט טראכטן אפשר האט יענער א פוינט פאלט קיינעם נישט ביי.
געוואלדיג בענדזשאמין! 👍
יעצט לעצם הענין, אזוי ווי אנדערע האבן שוין געשריבן פריער, עס איז לעכערליך צו פרובירן צו פרעדיקטן די צוקונפט. קאם אן! ניטאמאל ווייסטו וועלכע קאליר אונטער הויזן דו גייסט טראגן מארגן און דו ווילסט פרעדיקטן 50 יאר ארום? נאך מער, איידער דו פרעדיקטסט די חרדי'שע צוקונפט דארפסטו קודם וויסן די צוקונפט פון די לאנד? וועט עס זיין דעמאקראטיש? סאציאליסטיש? דיקטאטאריש? אדער א טייל פון א מוסלאמענער כאליפאט?
אבער סתם פאר fun וויל איך יא זאגן אפאר קלייניקייטן. עס איז קלאר אז ס'קומט א ספליט אין אונזערע סאסייעטי. איך האלט אבער אז עס וועט נישט זיין א ספליט צו השכלה, נאר פונקט פארקערט. די מעינסטרים חרדיזם וועט ווערן מאדערניזירט, און די פרומערע וועלן זיך אפטיילן און זיך רופן מיט אן אנדערע נאמען, למשל מסורה'ניקעס, אטענטיש חרדים, נטורי קרתא, אדער חיים הערש'ניקעס (דזשאסט קידינג).
זיי וועלן זיין די וואס האלטן שטארק אן די מסורה, זיי וועלן האבן 24 קינדער פער משפחה (צוליב דעם וואס ארטיפישעל עסן וועט גורם זיין אז מ'וועט האבן מינימום צווילינג יעדעס מאל). זיי וועלן זיך האלטן שטארק מובדל פון עניטינג וואס האט צו טון מיט סטעם סעל ריסערטש. זיי וועלן נאר נוצן די כשר'ע סמארטפאן וואס האט נאר 4G נעטווארק, און נישט די גע'אסר'טע genius phones וואס האבן 64G נעטווארקס.
פון די אנדערע זייט, די געהעריגע חרדים וועלן זיין מער with the times, טראץ דעם וואס זיי וועלן נאך אלץ זיין ביהיינד פון די גוי. דו זעסט לבונה זכה? "דראסטישע" טשעינדזש געשעהט טאקע נאר מיט רעוואלאציע און upheaval, אבער געהעריגע טשעינדזש געשעט gradual. מיר האבן אלע קארס, טעלעפאן, סעלפאון, קאמפיוטער, באנען וכו' טראץ דעם וואס אמאל זענען מיר געווען דערקעגן. מיר גייען עמברעיסען א יעדע שטיקל טעכנעלאגיע, נאר מיר וועלן אלץ זיין אביסל אונטערשטעליג דעם גוי. בלעקבערי איז שוין היינט כמעט גענצליך אקצעפטבאר, מיר האבן נאר א פראבלעם מיט די אייפאונס און די געלעקסיס. אין 50 יאר ארום וועלן אונזערע הייזער זיין פולי אינטעגרעיטעד מיט אלע אלע נעטווארק סערוויסיס. אונזערע קינדער וועלן גיין צו חדר אנליין, מיר וועלן זיין זייער פארגעשריטן און מיר וועלן זיין די חרדים טראץ דעם וואס מיר וועלן נאר האבן 4-7 קינדער פער משפחה.
טאמער מעג איך צו לייגן מיינע שוה פרוטות.
אינעם דור נאכ'ן קריג, די איבערלעבער זענען געוועהן יתומים מאב ואם, אן א ברודער אדער שוואגער, איז דער רבי געוועהן הכל בכל מכל כל. דער איד האט געזוכט דעם רבי'ן, ווייל ער האט געדארפט א טאטע, א זיידע, א ברודער, און א גוטע יועץ. דער רבי האט ממלא געוועהן אט די אלע חסרונות וואס האבן אזוי וויכטיג אויסגעפעלט. א "רבי" איז געוועהן in demand, און ער האט געקענט האבן א קאנטראל, ווייל סוף כל סוף, ביזטו דאך געקומען צו מיך, און דער חסיד האט געדארפט דעם רבי'ן.
איך מיין די שפלינטער איז שוין געשעהן. ס'דא אינטערנעט חסידים, און אמאליגע חסידים. איינער ריקט זיך מער לינקס און דער צווייטער מער רעכטס. וואס איז נאכנישט געשעהן איז די אראגנזאציע פונעם נייעם חסיד אויף א גרויסן אינפאסראקשערע פארנעם. זיי זענען נאך פארט פון דעם גרעסערען בילד דערווייל.
צ"ל סיסטעם חסידים במקום אמאליגע חסידים, ס'צוויי אנדערע זאכן.
מיר שיינט אז אלע פרעדיקשאנס פון די חשובע חבירים דא לגבי דעם עתיד איז פאקטיש "שוין" דא, עכ"פ טיילווייז. רוב עולם האט שוין אינטערנעט, רוב עולם צוקראצט זיך שוין נישט פון רבנים, וכהנה. איי, מ'זעט נישט קיין מעידזשער טשעינדזעס? נו, לאמיר עס אנלייגען אויף די דורות הבאים. ביי "זיי" וועט עס פאסירן. "זיי" וועלן האבן די גאטס וואס מיר האבן נישט. ס'איז פונקט ווי ביי די פרומע נאר פארקערט. "אמאל" איז מען געווען הייליג. "לעתיד" גייט זיין לעכטיג. די כוחות וועלכע האלטן אונז פארמאכט האט גארנישט מיט אפענקייט דורך אינטערנעט. דאס זענען מעכטיגע סאציאלע און פאמיליאלע שטריק וועלכע האלטן דעם רוב ציבור אראפגעבינדן בעבותות העגלה, און ממש ווי ניוטאן'ס געזעצן פון motion and inertia זע איך נישט קיין מעידזשער טשעינטש אינעם סטאטוס-קווא ווי לאנג אונזער לעבען און קאמיוניטי סטרוקטשער בלייבט אין פלאץ.
בכלל, די כמעט רעליגיזע אמונה וואס דער עולם (סיי די פרומע און סיי די אויפגקלערטע) האט אין דעם כח פון אינטערנעט מהפך צו זיין הקערה על פיה איז לדעתי היבש איבערגעטריבן. רוב עולם, אפילו די וועלכע באזוכן סייטס פון ליצנות אויף אידישקייט האבן נישט דאס מינדעסטע פאנטאזיע אדער אפילו רצון צו מאכן טשעינדזעס אין זייער לעבן. סייטס פון ערנסטע אפיקורסות, וואס דאס דארף לכאורה האבן דעם גרעסטן כח, צו ברענגען א טויש אין מהלך החיים, איז פון אינטערעסע פאר גאר אן ענגן קרייז פון די פאפיולעישאן (פרעגט אן עוועריטש מענטש/גוי/איד/קריסט/מוסלמענער ווי שטארק די "נצחיות'דיגע שאלות" אינטערעסירן עם). קוקט אן אפילו קאווע שטיבל. דער גרעסטער טייל באטייליגטע זענען זיך מחי' מיט א גוטע לשון הרע'לע אדער לצנות'ל און געגאנגען ווייטער. זעירין אינון וועלכע זיינען שוקד אויף ערנסטע יסודות'דיגע ענינים. און אפילו די וועלכע האבן זיך געעפנט דעם קאפ, מאכן זיכער עס צוצודעקן מיט א גרויסן שטריימל, אז דער שכן/חבר/ווייב/טאטע/שווער זאל ח"ו נישט זען וואס טוט זיך אינטער דעם.
איהר האט א טעות, מיר וועלען דאן נישט וואוינען אין אמעריקא, דער תורה וועלט וועט מאכען איין לעצטע סטאפ אין אוסטראליע,
נאר מיר דארפן בעטן צום בורא כל עולמים אז דאס זאל קומען בדרך השלום ולא על ידי גזירות קשות ואכזריות,
אין אויב ח"ו יא, זאלן די יודען האבען שכל צו אנטלויפען בצייטנס, אין אויב דער דעמאלסדיגע דזשבאטינסקי אדער מנחם בעגין וועט אונז ווארען זאלן מיר איהם אויס הארכענען...
א שיינעם דאנק פאר לבונה זכה און אלע מיטשמועסער אין די אינטערעסאנטע נושא. כשאני לעצמי וואלט איך געזאגט (ווי Niels Bohr) אז Prediction is very difficult, especially if it's about the future.
לבונה זכהפאר פינף-און-צוואנציג יאר צוריק, ווען די חרדי פאפיולעישאן איז געווען די העלפט ווי ס'איז היינט, האט מען אויך געזאגט ווי דו. למעשה האט זיך גארנישט געטוישט צו די ריכטונג פון וואס דו פרעדיקסט (און ווי אנדערע האבן דעמאלדס פרעדיקטעט).
וואו קען מען טרעפן אזעלכע פרעדיקציעס?
רעדנדיג איבער פרעדיקציעס, וועל איך צוצייכענען
The Signal and the Noise, וואס הייסט א גוטע ביכל איבער די נושא. לעצטענס איז פאראויסגעזאגעכץ געווארן א גאנצער מארקעט, אויף
predictionbook און אנדערע אזעלכע סייטס.
דא באשרייבט איינער פון די גרויסע אויף דעם געביט זיינע סטראטעגיעס.
מיט נאך 4-5 אזאנע פרעדיגער מיט א גרויסע אודיענס קען איך זעהן א פינאנציעלע טויש ביינונז.
הער זיינע לעצטע 4 'געדאנקען'
<a class="postlink" href="http://www.snapahead.com/">http://www.snapahead.com/</a>
איך מיין אז די סאסייעטי האט זיך דראסטיש געטוישט די לעצטע צען יאר. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען א תקופה ווען מען האט אזוי געלאכט פון רבנים ווי היינט, עס איז נאך קיינמאל נישט געווען א תקופה וואו עס איז געווען אזא חלק הניכר פון דעם ציבור וואס איז פשוט אומצופרידן. לאמיר זיך פארשטעלן ווען קאווע שטיבל וואלט געשטאנען פאר פערציג יאר צוריק, פון וואס וואלט מען גערעדט? פון די נשא תורה און פון מעיאר קאטש. כ'גלייב נישט אז מען וואלט געזען אזויפיל אומצופרידנהייט וואס מען זעט דא. א חבר מיינער וואס ארבעט אין א פיינע ישיבה זאגט מיר אז אפילו די יונגע בחורימ'לעך זענען שוין ציניש צו די גאנצע הנהגה ווי אזוי מען פירט אונז.
צו מיינט דאס אז עס וועט קומען אן ענדגילטיגע טויש אין סאסייעטי? מיט דעם בין איך מער נוטה צו לבונה זכה אז קיין רעוואלוציע גייט נישט פאסירן. מיר גייען זיך נישט אויפוועקן איין טאג צו א חסידיק ספרינג. וואס איך האלט יא שטארק איז אז עס וועט קומען אן עוואלוציע, עס וועט זיך צוביסלעך טראנספארמירן. די קאווע שטיבל מיטגלידער וועלן וואקסן (אייך מיין נישט דעם פארום, איך רעד פון די סארט מענטאליטעט), און אויטאמאטיש וועט דאס גיבן א שיפט פאר סאסייעטי. מיר דארפן ווארטן אויפ'ן דור וואס וואקסט אויף ביי קאווע שטיבל עלטערן, נישט ביי די קאווע שטיבל מיטגלידער אליין, זיי זענען דאך די נחשונים.
אזוי איז באמת געווען ביי די השכלה, עס האט גענומען זייער א לאנגע צייט ביז עס איז פארגעקומען אן אמת'ע שינוי. אין אנהויב איז דאס בלויז געווען פרומע אידן וואס האבן געזוכט עפעס אנצופילן זייערע קעפ אויסער מיט ש"ס, און צוביסלעך האט זיך געשאפן א מאוומענט. הגם אן אמת'ע מאוומענט וועט מסתם נישט געשען, וויבאלד די סאסייעטי איז היינט צו פרעשורינג און לאזט עס נישט צו, פונדעסטוועגן קענען מיר ערווארטן א שינוי הניכר אין די כלליות'דיגע מענטאליטעט.
וועט אייוועלט האבן א לייק באטען און פופציג יאר פון יעצט?
און וויפיל בלעטער גייט די וועבערמאן סומאטאכע אשכול אין קאווע שטיבל האבן אין פופציק יאר ארום?
לאמיר האפן ס'וועט נישט זיין נאך סומאטוכעס פון וואס צורעדן.
דעמאלטס וועט שוין זיכער זיין א לאנגע "די וועבערמאן פרייגעלאזט סומאטוכע"
סע א ברייטע נושא, אויפן שפיץ גאפל... איין פונקט פארזעהט מען דא אינעם דיסקוסיע. נעמט אין אכט אז ווי ווייטער מ׳גייט אוועק פונעם דרוק פון די סיסטעם אלץ מער קוקט מען צוריק מיט נאסטאלגיע, ביז דאס רעדל דרייט זיך אויף צוריק. ביי די מאדערענע איז א רבי א גאנצע ארטיקל, זייערע קינדער קוקן צו און הייבן אן זוכן צו ווערן מער חרידיש.
יישר כחכם פאר די אלע נקודות און אויפפאסונגען. פאר די וועלכע האבן געברענגט ראיות קעגן מיין אויפפאסונג וויל איך אנמערקן אז מיין כוונה איז נישט געווען צו אויפווייזן מיט ראיות חותכות one way or another, א זאך וואס איז ממש אוממעגליך ווען מ'רעד פונעם עתיד. איך האלט נאר לפי ראות עיני און לויט ווי איך ליין אפ דעם פולס פון אונזער סאסייעטי, גייט זיין אזוי און אזוי. און איך האב טאקע הנאה צו הערן ווי אזוי אנדערע מענטשן ליינען די tea leaves. אויף דעם איז געזאגט געווארן only time will tell.
קאלם דאון פיפעל
עטס קומטס מיר פאר ווי איינער זאל ווען היינט אויפשטיין פון א חוני המעגל שלאף, דער וועט אוודאי שרייען אז די היינטיגע דור איז ממש אינגאנצען אנדערש ווי פאר זיבעציק יאר צוריק, אמער דער גאנצער עולם גייט געהעריק מיט "קנעפלעך"... האסטע געהערט אזוינס? וואס איז געווארען מיט די לאנגע בענדלעך אויף די גאטשעס? אזוי מאדערנקייט! זייט ווען קומען די האלבע הויזען מיט אזא מין סחורה ווי וועלקרוא? טאמעיטא דיפ שבת קודש? דער שטאדטס דאקטער אויף וועמען מען האט שטילערהייט געשמועסט אז די טאכטער זיינע איז ליידער נחמץ געווארען, האט געפירט אן אוטא, היינט דרייווט אפילו דער חסידישער יונגערמאן.
די מעסטער איז נישט וואס אלץ מרוקט זיך אוועק "צוביסלעך" פונעם הייליגען אמאל, סאיז וויזוי דער חרדישער גאס איז מובדל פונעם אלגעמיינעם גאס, און וויפיל יאר עס נעמט אז די גאס זאל אריינדרינגען צום חרדישען לאגער, און ווי אזוי מ'באציהט זיך דערצו און צו מ'וועט נאכאלץ נוצען די טוירם "די דרויסענדיגע" גאס.
ביז ווילאנג מ'וועט אינז נישט צוריקטרייבען צו די דערפער, זעה איך נישט אינעם עתיד עפעס וואס וועט זיך דראסטיש טוישען ביי אינז,
יא, נאך א פופציק יאר עפאכע אויב איינער וועט מאכען א טיים לעפס, וויזוי אלעס גייט שנעל דורך וועט מען קענען באמערקען חילוקים,פונקט אווי מקוקט היינט צוריק פופציק יאר,און דעטס עבאוט איט.
לויט ווי איך זע דע דורות אין דע לעצטע 50 יאר, וועט דער חריידישער עולם זיך נישט ציפיל טוישען, איין זאך וועט זיך אבער שטארק טוישען, איז דע הנהגה, עס קימען ארויס נייע משפיעם אין רבנים וואס דער יונגער עולם קלעבט זיך צי, איך זע ערלעכע יונגע לייט וואס זיכען פין ווי צי שעפען עפעס העכערע זאכען, אין ביי דע רעבישע אייניקלעך טרעפען זיי דאס נישט זיכען זיי דאס ביי דע פרישע ערלעכע אויפגעקימענע רבנים, פינקט ווי די נושרים זיכען אין טרעפען וואס זיי זיכען אזוי אויך דע ערליכע טרעפען וואס זיי זיכען,
איך האלט דוקא יא אז דער איצטיגער סיסטעם איז אין א סכנה אויבנאויף, ווייל כאטש דאס לעבן איז ב"ה סטאביל, גייט דער ענין פון דירות בהכרח טוישן אונזער סאסייעטי. אויב גייט זיך למשל אויסארבעטן די "קעטסקיל יישובים" פלענער, מיינט עס אז מיר גייען מער ווייניגער צוריק אין די דערפער, מער נישט משועבד צו א צענטראלע הנהגה אין די שטאט וואס האלט דעם אינדיווידועל ביים קארג, אנשטאט וועט מען לעבן א קאנטרי סטיל לעבן א גאנץ יאר. יעדער וועט זיך בוחר זיין א ישוב וואס אים געפעלט, און לויט דעם אויסשטעלן זיינע סטאנדארטן. שיקן די קינדער אינעם לאקאלן מוסד, ווי עס לערנען אלע סארטן קרייזן צונעזאם, אזוי אז די חסידות וועט אויפהערן צו פליסן אין די אדערן ווי דעם קינד'ס אידענטיטעט, אנשטאט וועט אידישקייט זיין דער עיקר. אויטאמאטיש וועלן די גרויסע מנהיגים פארלירן זייער השפעה אויפן ברייטן ציבור, און יעדער וועט האבן זיין אייגענעם רב. (איבריג צוזאגן אז דער הכרח וועט ברענגען פרויען זאלן אנהייבן דרייוון אין גרויסן).
ווי א יון אריין אונעם אשכול, וויל איך אריין ווארפן מיינע צוויי סענטס.
איך האלט בהחלט יא אז ס'ווערט זיין א טשעינדש, איר גלייבט מיר נישט? פרעגטס אן ביי אבאמע...
ערענסט גערעד, אן ערענסטע טשעידזש, ובזה החלי בכמה דוגמאות.
לאמיר נעמען למשל און בארא פארק, איז דא א נייע ת"ת בשמו יכונה עץ חיים, וואס ווערט ב"ה נישט אנגעפירט ביי קיין שום אזוי גערופענע וועד מחנכים וכדומה,
און אזוי איז דא א מיידל סקול בשמה יכונה בית שרה, וואס ווערט נישט געפירט דורך א וועד רבנים וכדומה.
יעצט ביידע פון זיי, לערנן נישט קיין אויף זא דרך, נאר ביי מענטשען וואס זענען פעד אפ פונעם סיסטעם, זיי ווילן גיין מיט א שטריימל, אבער מיט געשטיצטע בארד.
ווילן זיין ערליך מיט אלעמען, איך מוז אבער נישט וואקן אויפן גאס מיט היט און רעקל, און דער קינדער ווערן מחונך מיט אלע אלטע מסורות און טרידישינס, מיט חסידישע
תורות, אבער אן דו זייטיגע משוגעתן. און ס'דא עוד כמה ת"ת וואס גייען זיך עפענען בדרך הנ"ל כגון ת"ת תשב"ר ועוד.
יעצט אזוי:
דו פאפילעישען גייט וואקסן, אבער עכ"ז מיינט עס נישט אז חסידים גייען זיין רוב, ווייל כהיום הזה קען מען נאך סטראשען איך ווארף דיר ארויס פון מוסד,
ווייל ת"ת עץ חיים איז נאך א פרישע זאך, אבער און א יובל ארום, גייט דו מענטשען וואס זענען פעד אפ פונעם סיסטעם, שוין זיין גאר אסאך אזעלעכע ת"ת,
ממילא גייט יענער זאגען, כ'האב גענוג א גרויסע אויסווייל ווי צו שיקען, און דו חברה וואס זענען פעד אפ, גייט וואקסן, עכ"פ פונקט אזוי ווי חסידים, גארנישט זיין ווייניגער.
נאכדערצו ווען דו מענטשען וואס זענען אויפגערעגט אויף דו היינטיגע סיסטעם, זיי זענען דער וואס ארבעטן, און פארדינען געלט, און חסידים גייען מוזן אנקומען צו זיי.
שנית: און א יובל ארום וועט זיין גענוג רעביש אייניקעלעך פון ערענסע פריסטידשזעס בעקראוד, וואס האבל מאנאפאל אויף חסידים, וואס גייען זיך טשילען
און ווערן משפיעים און זיך אן פאר דו אויפגערעגטע פונעם סיסטעם, נעמסטס א דוגמא ווי אזא איינער ווי דער לימנוב'ער יעקב שלמה מייזליש פון ווילי, און פופציג יאר ארום.
פארשטייט זיך אז אונטערנעט גייט אסאך צו געבן צו שנעלע וויקס פון חסידים זיך אויפמאכען דער אויגען, דהיינו בלייבען ערליך, אבער ס'מוז נישט זיין ווי דער רבי וויל,
נעמטס א שטיקעל ראיה פאר דעם וואס טוט זיך און סקווירא, איך וויל זיין ערליך, אבער אן דו זייטיגע משוגעתן.
פארשטייט זיך נייע סארט דשזאבס, נייע סארט טעכנעלאגיע, נייע שטעטליך צו וואוינען, אלעס געט צו, חסידים וועט שוין מער נישט זיין ידם על העליונה.
נאך א פונקט, ווייל אפילו חסידות היינט, שטייט אויף הינער פיס, למשל, מ'נעמט אפילו א פופציג יעריגער מענטש, פארוואס ביסטו באבוב 48 דו געדענסט נאך דער ערענסקט פון מהר"ש השני, התירוץ, כ'בין באקוועם שוין און יענער שול מיט מיין זיץ, חסידות מוז פארן, ס'מוז זיין באבוב, א וויזנשיצער, פארוואס ביסטו א שראלטישע חסיד, ס'מוז פארן ווייטער א וויזניצער
חסידות, דאס הייסט, נישט ווייל ער אליינס גלייבט און דער רבי, נאר דער נאמען מוז בלייבען און פארן ווייטער, ווייל ער איז אזוי אויף געוואקסען און האט עס און זיין בלוט, משא"כ דו נעקסטע דור, וואס סיי זיי גייען נישט גלייבען און דער רבי, (גייט איינער ווערן איבערגענומען זעהן ווי חיים שלום הלברשטאם או יוסי אונגער בביקור ובסוד שיח אצל אהרן מרדכי רוקח, או חיים מאיר האגער), און סיי זיי האבן נישט און דער בלוט אז דער חסידות נאמען מוז בלייבען, און ממילא בנין זקנים סתירה, חסידות גייט טראסקענען ווי א דאמינע אפעקט, און ממילא גייט כת חסידים וואקסן סאך שטאטער, משא"כ דראף אויפ פונעם סיסטעם וועט וואקסן מיט א שנעלע טעמפאו.
הנראה לפענ"ד הקלושה והנמוכה
ער למשל וויל אפי נישט ווארטן פופציג יאר
https://copy.com/4q8SWדעת תורה(איבריג צוזאגן אז דער הכרח וועט ברענגען פרויען זאלן אנהייבן דרייוון אין גרויסן).
די צוקונפטיגע דרייווערלאזע קארס קען אויך צוברענגען פרויען זאלן דרייוון, מעגליך אפילו פאר די קעטסקיל ישובים.
elter-zeideלויט ווי איך זע דע דורות אין דע לעצטע 50 יאר, וועט דער חריידישער עולם זיך נישט ציפיל טוישען, איין זאך וועט זיך אבער שטארק טוישען, איז דע הנהגה, עס קימען ארויס נייע משפיעם אין רבנים וואס דער יונגער עולם קלעבט זיך צי, איך זע ערלעכע יונגע לייט וואס זיכען פין ווי צי שעפען עפעס העכערע זאכען, אין ביי דע רעבישע אייניקלעך טרעפען זיי דאס נישט זיכען זיי דאס ביי דע פרישע ערלעכע אויפגעקימענע רבנים, פינקט ווי די נושרים זיכען אין טרעפען וואס זיי זיכען אזוי אויך דע ערליכע טרעפען וואס זיי זיכען,
יא. איך וואלט מיר אויכעט געוואלט פארשטעלן הרב אייזנבערג שליט"א מיט א לאנגע ווייסע בארד און א זילבערנעם שטעקן. נאר כ'האב מורא אז ער וועט שוין ביז דאמאלס אנטון א שטריימל מיט ווייסע זאקן. דער יונגערער עולם 'עט נישט וועללן גלייבן אז כ"ק הרגה"צ מ'--- (פילל אין דע בלענק) שליט"א איז אמאל געגאנגען מיט א בענד דאון היט.
נולד מאוחרער למשל וויל אפי נישט ווארטן פופציג יאר
https://copy.com/4q8SW
עירמאנטע ראש ישיבה? ער איז גוט!
ווי? וואס? ווען?
berlbalagulehelter-zeideלויט ווי איך זע דע דורות אין דע לעצטע 50 יאר, וועט דער חריידישער עולם זיך נישט ציפיל טוישען, איין זאך וועט זיך אבער שטארק טוישען, איז דע הנהגה, עס קימען ארויס נייע משפיעם אין רבנים וואס דער יונגער עולם קלעבט זיך צי, איך זע ערלעכע יונגע לייט וואס זיכען פין ווי צי שעפען עפעס העכערע זאכען, אין ביי דע רעבישע אייניקלעך טרעפען זיי דאס נישט זיכען זיי דאס ביי דע פרישע ערלעכע אויפגעקימענע רבנים, פינקט ווי די נושרים זיכען אין טרעפען וואס זיי זיכען אזוי אויך דע ערליכע טרעפען וואס זיי זיכען,
יא. איך וואלט מיר אויכעט געוואלט פארשטעלן הרב אייזנבערג שליט"א מיט א לאנגע ווייסע בארד און א זילבערנעם שטעקן. נאר כ'האב מורא אז ער וועט שוין ביז דאמאלס אנטון א שטריימל מיט ווייסע זאקן. דער יונגערער עולם 'עט נישט וועללן גלייבן אז כ"ק הרגה"צ מ'--- (פילל אין דע בלענק) שליט"א איז אמאל געגאנגען מיט א בענד דאון היט.
קודם כל איז דא נאך ערלעכע משפיעם סיי דא אין סיי אין א"י, זייער אזאך גייען נישט מיטן חסידוש'ן לבוש, אין בכלל רעד איך נישט דוקא חסידיש, עס איז איבעראל אזוי, עס טוישט זיך שטארק, דע יונגעלייט זיכען ערליכע יודן, אין האבן א גיטן שמעק, ערליכקייט קען מען נישט נאכמאכען,
Forgive me, all, for writing in English; I am working on a computer that doesn't have Hebrew oisies on the keyboard and it's too time-consuming to work from a virtual keyboard.
I am fascinated by the comments on this thread, but the one point I find really interesting is how many people seem to feel that the internet is/will be the catalyst for change. I, too, believe that the internet is an eye-opener for many, and that it will gradually change the mindset of many many mainstream chassidim.
However, the flip side of this is that the internet is merely another mask – one we can easily hide behind.
We think of this generation as one that is beginning to mirror the haskalah. Certainly, there are many people posting on KS and other blogs whose sentiments echo those of early maskilim. But because the haskalah era didn’t have an internet, fledgling maskilim were compelled to actually mingle with other maskilim in order to have a listening ear and basically remain sane. Eventually, if the pressure of buttoning up their feelings became too much, they were forced to “out” themselves as maskilim. And so, the movement grew.
The internet has effectively offered chassidim a benign compromise. They can remain chassidim, keep their families intact, enjoy the benefits of belonging to a community, not have to hurt their children, spouses, parents, and friends – yet still have the luxury of an online community of like-minded people where one is free to speak without censoring oneself.
The internet, I’m afraid, may be preventing chassidism’s future implosion (or change) instead of speeding it up.
אינטערעסאנטע נקודה הרב פידלער, (איך האף אז אייער דמיון צו משכילים האט איר נאר גענוצט אלטס משל 😃 ).
דער אמת איז אבער אז פון זיין צוזאמען אויפ'ן געוועב א לענגערע צייט, באקענט מען זיך אין אסאך פעלער און דאס קען יא גורם זיין עווענטאל אז גרופעס זאלן זיך נישט פארמאסקירן נאר ארויסקומען אין פאבליק.
elter-zeideberlbalagulehelter-zeideלויט ווי איך זע דע דורות אין דע לעצטע 50 יאר, וועט דער חריידישער עולם זיך נישט ציפיל טוישען, איין זאך וועט זיך אבער שטארק טוישען, איז דע הנהגה, עס קימען ארויס נייע משפיעם אין רבנים וואס דער יונגער עולם קלעבט זיך צי, איך זע ערלעכע יונגע לייט וואס זיכען פין ווי צי שעפען עפעס העכערע זאכען, אין ביי דע רעבישע אייניקלעך טרעפען זיי דאס נישט זיכען זיי דאס ביי דע פרישע ערלעכע אויפגעקימענע רבנים, פינקט ווי די נושרים זיכען אין טרעפען וואס זיי זיכען אזוי אויך דע ערליכע טרעפען וואס זיי זיכען,
יא. איך וואלט מיר אויכעט געוואלט פארשטעלן הרב אייזנבערג שליט"א מיט א לאנגע ווייסע בארד און א זילבערנעם שטעקן. נאר כ'האב מורא אז ער וועט שוין ביז דאמאלס אנטון א שטריימל מיט ווייסע זאקן. דער יונגערער עולם 'עט נישט וועללן גלייבן אז כ"ק הרגה"צ מ'--- (פילל אין דע בלענק) שליט"א איז אמאל געגאנגען מיט א בענד דאון היט.
קודם כל איז דא נאך ערלעכע משפיעם סיי דא אין סיי אין א"י, זייער אזאך גייען נישט מיטן חסידוש'ן לבוש, אין בכלל רעד איך נישט דוקא חסידיש, עס איז איבעראל אזוי, עס טוישט זיך שטארק, דע יונגעלייט זיכען ערליכע יודן, אין האבן א גיטן שמעק, ערליכקייט קען מען נישט נאכמאכען,
ביי הרב אייזנבערג (כ'האף אז דו ווייסט פון וועימען מ'רעדט דא.) איז עס נישט די חיצוניות וואס האט עים געמאכט בארימט. כ'זאג נאר. אז כ'האב אזא פיעלינג אז ר'עט נאך גיין מיט'ן חסידיש'ן לבוש.
אוי ווי איך ווייס ווער הרב ר' בנימין אייזענבערגער איז, איך האב שוין געדאווענט ביי אים א שבת אויך האט מיר זיין פאטער דערציילט זיין גאנצע התגלות, ווען איך זאג משפיעם מיין איך אויך אים אבער עס איז דא געניג אנדערע
פידלער: But the reactionary attitude of many rabbinic organizations and some agenda-driven individuals towards the widespread use of the internet will, in effect be the one thing that has pushed large numbers of Chassidim over the edge.
פידלערThe internet has effectively offered chassidim a benign compromise. They can remain chassidim, keep their families intact, enjoy the benefits of belonging to a community, not have to hurt their children, spouses, parents, and friends – yet still have the luxury of an online community of like-minded people where one is free to speak without censoring oneself.
The internet, I’m afraid, may be preventing chassidism’s future implosion (or change) instead of speeding it up.
ווי האט אונזער באליבטער
@קאווע טרינקער געשריבן אמאל: פארשאלטן זאל זיין 'קאווע שטיבל', ווען נישט איר וואלט שוין געווען צענדליגע משכילים קלאבס אלל אווער די טריי סטיט עריע.
berlbalagulehפידלער: But the reactionary attitude of many rabbinic organizations and some agenda-driven individuals towards the widespread use of the internet will, in effect be the one thing that has pushed large numbers of Chassidim over the edge.
זייער אמת. איך האב געהאט א שטיקל געפיל צו מיין קהילה / חסידות, נישט עפעס ווייס איך וואס אבער דאך איז מיר עטוואס עס אנגעגאנגען. למעשה זייט זיי האבן אנגעהויבן מיט צוואנג און טעראר פייניגן און געבן אויפפירונג צעטלעך און איינטיילן פאר מענטשן וואס זיי מעגן יא אדער נישט האבן ביי זיך אינדערהיים, און וועלכע (אויסגעהאלטענע) סייטס זיי מעגן יא אדער נישט באזוכן, האב איך כמעט פארלוירן מיין הרגשה צו זיי. ווען זייער קאנקורענט זאל זיי יעצט געווינען און איבערנעמען זיייערע בנינים ווייס איך נישט ווי שטארק עס וואלט מיר געבאדערט.
פידלער, זייער אן אינטערעסאנטע נקודה, און אין מיין מיינונג אן אמת'ע. כ'האב געמאכט די זעלבע נקודה פון פריער, אז די פארשידענע וואקסענדע אונטער-די-טיש סייבער גרופעס טוהן אייגענטליך ראטעווען משפחות, נישט פארקערט.
@פידלער האט געבראכן די רעקארד פאר די מערסטע לייקס אויף א תגובה געשריבן אין ענגליש...
סאו וואט
חסידות, דאס הייסט, נישט ווייל ער אליינס גלייבט און דער רבי, נאר דער נאמען מוז בלייבען און פארן ווייטער, ווייל ער איז אזוי אויף געוואקסען און האט עס און זיין בלוט, משא"כ דו נעקסטע דור, וואס סיי זיי גייען נישט גלייבען און דער רבי, (גייט איינער ווערן איבערגענומען זעהן ווי חיים שלום הלברשטאם או יוסי אונגער בביקור ובסוד שיח אצל אהרן מרדכי רוקח, או חיים מאיר האגער), און סיי זיי האבן נישט און דער בלוט אז דער חסידות נאמען מוז בלייבען, און ממילא בנין זקנים סתירה, חסידות גייט טראסקענען ווי א דאמינע אפעקט, און ממילא גייט כת חסידים וואקסן סאך שטאטער, משא"כ דראף אויפ פונעם סיסטעם וועט וואקסן מיט א שנעלע טעמפאו.
זיכער אז יא ,לאו דווקא די היינטיגע חסידים אבער זינט מען פראדעצירט גענוג קינדער און בחורים זענען זיי מובטח מיט חסידים די והותר.