☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » ברעיקינג: נייע 'גפן' מיליכיגע פראדוקטן

ברעיקינג: נייע 'גפן' מיליכיגע פראדוקטן

75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4761
בלאט: 1 2

שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:49 am

· #150092
ברעיקינג: נייע 'גפן' מיליכיגע פראדוקטן
צום נייעם יאר, האט 'גפן' געמאלדן אז זיי קומען ארויס אין די נאנטע וואכן מיט א פולע ליין פון מיליכיגע פראדוקטן, מיטן השגחה פונעם לאנג יעריגן 'מהדרין' בעל מכשיר, הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א.

די גראסערייען זענען שוין געמאלדן געווארן מצד גפן צו מאכן פלאץ פאר זייערע פראדוקטן אין די פרידזשעדערס.

מיט גפן'ס נייע ליין וועלן זיי מסתמה ווערן די גרעסטע אידישע עסן דיסטריבוטערס,זייענדיג (שותפים?) מיט קדם, וואס איז ס'גרעסטע אין וויין, אזוי אויך האט קדם געוויסע פראדוקטן וואס מאנעשעוויץ האט... ווי מצות, געפילטע פיש אין די דזשאר... גפן אונטער 'קענאווער מארקעטינג' אליינס האט ממש אלעס חוץ דעם... סיי אלעס וואס 'הדר' האט (דארטן מיין איך האט זיך אנגעהויבן די געפעכט און רייץ ביי קדם..) און סיי און די בעיקינג און ספייסעס מארקעט.

וועלן די פרייזן פון מיליכיגס טראסקענען?
איז דאס טאקע גוט אז 'גפן' וועט ממש מאנעפעלירן דעם אידישן עסן מארקעט?

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:53 am

· #150093
זיי גייען פארקויפען מילך אויך?

שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:56 am

· #150094
ווי איך הער איז עס נאר אין די 'מהדרין' ליין, וואס האט נישט קיין מילך.

כ'גלייב שווער אז ס'דא פלאץ אין די גאלדן פלאו - דבש ליין

חזקיהו המלך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 1:34 am

· #150099
שעפטל

וועלן די פרייזן פון מיליכיגס טראסקענען?

כ'גלייב נישט אז די פרייזען גייען פאלען, דעי חברה זענע דא צי מאכען געלט, נישט צי האקען די פרייזען,

כ'ווינדער מיר פארוואס זיי זענען אריין אין די מילכיגס ליין, האבען זיי שויןם געהאט עפעס א פאליטיק מיט די היימישע מילכיגע קאמפאניס ?, ווייל דאס דאס קען ברענגען אז די מילכיגע קאמפאניס זאלען אריין אין די אלגעמיינע פראדוקטען ליין,

עפעס דערמאן איך זיך, כ'האף ס'איז אקוראט, אז ווען הדר איז ארויס געקומען מיט וויין האט קדם קעגען דעם געפענט גפן אלץ א קאמפעטישען פאר הדר, למעשה איז גפן אויסגעוואקסען גרויס אין פין הדר וויין מיין איך איז גארנישט געווארען,

יעצט האט קדם באשלאסען צי אריין אין די מילכיגס מארקעט, נו, עמער זעהן צי די מילכיגס קאמפאניס וועלען עפעס טוהן צי אריין גיין אין קדם'ס אדער גפן'ס טראדיציאנאלע מארקעט'ס,

שעפטל
איז דאס טאקע גוט אז 'גפן' וועט ממש מאנעפעלירן דעם אידישן עסן מארקעט?

א מאנאפאל איז קיינמאל נישט גוט, אין כ'גלייב נישט אז ס'זאל טאקע קומען דערצי, ס'דאך דא נאך קאמפאניס, אין זיי האבען נישט אין פלאן צי אינטערגיין, אין ס'קען יעדען טאג אויפקומען נייע,

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:07 am

· #150139
איך גיי אי"ה בלי נדר נישט קויפן זייערע מילכיגע אייטעמס.
לאז א צווייטען אויך מאכן געלט.

קאמענטירער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:33 am

· #150146
קאווע טרינקער
איך גיי אי"ה בלי נדר נישט קויפן זייערע מילכיגע אייטעמס.
לאז א צווייטען אויך מאכן געלט.

דערווייל איז דאך דא מילעכיגס נאר פון מהדרין מילא אויב דו ווילסט אז א צווייטער זאל אויך מאכען געלט מיין איך אז דו זאלסט קויפען פון ביידע

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:42 am

· #150148
קאווע טרינקער
איך גיי אי"ה בלי נדר נישט קויפן זייערע מילכיגע אייטעמס.
לאז א צווייטען אויך מאכן געלט.

איך גיי בלי נדר קויפן ווער ס'איז ביליגער

מילכיגס פרייזן איז היינט א הימל געשריי, א פונט מילכיגס קאסט שוין מיין איך מער ווי א פונט פלייש

קרעקער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 9:50 am

· #150150
סאיז שוין דא אויסער מהדרין מיליכיגס אויכ אנדערע קאמפעניס
די פאליטיק איז אז מהדרין האט ארויסגעטראסקעט דעם וואלווער רב און גענימען די מאגרעבער רב, איז דער וואלווער וואס איז א נוקם ונוטר געגאנגען אנדרייען גפן ביי וועם ער געט די הכשר אריינציגיין אין מיליכיגס אינטערטצוהאקען מהדרין
איך האף פרייזען וועלען אראפגיין
איך וועל קויפען די ביליגערע

נצבד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:31 am

· #150160
ווער עס קען די היסטארי פון קדם/גפן,(ברויך ווען האבען אן אשכול פון דא ביז קאנארסי) קויפט קיינמאל נישט זייערע פראדוקטען.

וכן אני נוהג, ובשעת הדחק יש אומרים שמותר בדיעבד

קלונימוס קלמן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 10:39 am

· #150162
שעפטל
צום נייעם יאר, האט 'גפן' געמאלדן אז זיי קומען ארויס אין די נאנטע וואכן מיט א פולע ליין פון מיליכיגע פראדוקטן, מיטן השגחה פונעם לאנג יעריגן 'מהדרין' בעל מכשיר, הגה"צ מ'וואלאווע שליט"א.

די גראסערייען זענען שוין געמאלדן געווארן מצד גפן צו מאכן פלאץ פאר זייערע פראדוקטן אין די פרידזשעדערס.

מיט גפן'ס נייע ליין וועלן זיי מסתמה ווערן די גרעסטע אידישע עסן דיסטריבוטערס,זייענדיג (שותפים?) מיט קדם, וואס איז ס'גרעסטע אין וויין, אזוי אויך האט קדם געוויסע פראדוקטן וואס מאנעשעוויץ האט... ווי מצות, געפילטע פיש אין די דזשאר... גפן אונטער 'קענאווער מארקעטינג' אליינס האט ממש אלעס חוץ דעם... סיי אלעס וואס 'הדר' האט (דארטן מיין איך האט זיך אנגעהויבן די געפעכט און רייץ ביי קדם..) און סיי און די בעיקינג און ספייסעס מארקעט.

וועלן די פרייזן פון מיליכיגס טראסקענען?
איז דאס טאקע גוט אז 'גפן' וועט ממש מאנעפעלירן דעם אידישן עסן מארקעט?

דאס איז א שמועה פון עטליכע יאר שוין. איר זענט זיכער אז יצט איז עס קראנט?

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:24 am

· #150175
[ציטאט אראפגענומען]

בקיצור, די איצטיגע מחלוקת איז נאר צוליב איין איינציגע סיבה: דער וואלאווער האט נישט געהאט קיין שכל צו שרייבן א Non-Compete עגרימענט מיט זיינע ארבעטארערס. ס'קומט זיך איהם. היינטיגע טעג, דארף יעדע בעל בית זיך פראטעקטן געהעריג. (איך פלאן אי"ה צו שרייבן א לענגערע ארטיקל אויף דעם נושא, אי"ה).

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:38 am

· #150180
ווער גיט היינט דער הכשר אויף קארנס בעקעריי?

נישט לאנג צוריק איז געוועהן א גאנצע קאקאלאטשא ווען א בעל מכשיר האט נישט סובל געוועהן צו ווערען געווארפען פין קארנס.

קאמענטירער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:13 pm

· #150185
[ציטאט אראפגענומען]

כווייס נישט ווי קראנט די לשון הרע און רכילות וכו׳ איז אבער דאס אלעס פארענטפערט נישט ר׳יושע׳נען וואס ער האט אליין געטענה׳ט אז אויב איינער געבט א הכשר - נאכדעם וואס די בעלי בתים האבן געווארפען די פריעדיגע בעל מכשיר צוליב א סוכסוך - ברענגט ער אונטער די עולם הכשרות (עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס)ת

איחוד פעלד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:16 pm

· #150186
איך בין נישט קלאר אין די פאקטען, אבער אפילא אליבא דר' יהושע מעג א פירמע טוישען א בעל מכשיר, ס'איז נאר אז טאמער איז געוועהן א סכסוך צווישען א בעל מכשיר און א פירמע, ווי דער פירמע וויל זיך נישט צושטעלען צו דער חומרות פין דער בעל מכשיר, דעמאלס איז אן עוולה איבערצונעמען א הכשר.

ידיד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 12:27 pm

· #150188
c/p Mehadrin coming out with full line ketchup/mayonnaise/tuna etc. יעצט באקומען

פיינע קאווע » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:05 pm

· #150222
לעבן זאל דער קאמפעטישאן. אויב פרייזען וועלן אראפגיין האט זיך אלעס געלוינט

שרייבער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:18 pm

· #150225
[ציטאט אראפגענומען]

דו האסט לכאורה עפעס קעגן סאטמאר, אדער א פריוואטע אגענדע קעגן וואלאווע
אנדערע שרייבן די זעלבע אויף התאחדות, און אנדערע אויף ווייסמאנדל, בקיצור ס'האט נישט מיט כשרות, ס'האט מיט וויפיל איך האלט פון יענעם רב

חזקיהו המלך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:31 pm

· #150229
חכם באשי

בקיצור, די איצטיגע מחלוקת איז נאר צוליב איין איינציגע סיבה: דער וואלאווער האט נישט געהאט קיין שכל צו שרייבן א Non-Compete עגרימענט מיט זיינע ארבעטארערס. ס'קומט זיך איהם. היינטיגע טעג, דארף יעדע בעל בית זיך פראטעקטן געהעריג. (איך פלאן אי"ה צו שרייבן א לענגערע ארטיקל אויף דעם נושא, אי"ה).

א נייע מעשה..... אזוי ארבעט די וועלט, יעדער קען קאמפיטען, א געוואלד מיט מענטשען וואס עפענען ביזנעסער האבען פארדעם געהאט עקפיריענס אין יענעם פעלד,

קיינער טאר שוין נישט עפענען קיין ביזנעס ??,

דער וואלאווער האט מסתם אויך פארדעם געארבעט ביי א צווייטען.....

א חוץ פין דעם קען מען אזא עגרימענט גרינג אויסשפילען, מען עפענט עס דורעך א צווייטען אין מען ארבעט קלאמפיש ביי יענעם, פארשטייסט.....

קינות גירושין » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:34 pm

· #150230
איך דא געבן מיין אפיצעלע ישר כח פאר די צוויי חשובע אידען ר וועלאווע און ר יושע כץ, זיי פארארבעטן מעשים אז עסן זאל זיין ביליגער פאר כלל ישראל ״אשרי חלקכם״ כמוכם ירבו בישראל!

חזקיהו המלך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:50 pm

· #150233
און טאמער דער וואלאווער איז אונטערן טיש א שותף, וואס ס'זייער שכל'דיג צי טראכטען אז ס'איז אזוי, דאן זאל ער מוחל זיין אין נעמען דעם מאגרובער פאר א השגחה, סארי אבער מען קען זיך נישט געבען אליינס א השגחה,

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:23 pm

· #150243
א שאלה מענין לענין.
דו שטייסט אין גראסערי, דו זעהסט קענ'ד פיינ-עפל / סרינג-ביענס פון צוויי/דריי קאמפאניס. למשל, ליבער'ס, גפן (אזא נארישע נאמען, אגב), הדר און אונגער'ס.
אויף די שעלפ איז א סטיקער, וואס זאגט די פרייז.
למשל:
געפען: $3.19
אונגער'ס: $3.09
ליבער'ס: $2.99

מיין שאלה איז, מיט וואספארא רעכט האט איר צו קויפן די טייערע? סתם ארויסווארפן 20 סענט?
ווען ס'קומט צו מאני-מיטער, לייגסטו אריין די מינומים, כדי חלילה נישט ארומ'ער ווערן מיט א קוואדער.
וואסי פשט?

רויטע וואנצעס » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:29 pm

· #150245
כ'האב באמערקט לעצטענס ווי די דריי אפיטייזינג קאמפאטישינס, טוב טעם, גאלדן טעסט, פלאמס/סאני זשאנס, שפרינגן זיך נאך ממש יעדע וואך זה מוריד והכל מורידים, זה עולה והכל עולים. אזו ווי קינדער אויף א רייד.

סאשי פיש » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:30 pm

· #150246
קאווע טרינקער

אויף די שעלפ איז א סטיקער, וואס זאגט די פרייז.

מענין לענין
רוב סטארס האבען שוין נישט קיין פרייזען אויף די שעלף, און ווער גייט זיך שלעפען מיט דריי קענס איבער די גאנצע סטאר זוכען א באר קאוד סקענער חוץ פון דעם וואס רוב מאל איז עס צובראכען!!!

קלונימוס קלמן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:37 pm

· #150247
קאווע טרינקער
א שאלה מענין לענין.
דו שטייסט אין גראסערי, דו זעהסט קענ'ד פיינ-עפל / סרינג-ביענס פון צוויי/דריי קאמפאניס. למשל, ליבער'ס, גפן (אזא נארישע נאמען, אגב), הדר און אונגער'ס.
אויף די שעלפ איז א סטיקער, וואס זאגט די פרייז.
למשל:
געפען: $3.19
אונגער'ס: $3.09
ליבער'ס: $2.99

מיין שאלה איז, מיט וואספארא רעכט האט איר צו קויפן די טייערע? סתם ארויסווארפן 20 סענט?
ווען ס'קומט צו מאני-מיטער, לייגסטו אריין די מינומים, כדי חלילה נישט ארומ'ער ווערן מיט א קוואדער.
וואסי פשט?

Certain items there is a difference in quality & taste.

Other items the cheaper brands are even better.

My wife started buying Dvash milk & juice. They are better & cheaper.

קלונימוס קלמן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:41 pm

· #150248
רויטע וואנצעס
כ'האב באמערקט לעצטענס ווי די דריי אפיטייזינג קאמפאטישינס, טוב טעם, גאלדן טעסט, פלאמס/סאני זשאנס, שפרינגן זיך נאך ממש יעדע וואך זה מוריד והכל מורידים, זה עולה והכל עולים. אזו ווי קינדער אויף א רייד.

Maybe the chaveirim here can tell us which of these companies products are better?

By us the minhag is ; sour pickles- Flaums. Chrein - Tuv Taam. Dips(tomato & olives) - golden taste

ככלי מלא בושה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:49 pm

· #150249
עטליכע פאקטען וואס איך האב געהערט פון גאר קראנטע מקורות

1) גפן טערארעזירט א יעדע געשעפט אז מ'מוז נעמען פון אלע זיינע פראדוקטען אויב נישט בקומסטו נישט קיין גרעפ דזאוס וואס די מיזט האבן

2) זיי האבן זייער אסאך פליסיגע קעש ממילה קענען זיי נעמען א גאנצע סטאק פון סחורה אין פארקויפן פאר קאסט-פרייז און מיט דעם באגראבן דעם קאמפעטישן וואס אין די זעלבע צייט קען דאס די קאמפעטישן נישט טוהן ווייל ער האט נישט קיין עקסטערע געלט צי מאכן א run און גאר נישט פארדינען

3) gliks איז גפן

4) די וואס ווייסן ווייסן אז גפן האט געטוהן אסאך רשעות'דיגע אין טעראריסטישע שטיקלעך צו משיג גבול אנדערע קמפעניס

5) די וואלאווער איז נישט אזוי ווייט באקאנט אלץ נוקם ונוטר נאר ליבערשט אלץ פוילער אום-אחריות'דיגער מענטש וואס מהדרין
האט זיך יארן אנגעגעסן מיט עם ווי זיי פלעגן באשטעלן א run ביי א פלענט אין געקויפט אלע סחורה אין פשוט אין גראד דער וואלאווער פלעגט זיך נישט אנריקן אדער נישט געשיקט קיין משגיח

6) מהדרין האט קיינמאל נישט אפעציעל פארשיקט דעם וואלאווער זיי האבן פשוט צו געלייגט יהושע כץ און ביים ערשטן מאל וואס כץ איז געקומען צו א run האט מען ערווארטעט דעם וואלאווער ס'האט עם אבער שוין נישט געפאסט און דארט האט זוך עס געענדיגט

7) פון די אנדערע זייט דער מאגרעווער איז א טעראריסט במלוא מובן המילא איך ווייס פון עטליכע גרויסע אין קליינע קאמפעניס וואס ער האט געסטראשעט אז אויב מ'נעמט עם נישט פאר בעל מכשיר גייט ער ארויס אנקעגן זיי אין עטליכע מאל האט ער אנגעזאגט פאר פלעצער וואס האבן זיין הכשר מזאל נישט נעמען פון יענע און יענע קאמפעני פשוט פארן חט פון נישט האבן
עם אלץ בעל מכשיר

לסיכום: גפן איז א סכנה פאר די כשרע מארקעט זיי פראבירן צו טוהן וואס זיי קענען יעדעם צו באגראבן אין איינמאל דעס וועט געשען דעמאלס וועט מען שפירן וואס דאס מיינט א הויעכע פרייז פאר א באטל קעטשאפ
משא"כ מהדרין זענען מער ווייניגער אנשטענדיגע מענטשן ממילה אפילו מזעהט אז גפן איז ביליגער זעל מען יא קויפן די טייערע ווייל אויב נישט סוף כל סוף וועט עטס צאלען כפל כפליים

נ.ב. איך בין נישט אין די עסן ליין איך האב נישט קיין שום נגיע לכאן או לכאן איין נגיע האב איך יא אז גפן זאל נישט ווערן די פולשטענדיגע בעל הבית אויף די כשרע עסן ליין ווייל איך וויל נישט באצאלן קיין רעבישע פרייזן

נצבד » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:10 pm

· #150257
קאווע:

די פוד סטעמפס קארטעל, האט שוין פארענטפערט דיין קשיא...

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 4:18 pm

· #150261
חזקיהו המלך

עפעס דערמאן איך זיך, כ'האף ס'איז אקוראט, אז ווען הדר איז ארויס געקומען מיט וויין האט קדם קעגען דעם געפענט גפן אלץ א קאמפעטישען פאר הדר, למעשה איז גפן אויסגעוואקסען גרויס אין פין הדר וויין מיין איך איז גארנישט געווארען,

א מאנאפאל איז קיינמאל נישט גוט, אין כ'גלייב נישט אז ס'זאל טאקע קומען דערצי, ס'דאך דא נאך קאמפאניס, אין זיי האבען נישט אין פלאן צי אינטערגיין, אין ס'קען יעדען טאג אויפקומען נייע,

יא איך געדענק עס גוט.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 5:49 pm

· #150289
קלונימוס קלמן

My wife started buying Dvash milk & juice. They are better & cheaper.

בעסער פון גאלדען פלאו? אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו?
גאלדען פלאו מילך האט די זעלבע געשמאקע טעיסט און האלט זיך פריש 3 מאל לענגער.

חכם באשי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 6:27 pm

· #150300
חזקיהו המלך
חכם באשי

בקיצור, די איצטיגע מחלוקת איז נאר צוליב איין איינציגע סיבה: דער וואלאווער האט נישט געהאט קיין שכל צו שרייבן א Non-Compete עגרימענט מיט זיינע ארבעטארערס. ס'קומט זיך איהם. היינטיגע טעג, דארף יעדע בעל בית זיך פראטעקטן געהעריג. (איך פלאן אי"ה צו שרייבן א לענגערע ארטיקל אויף דעם נושא, אי"ה).

א נייע מעשה.....

א חוץ פין דעם קען מען אזא עגרימענט גרינג אויסשפילען, מען עפענט עס דורעך א צווייטען אין מען ארבעט קלאמפיש ביי יענעם, פארשטייסט.....

ניין איך פארשטיי נישט. אז איינער האלט נישט איין דער נאן-קאמפיט, זאל איהם דער בעל בית זיינע טראגן ביי די קראגן אין געריכט, און מיט א פרייוועט אינוועסטיגעיטאר אויפווייזן אז דער ארבעטער איז באמת דער וואס ארבעט אין דעם ליין.

דער ארבעטאר זאל נישט זיין קיין עזות פנים. אז ער האלט נישט ביים איינהאלטן א נאן-קאמפיט, זאל ער מוחל זיין און נישט אננעמען דער דזאב ביי דער בעל בית וואס גיבט איהם ארבעט נאר אדעתא דהכי.

איך האלט אינמיטן אנגרייטן אן ארטיקל דערויף, געהעריג מילתא בטעמא.

סאו וואט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:27 pm

· #150335
ככלי מלא בושה
7) פון די אנדערע זייט דער מאגרעווער איז א טעראריסט במלוא מובן המילא איך ווייס פון עטליכע גרויסע אין קליינע קאמפעניס וואס ער האט געסטראשעט אז אויב מ'נעמט עם נישט פאר בעל מכשיר גייט ער ארויס אנקעגן זיי אין עטליכע מאל האט ער אנגעזאגט פאר פלעצער וואס האבן זיין הכשר מזאל נישט נעמען פון יענע און יענע קאמפעני פשוט פארן חט פון נישט האבן
עם אלץ בעל מכשיר

יעדער בעל מכשיר טוט אט דו זעלבע אקט, ממילא הייסט עס שוין נישט רשעות'דיגע, ווייל יעדער טוטאך עס.
למשל נפתלי מאיר באב"ד שרייט אז זיין ברודער יחיאל איז טרייף, וכן להיפך, יעצט וועט שוין זיין חוט המשולש, ווייל נפתלי מאיר באב"ד
האט זיך צוקריגט מיט זיין שותף שמואל טייטלבוים.

יהושע כ"ץ איז גארנישט אזוי ערליך ווי מ'לייגט עים אראפ,

בכלל וואלט גדי צומאכען א באזונדערע אשכול פאטר השגחות אפטיילונג, ס'דא אסאך צו בארעדן,
הן דו מכשירים, קאמפאניס, בעלי מכשירים, ווי אפט, משגיח תמידי, ובראשם ווי איינער רייסט אראפ דער צווייטער.

צירוק מיט גפן

ידען » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:46 pm

· #150339
בארעדען מיינט געווענטלעך ליגענט.

האט געמיינט אויף דעקען וואס מע באהאלט?

סאו וואט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:48 pm

· #150340
ארום רעדן דער אמת לאמיתו

קלונימוס קלמן » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 8:50 pm

· #150342
שמעקעדיג
קלונימוס קלמן

My wife started buying Dvash milk & juice. They are better & cheaper.

בעסער פון גאלדען פלאו? אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו?
גאלדען פלאו מילך האט די זעלבע געשמאקע טעיסט און האלט זיך פריש 3 מאל לענגער.

אויף א פלאנעט ווי איך פראביר אויס די סחורה וואס ווערט פארקויפט...

זייער אראנדזש זשויס פאקט איין גאלדען פלאו מיליאן מאל.
און זייער מילך איז עני טיים אזוי פריש און געשמאק, אויב נישט בעסער. נישט יעדע מארקעטינג גימיק ברויך מען גלויבן.

גפן'ס נעטשורעל סיעל וואס באלאנגט פאר זיי אליינס, איז גענוי אזוי אמת ווי גאלדען פלאו לאנגער לעסטינג גאראנטי.
עיין כאן ווער עס האט דעם גפן סיעל
<a class="postlink" href="http://www.trademarks411.com/marks/77253793-kosher-all-natural-with-you-in-mind">http://www.trademarks411.com/marks/7725 ... ou-in-mind</a>

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:36 am

· #150430
גם אני בתוכם איך קויף אלס פון אנדערע קאמפעניס דארט ווי זיי זענען טייערער זיכער אבער מענשטן זאגן אז זייערע זאכן זענען בעסער

פערינא » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 6:10 am

· #150470
מיין עקספיריענס איז, אז גפן האט טאקע פון אלעמען אבער מיט כמעט גארנישט איז ער די בעסט

קעיטשאפ קען ער זיך פארשטעקען פאר אונגערס, אפילו נישט די זעלבע פראדוקט, אמיטאמאל ווערט אנגערופען ווערן קעיטשאפ. נישט און טעקסטשעיר נישט און טעיסט

די גאנצע ספייס ליין איז פרימא בעסער

זייערע פיקעלס און זערקונס איז נישט און מויל צונעמען

באקען קויף בעיקארס טשויס, אמיטאמאל קוקט אויף גפן

טונא פיש, סעלמאן, ווי נעמט מען גפן ווען דגים איז אויפען שעלף

מצה מאכען זיי זייער גוט

זייער סופ נאט סאק"ט, נאר osem

אא"ו געווענליך זענען זיי נישט די בעסט און מיין עקספיריענס. איך קען נישט פרייזען, ב"ה איך קוק נישט

מ גפני » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 9:46 am

· #150487
חזקיהו המלך

עפעס דערמאן איך זיך, כ'האף ס'איז אקוראט, אז ווען הדר איז ארויס געקומען מיט וויין האט קדם קעגען דעם געפענט גפן אלץ א קאמפעטישען פאר הדר, למעשה איז גפן אויסגעוואקסען גרויס אין פין הדר וויין מיין איך איז גארנישט געווארען,

לויט ווי כ'האב געהערט האט HAPPY HEART WINE וואס איז א שטארקע קאמפיטישאן צו קדם א שייכות אדער שותפות צו הדר

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:17 am

· #150503
קלונימוס קלמן
שמעקעדיג
קלונימוס קלמן

My wife started buying Dvash milk & juice. They are better & cheaper.

בעסער פון גאלדען פלאו? אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו?
גאלדען פלאו מילך האט די זעלבע געשמאקע טעיסט און האלט זיך פריש 3 מאל לענגער.

אויף א פלאנעט ווי איך פראביר אויס די סחורה וואס ווערט פארקויפט...

זייער מילך איז עני טיים אזוי פריש און געשמאק, אויב נישט בעסער. נישט יעדע מארקעטינג גימיק ברויך מען גלויבן.

איך וויל נישט פארדרייען פון גפן צו גאלדען פלאו, אבער נאר צו ענטפערן אויף דיין תשובה: ווי אזוי קען מען מכחיש זיין שמש בצהרים?
איך האב אויך געקויפט דבש פאר א לענגערע צייט. ווער וויל דען נישט שפארן געלט? וגם אני בתוכם
וואס זאל איך אבער טון אז פון די מילך האט נאך 3 טאג אנגעהויבן גיין א ריח, און אויפן פערטן טאג איז עס שוין נישט געווען טרינקעבל? בשעת גאלדן פלאו האלט זיך פריש פאר מער ווי א וואך?
איך האב קיינמאל נישט געגלייבט קיין מארקעטינג גימיק, איך האב דאס אליינס אויספרובירט!
עס מוז זיין א סיבה פארוואס דבש האלט אין איין מאכן סעילס אויף זייערע מילך און דזשוס, און גאלדן פלאו בתוקפו בעהט זייערע געפעפערטע פרייזן, און דאך רוקט זיך זייערע סחורה שנעלער ווי דבש.
דער עולם איז נישט סתם קאקא און זוכט צו ספענדן איבריגע געלט. הלא דבר היא.

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:00 pm

· #150574

איך קויף דבש מילך בעסער געזאגט כ'האב יעצט א דבש מילך וואס איך האב געקויפט פאריגע וואך און ס'איז נאך פיין

זלמן זאפיר » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:11 pm

· #150581
איבער די מילך : על טעם וריח אין להתווכח

מיינע 2 סענס איבער גפן ס'פשוט א פחד אויב מען לאזט איבערנעמען די פוד ליין
קוקוט'ס למשל א באטעל גרעיפ זשוס קאסט היינט איבער 5 טאלער א פלענע רויבעריי
איך זעה נישט פארוואס ער זאל נישט בעטן מארגן 6 דאלער אין אזוי ווייטער

איך האף אז מהדרין זאל זיך נישט לאזן אין אריין גיין אין די גפן ליין אזוי וועט מען טיילן עסן אומזיסט
מהדרין איז געניג א גרויסע בחור זיך צי נעמען איבער זיינע ביינער אזוי ווי ער האט געטיען מיט קליינ'ס

שצם_חנכל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:53 pm

· #150595
קלונימוס קלמן

Maybe the chaveirim here can tell us which of these companies products are better?

By us the minhag is ; sour pickles- Flaums. Chrein - Tuv Taam. Dips(tomato & olives) - golden taste

מיט פלאם'ס פיקלס בין איך מסכים, טובטעם כריין האט א שטארקע וויניגער טעם וואס אסאך גייען דערפאר און אנדערע קענען עס נישט אין מויל נעמען דערפאר קויפן זיי golden taste, טאמעטא דיפ-נאר היימיש!

היימישער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:58 pm

· #150599
קאווע טרינקער
איך גיי אי"ה בלי נדר נישט קויפן זייערע מילכיגע אייטעמס.
לאז א צווייטען אויך מאכן געלט.

איך פארביר צו קויפן איינדערע קאמפעניס און אויב איך טרעף נישט נעם איך גפן

היימישער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:01 pm

· #150601
פערינא
מיין עקספיריענס איז, אז גפן האט טאקע פון אלעמען אבער מיט כמעט גארנישט איז ער די בעסט

מצה מאכען זיי זייער גוט

אא"ו געווענליך זענען זיי נישט די בעסט און מיין עקספיריענס. איך קען נישט פרייזען, ב"ה איך קוק נישט

איך קויף קמח, עס איז מער אויסגעבאקען און ווערט נישט אזוי שנעל סאגי ווי גפן

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:03 pm

· #150602
זלמן זאפיר
מהדרין איז געניג א גרויסע בחור זיך צי נעמען איבער זיינע ביינער אזוי ווי ער האט געטיען מיט קליינ'ס

און מיט JJ און Morning Select...

סאשי פיש » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:04 pm

· #150604
מהדרין איז JJ

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:07 pm

· #150606
יא צום סוף האבן זיי געווינען.

מ'לייגט דא אראפ ווי קדם האט אויפגעגעסן הדר און תירוש, פארגעסט נישט ווי מהדרין האט אויפגעגעסן און ארויסגעזעהן זיינע קאמפיטישאן אין די מיליכיגע ליין

גנדי » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 2:17 pm

· #150609
היימישער
פערינא
מיין עקספיריענס איז, אז גפן האט טאקע פון אלעמען אבער מיט כמעט גארנישט איז ער די בעסט

מצה מאכען זיי זייער גוט

אא"ו געווענליך זענען זיי נישט די בעסט און מיין עקספיריענס. איך קען נישט פרייזען, ב"ה איך קוק נישט

איך קויף קמח, עס איז מער אויסגעבאקען און ווערט נישט אזוי שנעל סאגי ווי גפן

דוכט זיך אז קמח איז אויך אפגעקויפט פון גפן?

געהערט פון א משגיח - לאנג צוריק - אז אונזערע חמץ'דיגע מצות איז מאנישאוויץ פסח מצות.

היימישער » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:00 pm

· #150628
ניין, נאר זיי מאכען עס אויפן זעלבן פלאץ, אבער עס טעיסט איינדיש

ככלי מלא בושה » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:33 pm

· #164374
גפן-קדם
איך בין ארויס געגאנגען זוכן גרעיפ דזאאס וואס באלאנגט נישט פאר קדם-גפן זאגט מיר איינער ס'איז דא Nature's Own
איך האב אנגעפרעגט ביי א ידיד וואס קען די ליין, און נישט מער און נישט ווייניגער Nature's Own איז קדם

ממילה אויב פראבירט איר צו שטיין ווייט פון דיע מאפיא גענג: גפן-קדם-גליקס-שיבולים-טעם פרי-רש"י, לייגט צי נאך א נאמען Nature's Own
אגב. אויב איינער ווייסט א גרעיפ דזאס וואס באלאנגט נישט פאר די מאפיא ביטע לאזט מיר וויסן

איך אויך » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 12:36 pm

· #164375
דיין חבר איז מיסאינפארמירט.
בלאט: 1 2