מישקאלץ גייט מיט דזשאן ליו, יארעסלאוו אינדארסט ווינער
זיי זענען צוויי קלענערע בתי מדרשים. ביידע שכנים, אויף דעוויזשאן עוו אין וויליאמסבורג. אבער ווען ס'קומט צו שטימען פאר מעיאר זעהן זיך נישט די צוויי שוהלן אויג אויף אויג. מישקאלץ (גאטליעב) האט געהייסן זיינע מתפללים שטימען פאר דזשאן ליו. דאס איז נישט א סורפרייז אין די פאליטישע וועלט בכלל. די מתפללים דארט זענען באקאנטע טשייניז פוד ליבהאבערס, און דזשאן ליו'ס קאמפיין האט פארשפראכען צו מאכן טשייניז פוד מער אפפארדעבעל.
וואס איז אבער יא א ווינדער איז פארוואס יארעסלאוו האט אפגעמאכט צו גיין מיט ענטאני ווינער, נאכדעם וואס ווינער האט ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג צו קאמפיינען אין יענע שוהל. און אסאך יארעסלאווע מתפללים זענען טעגליכע קאווע טרינקער אין מישקאלץ, און מיט'ן זיך ארויסשטעלן קעגן דזשאן ליו קען קומען צו א רייבעריי אין די געמיינזאמער פריינדשאפט.
פון א באי בית יארעסלאוו האב איך געהערט אז ווינער איז די סעיפעסט בעט צו גיין אויב וויל מען נישט אפפענדן די סאטמארע פראקציעס וועלכע האבן אינדארסריט צוויי אנדערע קאנדידאטן. א צווייטער יארעסלאווער מתפלל זאגט מיר אז ווינער וועט זיך זיכער אננעמען פאר מציצה בפה, הגם ער האט מיר נישט געזאגט אויף וואס ער באזירט עס.
דער דיבלאזיא קאמפיין האט אוועקגעמאכט די צוויי אינדארסירונגען אלץ ריין אינערליכע פאליטיק. א טאהמפסאן קאמפיין ווארטזאגער האט בכלל נישט געוואלט קאמענטירן. און א קווין קאמפיין ווארטזאגער האט רעאגירט פרעגענדיג בייזערהייט צי איינע פון יענע שוהלן האבן א ווייבער שול.
-----
ביטע זיך האלטן צו די פאקטן, נישט סתם פאליטיזערן דא.