***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #470
***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
ווער עס הערט אויס דאס ליינען יעדע וואך ווייסט זיכער אז איינס פון די מערסט באליבטע טראפן (טעמים) וואס דער עולם האט ליב מיטצוזינגען מיטן בעל קורא איז די אלעמען גוט באקאנטע אזלא גרש...
אין די תורה הק' איז דא מער ווי איין אזלא גרש, כמעט יעדע וואך קען מען געפינען א אזלא גרש אין די סדרה, אבער העולה על כולנה די מערסט באקאנטע אזלא גרש פון אלע איז זיכער בלי שום ספק די אזלא גרש פון "ואת האלף" וואס מען ליינט אין פרשת פיקודי.
פונקטליך די סיבה פארוואס אט די דאזיגע אזלא גרש האט אזוי נושא חן געווען ביי יעדן איז אומבאקאנט, אבער ס'לאזט זיך זאגן א סברא'דיגע תירוץ אז דאס איז צוליב וואס מען רעדט פון גוטע זאכן, מען רעדט פונעם אלף'ל, און וועלכער איד האט דען נישט ליב צו האבן ביי זיך אין טאש א באנטש פון די אלף'לעך...
אבער באמת אז מ'קלערט אריין איז דא נאך באקאנטע אזלא גרש'ס, הגם זיי זענען נישט אזוי באקאנט ווי די ואת האלף.
ואלו הן:
"ויחץ" אין פרשת וישלח
"קטונתי" אין פרשת וישלח
"ואת האלף" אין פרשת פיקודי
"אל פתח" אין פרשת ויקרא
"כאלה" אין פרשת פנחס
"לדעת" אין פרשת עקב
"הלא המה" אין פרשת ראה
און נאכדעם איז דא נאך א גאר באקאנטע אזלא גרש וואס איז דער יעמוד מיט וואס מ'רופט אויס א חתן לתורה.
שרייבענדיג דערמאן איך זיך אז איך האב אמאל געהערט פון א בדחן משלב צו זיין די אויבענדערמאנטע אזלא גרש'ס ווי פאלגענד:
"אל פתח" פסח ביינאכט
"ויחץ" צוטיילט מען די מיטעלסטע מצה
"לדעת" דארף מען אבער צו וויסן
"ואת האלף" אז די גרעסערע העלפט (אלף איז מרמז אויף א גרויסע פארציע)
"יעמוד" דארף מען אוועק שטעלן פארן אפיקומן
"קטונתי" און דאס קלענערע העלפט
"הלא המה" זאל זיין
"כאלה" אזוי ווי די אלע אנדערע מצות...
עד כאן דבריו ודברי פי חכם חן.
אלזא לענינינו לרגל דאס דערגרייכן דעם "ואת האלף" און דער עולם באזינגט מיר פון אלע זייטן מיטן "ואת האלף" און א חשוב'ער ניק האט אפילו געעפנט א מזל טוב אשכול לרגל די אלף נאך היפש בעפאר איך בין באמת אנגעקומען דערצו, וויל איך אבער מוסר מודעה זיין אז באמת "אזלא גרש" גיי איך ארום צובראכן דערפון, איך בין נישט דער מענטש וואס האט ליב כבוד און פרסום און באזינגעכצער, אבער אז די מילך האט זיך שוין אויסגעגאסן ווי מ'זאגט, מ'האט שוין געמאכט עניוועי א וועזן דערפון, מוז איך בעל כרחך מיטשפילן און מיטזינגען מיט ענק אינאיינעם דעם "ואת האלף", און לכבוד דעם האב איך משלב געווען כדרך הבדחן הנ"ל די באקאנטע אזלא גרש'ס, אבער דער יעניגער בדחן האט אינגאנצן פארגעסן פון נאך א באקאנטע אזלא גרש וואס איז אין פרשת שלח "ולא תתורו", וועלן מיר אינעם שילוב אויך דאס צולייגן.
"אל פתח" אין אנהייב ווען איך בין אריינגעקומען דא
"יעמוד" האב איך זיך צוריקגעהאלטן פון שרייבן אסאך
"קטונתי" און איך האב געמיינט אז איך וועל פארבלייבן מיט ווינציג תגובות
"לדעת" שפעטער בין איך אבער געקומען צום דעת
"הלא המה" איך זאל מער שרייבן אזוי ווי זיי די אנדערע ניקים
"ואת האלף" אזוי ארום האב איך זיך דערזעהן ביי 1000
"ולא תתורו" צום שלוס בעט איך שפיאנירט נישט נאך מיר דורך נאכקוקן ווי איך האב געשריבן די מערסטע
"ויחץ" ווייל האלב תגובות איז געשריבן געווארן אין שמייכל פארום
"כאלה" איך האף אז די קומענדיגע 1000 וועט זיין "כאלה" אזוי ווי די דאזיגע תגובה און נישט דורך די 5 ווערטער אשכול
אדער קען מען זאגן אביסל אנדערש
"כאלה" מיט אזעלכע תגובות איז נישט קיין קונץ
"ויחץ" האלב איז דאך אין צוויי ווערטער און אין פינף ווערטער אשכול
"הלה המה" די קונץ איז נאר ווען מ'שרייבט ווי יאנקל און אנדערע
"לדעת" וואס שרייבן נאר זאכליכע קלוגע תגובות
"קטונתי" ווען מ'נעמט ווען אוועק די אלע פינף ווערטער תגובות בין איך באמת א קליינע ניק
"יעמוד" באמת שטיי איך אין גאר א אנדערע ראנג
"אל פתח" איך שעם זיך אזוי אז איך זיך די טיר ארויס
"ולא תתורו" אויב שפיאנירט מען אבער נישט וואסערע תגובות איך האב געשריבן
"ואת האלף" דאן בין איך יא א שר האלף
עכ"פ מיינע טייערע פריינט
ענק קענען מיר נישט פון היינט
במשך די צייט געשריבן אסאך
הגם נישט אלע אזוי גוט און רייך
אבער להגדיל קאווע שטיבל ולהאדירה
און פארשענערן איר צורה
טוה איך טאג טעגליך פרובירן
און איך טוה דערמיט שטאלצירן
דעריבער ביטע טוט מיר נישט אראפקוקן
אז איך טוה סתם תגובות אריינריקן
קוקט אויפן גוטן חלק און נישט אויף די פסולת
שוין... מער שרייבן בין איך נישט ביכולת
ס'ווערט שפעט איך ברויך אהיימגיין
דערוויל קענט איר מגיב זיין
אדער לכה"פ מיטן אגודל א לייק געבן
האטס מיר און זייטס מיר, מאכטס א לעבן
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
מיינע צען זענען מיר שוין אינדרויסן, יעצט איז מיין צונג מיטגעפארן, און מיין מויל אנגעבלאזן.
איך ווייס נישט און קען ניט ארויסברענגען די ריכטיגה ווערטער און אויסדרוקן פון מיין מויל.
איך שטעל זיך שוין אפ, און כטוה ווינטשעווען פון טיפסטן מקום אין מיין ריזיגען הארץ אז יהי רצון דו זאלסט גייין מעלה מעלה און מיר זאלן פון דיר הנאה האבן און דו פון אונז.
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
געוואלדיג! ואת האלף איז ווערט וואו אלע טויזענט צוזאמען! אשאד מ'קען נישט לייקען טויזענט מאל...
___________________
וואו ביזטו דערגאנגען וואס דיין טיטול גייט זיין נאך פאר די האסט עס באקומען?
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
פאר אזא תגובה קומט זיך דיר לייקס פון אלע סארט:
👍
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
מזל טוב שמואל הלוי !!!!
ואת האלף ואת האלף ואת האלף ואת האלף ואת האלף !!!!!!
דאז"ה (דער אייבירשטער זאל העלפן) ביז 120 אלף תגובות זאלסטע אונז מהנה זיין!!
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
שמואל הלוי! איר זענט געוואלדיג!! הלואי אויף מיר געזאגט...
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
שעכויעח הרב שמואל!
ביי די וועי איר האט זיך נישט וואס צו שעמן פון גארנישט נישט פינעף ווערטער נישט צוויי ווערטער מאכט אייך גרויס! איר זענט גוט סייווי!!!!!
דאכציך די מערסטע אשכולות איז אויך געפענט געווארן דורך אייך סאו מזל טוב פאר דעים אויך!
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
כ'האב ערשט באמערקט דעם אשכול, איהר האט מיר געכאפט אין א סופרייז - טויזענט תגובות! הלא דבר הוא.
איהר האט געבראכען א געוואלדיגע רעקארד, אזוי פיל קאווע אויס צו גיסען? אלעס קלעבט מיט זיסקייט.
שמואל הלוי (פאמיליע נאמען מפארהוילען...) איהר טוט אויף א געוואלד מיט יעדע איינצעלע תגובה ווי אימער זי זאל נישט זיין,
צלח ורכב זייטס מוסיף והולך, שעם זיך נישט פאר קיינעם און שעם זיך נישט פון זיך אליינס, האלט אייך נישט אזוי בענוה.
מיין ערשט 'לייק' גייט צו - שמואל הלוי
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
פון טיפן הארצן טוה איך זיך באדאנקן פאר אלע מגיבים
כולם אהובים כולם חשובים
ווי אויך פאר די לייקס וואס איר האט געטוהן שענקן
אייער גענאדע וועל איך אייביג געדענקן
דאס טוט שטארק טרייבן
נאך און נאך תגובות צו שרייבן
און טאקע זאפטיגע שמאלציגע וואס דער עולם גלייכט
ובזא אצא בברכת א גוטע נאכט
Re: ***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
דולה ומשקהמיין ערשט 'לייק' גייט צו - שמואל הלוי
א ברכה אויף דיין קעפעלע, איך בין באמת איבערראשט אז די ערשטע לייק אייערס איז געגאנגען פאר מיין ווייניגקייט.
שמאול גרייט שוין אן די תגובה פאר די 2000 קע"ה כן ירבו
וואסערע טיטל קומט דעמאלטס ארויף?
איך ווייס אויך נישט, מ'וועט אט אט געוואויר ווערן.
מז"ט נולד מאוחר פאר דיין טויזענט'סטע תגובה..
דעינעשמז"ט נולד מאוחר פאר דיין טויזענט'סטע תגובה..
מערצעשעם ביי דיר, אויב ביסט אינטערסירט. (כמיין צי זאגן מיין שכן האט געהאט זיין צוועלעפטע קינד און זאגט מיר ביי דיר מערצאשעם,
איך האב נישט געגלייכט די ברכה)
איך בין מסופק וואס די סאיז א מעלה די ואת האלף אדער סוואזט אויף סתם צייט פארברענגעריי.
אוי וויי, פחד פחדים, ממש יזכיר לו יום המיתה, מיטאמאל, אזוי בהיסח הדעת, קוק איך זיך אין דער זייט פון א תגובה מיינער און איך זעה ווי עס באזינגט מיר אזוי מיט'ן אזלא גרש "ואת האלף!!", דאס מיינט לכאורה אז איך האב שוין געשריבען טויזנט תגובות אויף קאווע שטיבל. רבונו של עולם! אויב לאמיר זאגען יעדער תגובה נעמט צו שרייבען א מינוט לפחות, און אין א מינוט האט דאך דער חפץ חיים אויסגערעכנט א מקען לערנען צויי הונדרעט ווערטער תורה און באקומען צויי הונדרעט פארציע'ס גן-עדן-פיש, איז דאך שומו שמיים. קומט דאך אויס אז קאווע שטיבל האט מיר שוין גורם געווען צוויי הונדרעט טויזנט אזוינע געשמאקע שטיקלעך געפילטע פיש פון גן עדן (נישט דער ניק), רחמנא ליצלן! והוי מחשב הפסד עבירה כנגד שכרה, קען דען א נארישע געלע הענטעלע וואס מרופט אוי'ן עולם הזה א "לייק" זיך פארגלייכן מיט אפילו א ברעקל פון גן עדן? סדאך נצח נצחים יעדער מאל עקסטער. און די ערגסטע איז וואס מכאפט ממש נישט וואס טוט זיך, ממיינט אזוי אכלה ומחתה בפיה ואמרה לא פעלתי עוון, סך הכל איין תגובה'לע, און מיטאמאל זעהט מין זיך מיט אן אזלא גרש.
זאל דאס לפחות ניצען אלץ א אזהרה פאר אנדערע, מיילע מיר, אבער סדאך דא אנדערע יודען ערליכער פון מיר, כולי האי ואולי וועלן זיי זיך מעורר זיין אביסעל מוסר לערנען פון וואס טוט זיך דא.
נ. ב. לעולם וואלט איך געדארפט מאכען אויף דעם א עקסטערע אשכול, נאר חסתי אויף די ביטול תורה וואס קען ארויסקומען פון דעם האב איך ענדערש, בצירוף לרוב ענוותנותי, עס מצרף געווען אזוי בשולי הגליון צו ר' שמואל הלוי'ס אשכול.
מיט א הארץ מלא הרגשים, שרייב איך יעצט דא אראפ מיין טויזענסטע תגובה (א דאנק פאר ידידינו ק. פאר מיר מאכן אויפמערקזאם דערוועגן). אסאך ידידים חברי ושותי קאווע שטיבל האלטן שוין אסאך מער פאראויס פון מיר מיט דער מספר אין תגובות, פאר מיר פרעזענטליך איז נישט אזוי ווייט דער מספר, נאר ענדערש אויף א צייט וואס מקוקט זיך צוריך, מ'דערמאנט זיך דאס ערשטע מאהל ווי איך בין געוועהן ציווישען די צוויי געסט וואס האבן זיך געדרייט דא, די מספר פון אשכולות איז געוועהן אויף דער הענט צו ציילען, פון "אפטיילונגען" מאן דכר שמיה, דערנאך געווארען א מיטגליד בלויז נאך קארגע פאהר וואכען פון ווען דער "קאווע שטיבל" האט זיך געגרינדערט, מיט יעדע איינציגע נייע אריין שרייבער איז מיר דאס געוועהן א פרעזענטליכע שמחה גארנישט ווייניגער ווי ס'געוועהן דער שמחה פון די חשוב'ע מייסידים.
רוב רובם פון דער נייע דור געדענקט שוין פשוט נישט יענע תקופה ווי יעדע נייע תגובה איז געוועהן כמים קרה על נפש עיפה, צוביסלעך מיט אסאך געדולט און ארבעט, איז קאווע שטיבל געווארען א צענטראלע פונקט, אפילו די וואס האסען אין שעלטן קאווע שטיבל, דאך זענען זיי פון די געסט וואס קומען אריין פאר א געשמאקע גלעזל פון איהר פרישע קאווע.
טויזענט תגובות איז א צייט פון חשבון הנפש, איך בעט מחילה אויב האב איך באליידיקט א ניק, איך האב דאס געטוהן מחמת אהבה המוסתרת, געווענדליך איז דאס געוועהן ביי... אוי איך וויל דאס אפילו נישט מרמז זיין, אנטשולדיקט.
פאר מיר איז בלויז געבליבען צו געבן א שבח והודאה פאר די מנהלים אחראים והמשגיחים פון אונזער קאווע שטוב, כל אחד ב'ניק' שבחר המוברך, פאר אונז געבן די געוואלדיגע געלגענגהייט זיך ארויס צו געבן, ה' יצליח דרכיהם הטובות, ויראו אך טוב וחסד כל היום.
מזל טוב דולה דיין שמחה איז אונזער שמחה
אגב אזוי ווי איך בין נאך גאנץ א נייער, אין איך האב ערשט איצט געזעין שמואל הלוי'ס התחלה, ווען ער האט געהאלטן ביי טאזענט, וויל איך נאר זאגען א קליינע הערה'לע אז א אזלא גרש אויף קטונתי, איז נישט זיכער, אין פראבעבלי נישט ריכטיג, גיב א קיק אין עני נייע חומיש וועסטי איבערצייגען די ווארהייט פין מיינע רייד,
אויך די אזלא גרש אויף די ווארט ולא תתורו אחרי לבבכם, ביי קריעת שמע, וואס רוב ריבם געבן דארט א ברימעלע לעיבן די ציצית א אזלא גרש, אז ממיז שפירן פארע אויף די האנט אין שמעקן די ציצה, איז אויך דא פיקפיקים אין די נייע תקון לקוראים איז ביי ביידע א רביעי, אדער ווי מ'זאגט אין סאטמער א רביעאאא מיט א פסח
מזל טוב מזל טוב, דיין שטענדיגע אנוועזענדהייט און רייכע תגובות לאזט זיך נישט גלייבן אז דו האסט געשריבן "נאר" 1000 תגובות, ס'איז א מועט המחזיק את המרובה.
מזל טוב דולה ומשקה! איך ווייס נישט פון וואו דו ביסט דולה, אבער דו ביסט אונז משקה מיט א ברייטקייט און מיר טרינקען אלעס מיט דורשט!
קודם מזל טוב דולה!! דער איבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין מעלה מעלה
זעענעדיג די קעפל איז נאכאמאל מיר אויגעשווימען מיין באדועיר - וועלכע אסאך אנדערע האבן עס אויכעט מן הסתם - וואו איז שמואל הלוי??????????
אפשר האט ער אן אנדער ניק דא?
מזל טוב
@נאר,,פרייליך אויף דיין טויזענסטע הודעה. בד"וו אז דו טוסט תשובה וועלן די זדונות ווערן זכיות.. 1000 זכיות!
רויטע וואנצעסמזל טוב
@נאר,,פרייליך אויף דיין טויזענסטע הודעה. בד"וו אז דו טוסט תשובה וועלן די זדונות ווערן זכיות.. 1000 זכיות!
צימעס הודעות COUNTS? ס'וואלט ווען נישט געדארפט
אה יעצט באמערקט אז ס'האלט שוין ביי טויזענט זכיות
יעצט בזמן תשובה לכל וועל איך פרובירען ביים שער האלף טראץ איך בין שוין אביסעל אריבער דעם טויער (יעצט זעה'ך אז'ס פינקט מכוון דערנאך וואס דער מערכת האט אוועקגענימען א גאנצער שכינות'דיגער אשכול) טאקע טאהן א תשובה ברבים אין אזעלכע דערהויבענע וואכען, כ'וועל מיטיילען מיין געוואלדיגער שמחה האלטענדיג דא:
מיין טויזענט'סטער תגובה,
נו וואס קען מען שוין זאגען נאך אזויפיל מחאות האקעריי ודברי מוסר?? צאמגעהאקט מירושלים ד'אמעריקא ועד בית שמש...... ועד בכלל
עס איז מיר א כבוד און זכיי' צו זיצען דא אין אזא שטיבעל און אנסמארקענען מיט אזא טויזענט געשרייבעכצער ניש מיר נש'דיר
און ניטאמאל האבען די זכיי' אויף א צוויי הינדערט לייקס, און ברוך ד' אז לעת עתה ועתה בכלל אינטערסירט מער עס גאר ווייניג און איך בין ב''ה נישט משועבד צו שרייבען רייד וואס זענען משועבד צו שלעפן לייק'ס, וואס לדעתי צענזורירט עס דעם מענטש מער ווי סיי וועלכע וועלטל וואס איז בנמצא ביים יודיש פאלק
אשרינו אשרינו !!
אז מיר האבען נאך בשטיבל'ינו אזעלכע שרייבער וואס זענען נישט דירעקטירט און ווערן מאנעווירט דורך נגיעת ושוחד ה'לייקס נאר איז משמיע ווי און ווען אימער דעם דע''ת האמיתי בלי פחד ומורא
==וויי צו ניקים וואס ברויכען זיך זעלבסט רימען==
אשרינו אשרינו !!
אז מען קען דא זיצען אין אזא שטיבעל און נישט כאפען התפעלות פון די אלע איינוואוינער און אנגיין אומגעשטערט מיט'ן ארויסזאגען דעם דע''ת
עד הנה עזרונו רחמיך, און מיר בעטן א תפילה לנורא עלילה אז ביים צוויי טויזענסטער תגובה זאל מיר האלטען ביים זעלבן קנאפע אינטערעס צו זיכען עטענשאן און מערקונג פון נארישע הענטעלאך וואס געט בלויז צייטווייליגער פאלשע סיפוק, און טרייבט דעם כותב צו צענזורירען זיין מיינונג צום הענטל קוועטשער.
איך לייק דיר פאר דייינע עטליכע אמת'ע נקודות אין דיין תגובה
דער (פינטעל) אידאיך לייק דיר פאר דייינע עטליכע אמת'ע נקודות אין דיין תגובה
כ'האב דיר געהאט אין מיינד ביי עטליכע זאצען מסתמא האסטו אויך מכוון געווען את ה'מכוון של הכוונות
מזל טובמורינו, החבר, העמקן, הישרן, הנעים, והנחמד
אדוק ברבינו רבי נחמן זי"ע, ואדוק בחבירים מקשיבים פה קפה שטיבל
הרב@ברסלבערנחל נובע מקור חכמהלרגל הודעתך האלףכולם שוין לטובה, מלא חכמה, מדע, וישרות, ו'גוסטקייט
ב' ברכות ובהודאות לרוב
ר' בינו ברסלבער מזל טוב
ס' פיר ויהלום עטך נוטפת מור
ל' השפיע לנו תמיד מקרן עור
ב' טוב טעם ודעות ישרות
ע' ל כל נושא אמרים יקרות
ר' וב תודה ממוקיריך עשרותבשם אלפי שותי קפה, יישר כח, ותודה רבה! דו באשיינסט אונזער שטיבל מיט דיין קלארע, הערליכע, חיזוק'דיגע, פאזעטיווע הודעות. \
קען נישט זאגן בעסער! וואנצעס האט ארויסגעלייענט מיינע געדאנקען!
ברסלבר'ס מאמרים זענען בעסער ווי גוט, און כל זמן שמזקין ווערט עס נאר בעסער און פרישער.
מי ידמה לו וכו', מיר באלעקן זיך די פינגער מיט זיינע הערליכע דרשות און מאמרים וועלכע ער איז משפיע מהודו אויף אונז אלע דא.
מזל טוב ברסלבר און מיר האפן כן יעזור ה' להלאה ביז די 2,000 ולמעלה בקודש!
ברוכים תהיו.
איך קען נישט זאגן "אי"ה ביי אייך אויף שמחות" ווייל איר האלט שוין היבש העכער פון מיר. אבער זאלט איר אלע זיין געבענטשט.
אלעס וואס איך שרייב איז נאר צו פארדאנקען דעם עולם דא, איך קען דאך נישט רעדן צו די וואנט, אז דער עולם הערט אויס געבט דאס די געשמאק צו שרייבן.
ברסלבער, טו בי האנעסט פלעג איך אמאל אנקוקען ברסלב ווי עפעס א מאדנע מקום און פלעג רעדן מיט שפאס וועגן רבי נחמן, רבי נתן און רבי יואל. אדאנק אייך רייז איך שוין היינט קיין אומן.
אפטעמיסטברסלבער, טו בי האנעסט פלעג איך אמאל אנקוקען ברסלב ווי עפעס א מאדנע מקום און פלעג רעדן מיט שפאס וועגן רבי נחמן, רבי נתן און רבי יואל. אדאנק אייך רייז איך שוין היינט קיין אומן.
ביזט נישט דער איינציגסטער. איך פלעג אויך אנקוקן ברסלב זייער מאדנע ביז איך האב עס קענען געלערנט פון דער נאנט.
איך טראכט פון ווערן א ברסלבער, ס'איז די איינציגסטע חסידות וואס האט נישט א היינטיגן פאני רעבי, נאר א אמאליגען קדוש עליון.
רבותי
קיינער זאל נישט לייקענען
ווער האט די וואך שבת ביי מנחה אינמיטען ליינען נישט געטראכט פון קאווע שטיבעל
די אמת פליז!!!
אלע ציזאמען
ואת האלף
איך בין אנגעקומען שפעט צו מנחה, פארפאסט די ליינען.
***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה
מיט גרויס פרייד טוה איך פייערן מיין טויזנסטע תגובה!! יעס!
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף...
.📎 IMG-20140826-WA0032.jpg
אודאי אינמיטן די ארואמא סאמעטוכע!
עס איז נישט גיוועהן קיין צייט בשעת מעשה זיך אפצושטעלן א רגע מאכן א ברייטל דערפון
כוכב מוראדיג די האסט עס געמאכט אין נ"א טיי"ם
און טאקע לייק"ס האסטו שוין באלד טאפלט עס איז זיך דיר געקומען יעדע איינס
כה לחי!!!
א דאנק אייך אנאנים און לת.
אין פרידנס צייטן וואלט איך געפראוועט מיט א קעיק מיט לעכט, מיט א שיינע ספעציעלע ואת האלף ארטיקל, איך בין אבער געווען עמוס מיט די אראומע פראיעקט ולמען הצלחתה האב איך מיך נישט געקענט ערלויבן צו פייערן דעם מאמענט, ואתכם הסליחה. ישר כוח נאכאמאל.
כוכב כוכב כוכב כוכב כוכב !!!!!!!
ואת האלף!!!
לכבוד מיין טויזענטסטע תגובה האט איך אפגעשריבן א לאנגען תגובה. אוההההה...
ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"איו דאונט קנאו וואטס דיס מינס פאר מי!!!
לאוו יו קאווע שטיבל
ער רופט זיך שש
מאמריו כזיק של אש
ער רופט זיך משזר
רעיונות של אור
מיר רופן אים אבער חכימא
ווען ער דרשנט ביים בימה
מפליא "למעשה" לכל
א חכם פון שאינו יודע לשאול
מיט די "מסעות" די פאנטאזיע
פארשלעפט קיין אזיע
ווי דוד שפאצירט נאך אין די גאסן
מיט די נייגעריגע מאסן
ווי מ'שפירט די לופט פון צפת
ווי מ'יאגט נאך די אוטובאס
"אמשינוב" אזוי קאלירט דעם בילד
יעדע נקודה מיט געדולד
נאך אן א שיעור פנינים שזורים
מזל טוב ממוקיריך תדירים. אזא אלטע איד ווי דיר קען נאך בלאשן ?
דער משזר מיר אזוי באקושט
כ'האף אביסל חכמה אריינגעמישט
געלאזט א מעיקאפ פלעק פון בלאש
געוואלד! כ'האב אויף אים א קראש.
נע, ר' שש איז א פרומער ער לייגט נישט קיין מעיקאפ, עס איז שריים פון די שבת'דיגע חריין 😂 😂