אסטראנאמישע סכומים אין יום הקדוש
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4760
אסטראנאמישע סכומים אין יום הקדוש
ביי אייך אין ביהמ"ד איז מפטיר יונה מסתמה געגאנגן פאר אפאר הונדערט דאלער צו גאר עטליכע טויזענט דאלער אבער אין געוויסע שוהל'ן איבער די וועלט איז דאס געגאנגן פאר גאר גרויס געלט.
אין די צענטראלע שוהל אין מאסקעווע, רוסלאנד, בנשיאות הרב פנחס גאלדשמידט, איז מפטיר יונה פארקויפט געווארן פאר צוואנציג מיליאן רוביל, וואס איז איבער זעקס הונדערט און צוועלעף טויזענט דאלער!!! די הכנסה גייט פאר די לאקאלע מוסדות, און ישיבה תורת חיים.
אין ביהמ"ד ד'מרכז וויזניץ בנשיאות האדמו"ר מהרמ"מ, איז מפטיר יונה געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' חיים שטערן פון קווינס, פארן סכום פון אכט און צוואנציג טויזענט דאלער!!!
אינעם ביהמ"ד פון הרב עובדי' יוסף, -וואס ווערט מארגן 94 לאויוש"ט-, פארקויפט געווארן מפטיר יונה פאר 26,000 ש"ח, וואס איז בערך 7,000 דאלער!
ביים פוסק הדור דער בעל שבט הלוי שליט"א, איז הוצאה והכנסה פארקויפט געןוארן פאר 40,000 ש"ח וואס איז איבער 11,000 דאלער, און מפטיר יונה פאר 22,000 ש"ח וואס איז איבער 6 אלפים!
ביי הרב יהושע פינטאו פון אשדוד, וואס האט געדאווענט אין א האטעל אין ירושלים האט זיך די פתיחה פאר כל נדרי פארקויפט פאר איין מיליאן שקלים! וואס איז איבער 280,000 דאלער!!!!!!!!
ווער נאך האט צוצולייגן פאנטאסטישע סכומים ביי אנדערע?
ביי אונז איז מפטיר יונה פארקויפט געווארן פאר 1200 $.
איין זאך וואס ווערט נישט ארויס געשריבן איז: ווי לאנג יס האט גענומען די פארקויפען און דאס בין איך זייער נייגעריג ווייל מאכט אליין דאס חשבון אויב און מיין שול וואס די הויפט סכום איז געווען 150$ האט עס גענומען 10 מינוט קומט אויס אז זיבען טויזענט דאלער נעמט 3-4 שעה און ווער רעדט נאך ווען די וואלוטע איז אין שקלים
איך ווינדער מיך, היות מפטיר יונה איז א סגולה לעשירות/פרנסה, איז דא א חילוק צווישן דער וואס קויפט עס פאר פינף הונדערט און דער וואס קויפט עס פאר פינף מיליאן? די שאלה איז אויב דער וואס צאלט מער האט אנגעוואוירן די דיפערענס צוליב דעם וואס ער דאווענט אין א גרויסע שול.
גארנישט אנגעוואוירן, דאס געלט גייט מילא פאר צדקה לצרכי רבים פארן שול. דער גאנצער פארקויפאכטס און ציאכטס איז א בדרך כבד'דיגער וועג צו שלעפן ווי מער געלט. כ'מיין אויב מ'מאכט א ביפאר ענד עפטער סערוועי פון מפטיר יונה קויפערס, וועלן די רעזאלטאטן נישט זיין אזוי פרענדלי.
עס קומט אויס אזוי:
אזוי ווי ביי ריעל-עסטעט, איז פאראן ערטער וואו זאכן קאסטן מער און פלעצער וואו זאכן קאסטן ווייניגר. עס קען זיין די זעלבע הויז, אין מאנהעטן וועט עס קאסטן עטליכע מעלוינען און אין א פארשטיפטע געגנט אין טעקסעס וועט עס זיין נישט מער פון כמה אלפים, ווייל אין מאנהעטן איז די ריעל-עסטעט הויך, אבער די זעלבע הויז אין טעקסאס איז גארנישט ווערד, וויבאלד די ריעל-עסטעט איז נידעריג.
מפטיר יונה שיינט מיר צו זיין פונקט די זעלבע. בשעת אין געוויסע בתי-מדרשים איז דאס א טייערע מעשה, איז דאס אין אנדערע פלעצער גאר ביליג. מסתמא איז די מפטיר יונה אין יענע בתי מדרשים נישט צופיל ווערד, בשעת אין מאסקעווע האט דאס א גרויסע וועליו.
ווער ווייסט?
און אויף דעם זאגט מען שוין נאך פון די פריערדיגע, 'געלט קלעבט צו געלט'
(יא צו מיין סינגל קלעבט זיך אזוי נאך א סינגל)
דער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נהורא נפישאדער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נאך א מזל אז ער האט עס געזאגט, ווייל ווען איך זאג דאס ווען וואלט מען מיר געסטעמפלט אלץ א כופר אדער אין בעסטע פאל א צינישע.
@אנאנים, אולי ווייסן זיי אז די סגולה פועלט נאר פאר איין יאר, און אויב זיי וועלן עס געבן פאר א צווייטע וועט די ערשטע צוריק ווערן א קבצן.
ווער בין איך זיך צו קריגן מיטן גר"א ז"ל? אבער איך זעה עפעס יא עשירות מיט סנדקאות, רוב רבי'ס וואס האבן אסאך סנדקאות זענען היפש אויף די רייכע זייט... קאן זיין מ'דארף האבן עטליכע אז ס'זאל העלפן..
נהורא נפישאדער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נו, שטייט דאך אין דער גמרא לא ראינו אינו ראי'.
כ'האב געמיינט דער יעב"ץ שרייבט עס אין זיין סידור.
איחוד פעלדנהורא נפישאדער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נו, שטייט דאך אין דער גמרא לא ראינו אינו ראיה.
אן עשירות וואס מזעהט נישט איז גרויסע צרות.
א שמח בחלקו איז יענער אויך נישט געווארען?
א שטייגער די רבי'ס וואס האבען יעדען טאג סנדקאות, פייגערען פריש אויף נאך א סנדקאות מארגען, איז דאך מוכרח כדברי הגר"א אז עס ארבעט נישט.
שעפטלווער בין איך זיך צו קריגן מיטן גר"א ז"ל? אבער איך זעה עפעס יא עשירות מיט סנדקאות, רוב רבי'ס וואס האבן אסאך סנדקאות זענען היפש אויף די רייכע זייט... קאן זיין מ'דארף האבן עטליכע אז ס'זאל העלפן..
ס'דערמאנט מיך פון איינעם וואס האט געזאגט אויף דעם וואס מ'זאגט אז טאנצען ביי קידוש לבנה איז א סגולה קעגן קאפוויי האט איינער אנגעמערקט יא אז מיט טיילענאל צוזאמען העלפט עס געווענליך.
ביי אונז איז מפטיר יונה געגאנגען צו 54 דוללער.
נו פרעג איך, ווירקט עס דער זעלבע ווי דער וואס האט עס געקויפט פאר דו אלפים?
אונטרן טרעין סטעישען האב איך באקומען מפטיר יונה בחנם.
כמדומה לי האט דער מפטיר יונה קיין שום מקור לעשירות. ס'איז אן אויסטרעף פון א געלונגענע רב,
אדער גבאי ביהמ"ד פון אמאל, דו רבנים און רעביס גלייבען ניטאמאל און דו אלע סארט סגולות.
סאו וואט
כמדומה לי האט דער מפטיר יונה קיין שום מקור לעשירות. ס'איז אן אויסטרעף פון א געלונגענע רב,
אדער גבאי ביהמ"ד פון אמאל, דו רבנים און רעביס גלייבען ניטאמאל און דו אלע סארט סגולות.
📎 Untitled.jpg
נטעי גבריאל די מעשה'לעך קאנסטו פון אים אפקויפן ווען ס'קומט צו הלכה דארף מען אים איבערקוקען
מען קען קויפן אין סאו וואט'ס שוהל פאר פיר און פופציג דאללער, און עס פליפן ביי פינטאו און מאכן כמעט די גאנצע ריוח
כ'מוז דו געבן קרעדיט אויטספאוקען, אז אויף אייוועלט ביים אשכול ווי איז דער מקור בידיעות התורה
האט איינער אן געפרעגט ווי איז דער מקור אז מפטיר יונה הוא מסוגל לעשירות, און קיינער האט זיך
נישט אנגערופן גלייך, נאר נאכדעים האט זיך איינער דערמאנט און נטעי גבריאל בשם חב"ד,
קוקט אויס ווי דער לומדים דא זענען סאך גרעסער..
א לייק פאר קאווא שטיבל
יש אומרים שזהו מה שמקובל שסנדקאות הוא סגולה לעשירת, זהו רק אם הוא עושה הכל לבדו, דהיינו הוא מביא את התינוק לביהמ"ד (קוואטיר) וגם מלין אותו על ברכיו, וגם מחזיק את התינוק בעת קריאת שמו, והוא יתן קצת מן היין לתוך פיו של הרך הנימול לאחר שנכנס לבריתו של א"א ע"ה, ואז יעזור השי"ת שיתקיים בו אורך ימים בימינו ובשמאלה עושר וכבוד.
נהורא נפישאנטעי גבריאל די מעשה'לעך קאנסטו פון אים אפקויפן ווען ס'קומט צו הלכה דארף מען אים איבערקוקען
אבער דו האסט (מסתמא) נישט געקענט דעם "נטעי גבריאל" אלס בחור אין ישיבה. ס'נישט געווען נאך אזא מתמיד ווי ער.
berlbalagulehנהורא נפישאנטעי גבריאל די מעשה'לעך קאנסטו פון אים אפקויפן ווען ס'קומט צו הלכה דארף מען אים איבערקוקען
אבער דו האסט (מסתמא) נישט געקענט דעם "נטעי גבריאל" אלס בחור אין ישיבה. ס'נישט געווען נאך אזא מתמיד ווי ער.
און דו יא??
איך הער אז אין מילקשעיק האבן די לצים זיך אונטערגעהאלטן אויפ'ן חשבון פונ'ם גבאי. זיי האבן געשריגן און געשישקעט דער גבאי איז געווארן צומישט און פארחושט (פארגעסט נישט, אין חצר מילקשעיק האט מען מקפיד געווען נישט טועם צו זיין דעם צענטען...) און ער האט עס בטעות פארקויפט פאר ח"י פעמים צוה לברכו...
ביינונז אין בית מדרש האט זיך מפטיר יונה פארקויפט פאר צוועלעף הונדערט, אבער פתיחה צו נעילה האט א איד געקויפט פאר זיין זוהן פאר צוויי אהאלב אלפים.
סאו וואטכ'מוז דו געבן קרעדיט אויטספאוקען, אז אויף אייוועלט ביים אשכול ווי איז דער מקור בידיעות התורה
האט איינער אן געפרעגט ווי איז דער מקור אז מפטיר יונה הוא מסוגל לעשירות, און קיינער האט זיך
נישט אנגערופן גלייך, נאר נאכדעים האט זיך איינער דערמאנט און נטעי גבריאל בשם חב"ד,
קוקט אויס ווי דער לומדים דא זענען סאך גרעסער..
א לייק פאר קאווא שטיבל
מ'קען ליידער זאגען 'אשרי מי שחושדין ואין בו' ,כ'בין ליידער ווייט פון א תלמוד חכם, פשוט א גרויס חלק פון מיין TRADE איז מאכען RESARCH (כ'זאג אלץ פאר מיין סעקרעטערי "פרעג GOOGLE ׂ) נעכטען האב איך דארעך געטון די סוגיא מעמיד דמעמיד אויף GOOGLE און כ'האב צומאלען א דיין.
דאס וואס שרייבסט
קוקט אויס ווי דער לומדים דא זענען סאך גרעסער.. נישט נאר אז ס'דרייען זיך דא גרעסערע לומדים, נאר אפילו בעלי דעת ומדע און בעלי שכל הישר דורך צו נעמען אן ענין געפינט מען דא אין
קאווא שטיבלאיין זאך וואס זיי זענען גוט און קענען אפשר נעמען קרעדיט איז HISTORY פון צדיקים.
איחוד פעלדנהורא נפישאדער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נו, שטייט דאך אין דער גמרא לא ראינו אינו ראי'.
כ'האב געמיינט דער יעב"ץ שרייבט עס אין זיין סידור.
די גר"א האט נישט געמיינט צו זאגן "לא ראינו", ער האט געכער געמיינט צו זאגן "ראינו שלא"!
געווענדליך אין די גרויסע שוהל'ן איז שוין דא בדרך כלל א חזקה ווער עס קויפט עס, אדער לכל הפחות וועלעכע פיר פינעף מענטשען בידן איינעם דעם צווייטען.
אסטראנאמישע $1,536,00.00 האט יונה הנביא באצאלט פאר דעם מפטיר יונה.
(מסכת נדרים לח א) יונה דכתיב (יונה א) ויתן שכרה וירד בה וא"ר יוחנן שנתן שכרה של ספינה כולה אמר ר' רומנוס שכרה של ספינה הויא ד' אלפים דינרי דהבא.
איצט לאמיר מאכען די חשבון.
דינר זהב = 25 דינר כסף
דינר כסף = 192 פרוטות
פרוטה = 8 pennies
25* 192 = 4800 פרוטות
4800 * 8 =38400 pennies
38400 * 4000 = 153,600,000 pennies
convert pennies to dollars
153600000 / 100 = $ 1,536,000
אויב 1 פרוטה איז נישט 8 pennies וועט די חשבון זיין אביסל אנדערשט.
סאמאר מהרז"ל
Hanugid R' Yisroel Goldberger was Oilah Maftir Yona B'Beis Midrusheini KY, & Shnudered new Mikva TeHarah in KY! 3rd huge Binyan he donates!