☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » את חטאי אני מזכיר היום

את חטאי אני מזכיר היום

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #476

in-Kolel » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:38 pm

· #7352
את חטאי אני מזכיר היום
עליכם השלום עליכם השלום.. .ווער איך? יעצט אנגעקומען? העם נישט ממש שוין א שטיק צייט וואס איך דריי מיך ארום אויסשמעקענדיג דאס פלאץ אין יא ווי די טויב ביי נח'ס תיבה איך האב געטראפען ווי מיך אפצירוען

שוין פריידט זיך נישט אזוי איך בין מער א ליסטענער ווי א סטארי טעלער סאו ציפול וועט איר מיר נישט זעהן דא

נארוואס יא? את חטאי אני מזכיר היום ווען נישטערנדיג דא אינעם קאווע טאפ האב איך מיר אנגעשטויסן אין אן ארטיקל עפעס געוואלדיג פשיהא אין... אין... אין כ'האב... אין כ'האב עס.... געקאפיט אין געפעיסט ערגעץ אנדערש..... אקעי פריי דיך אז כ'האב דיר פארציילט קוק נישט אזוי שטרענג פליז...

האב איך געטוען אן אומרעכט? אויב יא ביטע פארגעבט מיר אויב נישט דאן ווייס איך נישט פארוואס איך מאך מיך אזעלעכע בושות דא ברבים אויפן פודיאם

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:44 pm

· #7356
Re: את חטאי אני מזכיר היום
קודם שלום עליכם א איד פון כולל, מאכט אייך היימיש.

אויב מעג איך פרעגן וועלכע ארטיקל האסטו געקאפיעט און קיין ווי האסטו אים געפעיסט?

in-Kolel » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:49 pm

· #7362
Re: את חטאי אני מזכיר היום
ערגעץ אינמיטן פינעם שטערן געמויזעכטס האב איך געגנבט א זאפטיגס אין געפאוסט אויף 😢 א ביבי גרופע

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 24, 2012 11:57 pm

· #7367
Re: את חטאי אני מזכיר היום
in-Kolel
ערגעץ אינמיטן פינעם שטערן געמויזעכטס האב איך געגנבט א זאפטיגס אין געפאוסט אויף 😢 א ביבי גרופע

שאמעלייכעם ועל בניכם, קומענדיגע מאל קענסטו עס ארויפליידן מיט א לינק צום אשכול להגדיל תורה ולהאדירה.

in-Kolel » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:07 am

· #7373
Re: את חטאי אני מזכיר היום
דענקעך נישט פינקטליך ווי דאס איז געווען ווי אויך האב איך מורא פאר גילו

שלמה_דיין » מיטוואך אפריל 25, 2012 12:11 am

· #7375
Re: את חטאי אני מזכיר היום
in-Kolel
נארוואס יא? את חטאי אני מזכיר היום ווען נישטערנדיג דא אינעם קאווע טאפ האב איך מיר אנגעשטויסן אין אן ארטיקל עפעס געוואלדיג פשיהא אין... אין... אין כ'האב... אין כ'האב עס.... געקאפיט אין געפעיסט ערגעץ אנדערש..... אקעי פריי דיך אז כ'האב דיר פארציילט קוק נישט אזוי שטרענג פליז...

האב איך געטוען אן אומרעכט? אויב יא ביטע פארגעבט מיר אויב נישט דאן ווייס איך נישט פארוואס איך מאך מיך אזעלעכע בושות דא ברבים אויפן פודיאם


א גנב באצאלט כפל! שרייב אריין צוויי מאל די צאל ווערטער ווי וואס דו האסט אפגע'גנב'עט ויתכפר לך ודי בזה.

in-Kolel » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:04 am

· #7471
Re: את חטאי אני מזכיר היום
אוי יאוי יאוי יאוי! איי בא בא בעי באי באם באם! (בנוסח הרה"צ שלום שוואדראן זצ"ל) איך האב מיך דערמאנט איך האב מיך דערמאנט אוי יאוי איך האב מיך דערמאנט דאס איז געווען דער טייערער ארטיקל דער מורא'דיגער ארטיקל אן ארטיקל געשריבן דורך א טייערע איד הרב רבי קופערניקס דער ארטיקל ווייסט איר טייערע אידן וועלעכע ? 'אן עפארדאבל מחאה פלאן' אוי יאוי מע זינקט דאך איין פאר בושה!

(עד כאן הניגון אויב האט איר מיטגעהאלטן)
אזוי ליגענדיג אויף דער ערד בפישוט ידים ורגלים פאלט מיר אריין א געדאנק אין קאפ, שטעלט אייך פאר ווען דער סיסטעם פין א בי"ד הגדול אין דער אידישע פאליציי אין טורמע גייט אן היינט,
ומעשה שהיה כך....

א העכטס געהיימע מיטינג קומט פאר אין לשכת הבי"ד אנגעפירט דורכן ראש בי"ד ציזאמען מיט די דיינים מער פין אינטען זיצט דער הויפט פין די ענ.עס.עי. דאס איז די טעכלענאגיע פאליציי וואס זיי סקענען דורך יעדע אימעיל וואס גייט נאר ארויס אין לאנד זיכער מאכן אז עס אנהאלט נישט קיין טעראר וואס קען שאטן פאר די רבנים

די היינטיגע מיטינג איז פאריפן נאכדעם וואס ביי די לעצטע מלחמה דאס איז די בארימטע "מלחמת השטרן" איז ליידער אין יענע צייט אויפגעקומען א סייט וואס דארט האט מען נישט צענזירט וואס מען שרייבט אין יעדער טוט דארטן כל מה שליבו חפץ רח"ל בעיקר איז מען גאר שטארק דערשראקן פינעם לעצטן פארגעשלאגענעם פלאן דער עפארדאבל מחאה פלאן וואס א רעפענדורם ביים פאלק האט געוויזן אז דער עולם גלייכט דאס זייער

אינמיטן ציקלינגט זיך די טעלעפאן אוי וויי אין מיט א שאק ווערט איבערגעגעבן אז איינער האט נארוואס געקאפיט דעם פלאן אין נאך ערגער ער האט דאס געפעיסט אויפן ביבי! דאס ציינו אז אפילו איינער וואס האט נישט קיין אינטערנעץ קען דאס ח"ו זעהן

די פאליציי האט זיך גלייך אריינגעלייגט דערינען נאך אפאר טעג שפיאנירן אין אלע כוללים האבן זיי מיר געפאקט יא אני הקטן

אוי וויי כ'האב שוין נישט קיין צייט איך דארף כאפן דעם טשעק אין כולל

קופערניקס ביסט מיר מוחל?

chasid » מיטוואך אפריל 25, 2012 11:36 am

· #7495
Re: את חטאי אני מזכיר היום
לאמיר אלע צוזאמען אים נישט מוחל זיין ביז ער דערגרייכט זיין הונדערטסטע תגובה, זענט איר אלע מסכים?

דבילה » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:35 pm

· #7567
Re: את חטאי אני מזכיר היום
chasid
לאמיר אלע צוזאמען אים נישט מוחל זיין ביז ער דערגרייכט זיין הונדערטסטע תגובה, זענט איר אלע מסכים?


חברה - לייק דעם תגובה פון "חסיד" צו ווייזן אן הסכמה צום פארשלאג!

in-Kolel » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:37 pm

· #7592
Re: את חטאי אני מזכיר היום
שכ'ח אידן פאר די לייקס ממש א איבעראשונג שוין דעם ערשטן טאג
אין סאררי איך האב נישט ריספאנדעד בעז חעצט נו ווייסטוך כבין געווען אין כולל

אה אין שיעור פארגעסען שכח פארן מוחל זיין כשפיר מיר אסאך בעסער

ברוין » מיטוואך אפריל 25, 2012 2:52 pm

· #7600
Re: את חטאי אני מזכיר היום
אכן נודע הדבר ווער עס האט פארשפרייט די ארטיקל אין מיין שול.
קופערנוקיס מ'האט זיך מחי' געווען