☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » געפארבטע קעסטלעך אויפן גאס

געפארבטע קעסטלעך אויפן גאס

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4707

דולה ומשקה » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 3:32 pm

· #148622
געפארבטע קעסטלעך אויפן גאס
כ'ווייס נישט ווי אזוי דאס אראפ צו שרייבען, איך ווייס אויך נישט ווי אזוי ארויף צו לייגען בילדער.
אבער דאס איז א אינטרעסאנטער פאקט, כאילו מ'איז אויפגעשטאנען איין טאג אויפן צווייטען, האט מען געטראפען פארענט פון געשעפטן אזעלעכע געפארבטע קעסטעלעך, רוב זענען שווארצע, אבער ס'איז אויך דא פון בלוי אין פון רויט, מיט ווייסע בארדערס ארום דעם.
טייל זענען איינצעלע אין פארהאן אויך צוויי געפארבטע קעסטלעך פארענט פון די געשעפטען.
כ'האב געפרעגט אסאך מענטשען קיינער האט מיר נאך נישט געקענט געבן א קלארע ענפער וואס דער באדייט פון די געפארבטע קעסטלעל זענען?

ווייסט איינער צו זאגען מה זה ועל מה זה?

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 3:41 pm

· #148626
כבר קדמוך חבירינו היקר געפילטע.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/138807">viewtopic.php?p=138807#p138807</a><!-- l -->

וכנראה, אין פותר אותם.

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 3:44 pm

· #148629
וואו איז חזקיהו המלך ווען מען דארף איהם?

געפילטע פיש » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 4:32 pm

· #148638
לכאורה אז קיינער ווייסט נישט האט עס א ילוד אשה נישט געמאכט, מוז זיין אז דאס זענען UFO'ס וואס גרייטן זיך צו לאנדען אין ברוקלין און האבן אנגעצייכענט וואו די פוס פון זייער האווערקראפט זאל גיין. דעריבער מאכט זיכער נישט צו שטיין אויף די קעסטלעך, נישט צודראשן ווערן פון די געוויכט פונעם גרויסן געביידע.

מאטי » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2013 6:27 pm

· #148691
איך האלט אז דאס איז א קאנספיראציע פון אפאר געהיימע יוגענטליכע וואס האבן געוואלט שפילן האפסקאטש....

דולה ומשקה » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 1:45 pm

· #148935
א דאנק פאר דער אויבערדערמאנטע לינק, אבער דאס מאכט גרעסע דער פליאה עצומה אין באדייט פון די געפארבטע קעסטלעך, אין קיינער ווייסט נישט וואס דער מיסטריעזע קאנספיראציא ליגט אונטער דעם באגראבן.
היינט האט איינער אין בית מדרש בשעת צאם לייגן די תפילין מגלה סוד געוועהן אז דאס האט צו טועהן מיט TAX, אין אז אויב מען באמערקט געפונט זיך דאס קעסטעלע פארענט פון דער טיר דייקא. קיינער אין ער אליינס אויך נישט געוויסט צו זאגען מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ער האט אפילו נישט געוויסט (אדער געוואלט) צו זאגען פון ווי ער נעמנט זיין באהאלטענע אינפראמאציע. נו, קבל הדברים ממי שאמרם, אדער יא אדער ניין.

אויסער אין קאווע שטיבל איז דא נאך א פלאץ אויפן גרויסען געוועב, ווי מ'איז דן בכובד ראש איבער דעם חידה סתומה?

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 2:13 pm

· #148940
ס'דרייט מיך משוגא... כ'האב שוין גע'גוגלט גע'בינגט און גע'יאהוט, אבער גארנישט. 311 ווייסט אויך גארנישט. זיי האבן מיך געשיקט טשעקן אויף די DOT וועבסייט צו טשעקן פאר פירמעטס, אבער די רעזולטאטן שטימן נישט מיט די פלעצער וואס זענען גע'פעינט. אזוי סאך איז מיר יא נתחדש געווארן במשך די ריסורטש, אז רויט גע'פעינט איז לעקטריק, און געהל איז פאר געז סארט ארבייט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:23 pm

· #149071
"יגעתי ומצאתי"


די מעשה איז אזוי, ס'האט גארנישט מיט די שטאט, ס'איז די גראפיטי פון א היימישע ביזנעס.

הפרטים: ס'דא א גוי וואס קלינט די פענסטערס פון אסאך סטארס אין די ברוקלינע געגענט פאר אסאך יארן. אנהייב זוממער האט עד דיסיידיט ער איז צו אלט, ער גייט ריטייערן, האט ער פארקויפט די ביזנעס פאר צוויי היימישע יונגעלייט. די חברה האבן געהאט א פראבלעם, יעדע סטאר האט זייער אייגענע פרעפרענצעס. איינעם דארפן מען וואשן יעדן טאג, איינעם יעדן וואך, און א דריטער יעדן חודש און אזוי ווייטער. זענען זיי געקומען אויף אן המצאה, אנשטאט מאכן א נארמאלע ליסט ווי נארמאלע מענטשען, האבן זיי געספרעיט די באקסעס און פראנט פון יעדען סטאר וואס ניצט זיי, מיט א קאוד. למשל אז מ'דארף וואשן יעדן טאג, א שווארצע באקס, יעדן וואך, א רויטע אא"וו אז די גוים וואס לויפן ארום קלינען זאלן וויסן וואס צו טוען.

זעהט אויס די גוים זענען איליטעריט און קענען נישט ליינען א ליסטע, מ'האט געדארפט ספרעין ווי א חזיר און פראנט פון יעדן סטאר.

בעל הבית » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:44 pm

· #149075
או,ב''ה מ'איז בלויז אפגעקומען מיט שרעק,

זר זהב » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:45 pm

· #149078
א בילד ?

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:46 pm

· #149080
מ'דארף יענעם הרג'נען

רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:03 pm

· #149085
זר זהב
א בילד ?

קרעדיט: @געפילטע פיש
img.jpg

געפילטע פיש » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:38 pm

· #149105
סא וועלכע קאליר דארף איך שפריצן פארענט פון מיין סטאר טאמער וויל איך צוויי מאל א וואך?

berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:01 am

· #149275
רויטע וואנצעס: ס'איז נאר א וואונדער אז מעיאר מייקל בלומבערג האט נאכנישט געפונען א וועג וויאזוי צו מאכן א פאר דאללער פאר די שטאט פון דעים עסק. למשל געיבן טיקעטס וכדומה.

שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:42 am

· #149344
רויטע, מקור???

רויטע וואנצעס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:51 am

· #149348
@שמעקעדיג פיעלד ריסורטש.
ס'האט מיך אזוי געבאדערט, איך בין פשוט אריין און אפאר סטארס, ביז איינער האט געוואוסט. כ'האב עס שפעטער קאנפירמט מיט אנדערע סטארס.
קיין שום שטאטישע אדער סטעיט אגונטור האט א רעקארד פון דעם.