***היום*** רבותי ''גייט'ס וואטען''!!!!!!!!! ***היום***
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4699
***היום*** רבותי ''גייט'ס וואטען''!!!!!!!!! ***היום***
מ'לעבט היינט אין א שווערע אקענאמישע צייט וואס אידן מיטשענען זיך צו לייגען עסען אויפען טיש.
געזעצליך קענען מיר באקומען וואטשערס פאר עלטערען וואס ארבייטען, וואס העלפט ארויס ארויס סיי די עלטערען אין סיי די ישיבה.
געזעצליך קענען מיר באקומען באסעס זונטאג,פארטאגס,ביינאכט נאך מתמידים. געזעצליך קענען מיר באקומען קאלעדז פראגרעם און TAP .
געזעצליך קענען מיר באקומען צענדליגע זאכען וואס זאל אינז ארויסהעלפען.
אבער איין זאך פעלט אויס אז מיר זאלען דאס טאקע באקומען, אז די פאלעטישען זאלען דאס אריינלייגען אין די בודזשעט.
די איינציגסטע וועג איז אז מיר גייען ארויס שטימען!!!!!!!!!!
אויב ביסטו א זלוני/פאפא/צעלים/וויען/שטום ווי זיי הייסען.
אויב ביסטו אן ארוני, שטום ווי זיי הייסען.
אויב ביסטו אן אויבער חכם, שטום פארקערט ווי דיין קהילה הייסט. אבער גיי ארויס שטימען!!!!!!!!!!!!!
.
איך הער שוין די תורות אזויפיל יאר! ביז דערווייל איז מיין עקאנאמישער מצב גארנישט בעסער געווארן, נאר שווערער.
אדרבה, גיי אריין צו דיין מוסדות, אפשר קענען זיי ארלעדיגען פאר דיר וואטשערס, אדער פאר דיין בחור קאלעדז פראגרעם און TAP
יעצט אראפגעלייגט די פאון מיט מיין מוסד. די איינציגסטע וואס זיי קענען מיר צושטעלן איז א וועד האישור אפליקאציע פאר א סמארטפאון.
נישט גיין וואטן עס האט אונז קיינמאל גארנישט געברענגט יעדעס מאל פאדרייט מען אונז דעים קאפ מיט א צווייטע פאדרייעניש אמאל מיט וואטשערס אמאל מיט מציצה בפה עס איז אלס א קאווער אפ די עסקנים ברויכן נאר אונזער וואטס צו גאנבענען נאך געלט און עפענען נאך א oda און ריזאנען נאך א לאט באט גלייבטס מיר אונז וועל מיר גארנישט מרוויח זיין
@WmsbgNews: Come &Meet the future Mayor of NYC at the Endorsement Rally tonight at Kent x Hooper 8:15, @BillDeBlasio will lay out his vision for Future!
באקומען דער מעסעדש
Major announcement tonight from DeBlasio in Williamsburg
יעצט געהערט די א"ג "גרויסע" מודעה פון דעבלאזיא, נעמליך ער גייט אפציעל פארשפרעכן צו אינגאנצן מבטל זיין די מציצה בפה געזעץ,
LOL
כ'מיין אז טאמפסאן האט אויך דאס פארשפראכן,
ווייסט איינער?
FROM THE ZALMAN'EITS
קול מלחמה במחנה.
דעם פארגאנגענעם ערב ראש השנה, ווען כלל ישראל האט זיך געגרייט צום הייליגן יום הדין, איז אריינגעקומען די נייעס אז א געוויסע מינאריטעט שפלינטער-גרופע דא אין וויליאמסבורג, האט באשלאסן זיך אפצורייסן פונעם כלל וכח הרבים פון יהדות החרדית איבער גאנץ ניו יארק סיטי, מיט׳ן אינדארסירן פאר מעיאר דעם קאנדידאט וואס שטייט יעצט די העכסטע אין די פאולס -- וואס זה דרכם כסל למו, זיך צו געבן א כאפ ארויף אויפ׳ן וואגן וואס זעט אויס די מערסטע זיגרייך, צו קענען דערנאך פייערן זיג און זינגען "דידן נצח."
דעריבער ווילן מיר געבן א קורצן קלארן אויפקלערונג פאר אנשי שלומינו אחים לדעה, צו פארשטיין די סיוטואציע און קריטישער חובת השעה אין דעם יעצטיגן מאמענט.
די אחריות׳דיגע, ערנסטע, ראשי העסקנים וראשי קהלה, וואס זענען שוין אין עסקנות העכער דרייסיג יאר באזירן נישט זייערע אינדארסירונגען אויף פאולס, און אונזער כח איז נישט מיטן פייערן זיג מיט א געווינער -- נאר בלויז מיטן אנהאלטן א מעכטיגן בלאק-וואוט וואס יעדער רעגירונגס באאמטער זאל רעספעקטירן און וועלן מיטארבעטן מיט דעם כח.
און אט דער אויסגעהאלטענער מהלך, האט זיך ארויסגעשטעלט אלס מורא׳דיג ווירקזאם און סוקסעספול אין די אלע צענדליגער יארן, בעת די אלע וואס זענען געלאפן אויסזיכן זיגער — וויקטארי-שאפערס ווי דער מיעוט המצוי ווערט גערופן אין די פרעסע — האבן גארנישט פארדינט "אפילו פון זייערע אייגענע קאנדידאטן."
און גענוי אזוי האט עס געארבעט יעצט ביי די מעיאר ענדארסמענטס. די אחריות'דיגע עסקנים וראשי קהלה האבן מיט קאפּ און מח, באזירט אויף פילע פאקטן, אינאיינעם מיט די ערנסטע עסקני הכלל פון "אלע שיכטן און קרייזן", האט מען געמאכט דעם אויסוואל צו אינדארסירן מר. טאמפּסאן, וואס האט שוין א יארן-לאנגע קאריערע פון העלפן דעם יהדות החרדית, ובפרט האט ער שארף זיך ארויסגעשטעלט קעגן גזירת ברית מילה, וואס דאס האט אים געמאכט אלס דער נאטירליכער אויסוואל, כדי צו שיקן דעם מעסעדזש אז דאס יהדות החרדית האט פארלאנגען, און ווער ס'קומט עס נאך, דער געווינט אונזער שטיצע.
יעצט, לאמיר א בליק טון וויאזוי איז צוגעגאנגען דער באשלוס ביי די כת המהרסים?
א ליצנות ממש!
דארט איז דאך נישטא קיין שיעבודים פאר קיינעם, ווייל זיי ארבעטן נישט מיט קיינעם, און בעטן נישט גארנישט פון קיינעם, אחוץ הילף פאר הירוס. ביי קיין שום גזירה ומערכה, ביי קיין שום עסקנות לטובת א איד בעת צרה, זענען זיי נישט צום געפינען, און דערפאר זענען די זאכן "בכלל נישט קיין אישו" ווען ס'קומט צו אינדארסירן א קאנדידאט. דארט איז בלויז דא איין מעסטל: ווער שטייט די העכסטע אין די פּאולס.
דאסמאל איז עס געווען אזוי קלאר און לעכערליך, אז אפילו די אייגענע ערנסטע מענטשן האבן זיך געשפּירט אפּגעפּאטשט און געשפּירט ווי דאס ליצנות שטינקט פון קאפּ.
ביז דער לעצטער רגע האט מען נישט אינדארסירט קיינעם, און געהאלטן דעם ציבור "געשפּאנט" אויף דעם גרויסארטיגן גילוי הקאנדידאטן… אין אייגענעם "בלאט", פינף טאג פאר די וואלן, האט מען נישט געקענט "אנטפּלעקן" די געווינער, ווייל די ענדגילטיגע אנקעטעס האבן נאך נישט געהאט אריינגעקומען. הערשט ממש ערב ראש השנה, בלויז איין שטונדע, נאכדעם וואס 'קוויניפּאק' האט ארויסגעגעבן זייער אנקעטע וואס האט געגעבן דעם צווייטן קאנדידאט אן אויבערהאנט לעת עתה, און… ויהי קולות וברקים… אויף אלע זייערע קאנאלן האט מען זיך גענומען באמבאדירן אז מ'האט ברוך ה' שוין געטראפן דעם פּאסיגן קאנדידאט צו אינדארסירן.
רבותי, דארפן מיר א בעסערע ראי' ווי די גאנצע זאך איז איין שטיק ליצנות פון קאפּ-ביז-פוס, אן קיין שום טראפּעלע ערנסטקייט?
איי דא שטייען עסקנים וואס בלוטיגן שוין העכער א יאר פאר א מערכה מיט מציצה בפה, און זיי בעטן זיך אז לתועלת המערכה פאדערט זיך אז דער גאנצער כלל זאל זיך שטעלן פאראייניגט אונטער איין קאנדידאט צו שיקן א מעסעדזש?; איי דא שטייט א יהדות החרדית פאראייניגט, אין שפּיץ פון גדולי ומנהיגי ישראל, צו שטיצן דעם קאנדידאט טאמפּסאן, און ווי טרויעט מען זיך צו ברעכן אזא קאאליציע און אריינשטעכן א מעסער אין דעם כלל ופרט?; איי דאס צעברעכט דאך און צעשמעטערט דאך דעם כח פון עסקנים וואס טוען מיט מסירת נפש פאר אידנ'ס וועגן, און "העלפן אן א שיעור פון זייערע אייגענע אידן בעת צר ומצוק"?!
די אלע רעכטפארטיגע טענות אבער ווערט בטל כאפס וכאין, ווען דער כח הדמיון מאלט אין זייערע פּיצינקע מוחות אויס אזעלכע הערליכע קאלירפולע בילדער ווי מ'האלזט זיך מיט א זיגרייכן קאנדידאט אין א פּראכטפולן זאל, אין די נאכט פון די שטימען, אזש ס'איז שוקל כנגד דעם גאנצן יהדות החרדית און דעם גאנצן אידישקייט ביינאזאם. אין זייערע טיפע דמיון-קאנאלן זעט מען שוין געל אויף ווייס א באמבאסטישן "מזל טוב וויליאמסבורג" קעפּל אין געלן בלאט, און די הערצער צעברייטערן זיך בלויז פון טראכטן ווי מ'וועט זיך דערמיט זעטיגן און פּאסמפאקעווען פאר א וואך צייט.
— נו, וואס איז דען שוין דער וואוילזיין פון אידן אין תפיסות, די הצלחה פון די מערכה קעגן גזירת הברית, די הצלחה פון אומצאליגע עסקנות-מיסיעס לטובת הכלל והפּרט, קעגן אזעלכע מעכטיגע נפש-רחבה'דיגע תאוות און טרוימען?….
יא, רבותי! מיר האבן גארנישט איבערגעטריבן. דאס איז ליידער דער מציאות, קלאר און דייטליך.
אלזא, זאל דער עולם פארשטיין קלאר און דייטליך: אונזער ציל איז איין זאך: האבן א ריזיגן בלאק-וואוט!! דאס איז דער איינציגסטער שפראך וואס באאמטע פארשטייען,אונזער ציל איז צו העלפן די קהלה ומוסדות; אונזערע עסקנים דארפן קענען שטיין אויפ׳ן פראנט למען שלימות ברית קדשינו, צו העלפן אידן אין תפיסות, צו ראטעווען אידן מיט לעגאלע פראבלעמען, צו העלפן די געגענט, צו העלפן דעם כלל ופרט יעדן איינציגסטן טאג פון יאר! און ס׳איז נישטא קיין שום פאליטישאן וואס וועט זאגן ניין פאר איינעם וואס שטעלט מיט זיך פאר צווישן זיבן און צען טויזנט שטימען!
דער קומענדיגער מעיאר, און דאס זעלבע אלע אנדערע אמטן, וועלן נישט העלפן די וואס האבן אינדארסירט, נאר די וואס האבן ארויסגעברענגט שטימען!!
אויב וועלן מיר ארויסברענגען יעדע איינציגסטע שטימע וואס מיר פארמאגן, וועלן אי״ה זיין אפן פאר אונז אלע טירן און טויערן, צו קענען אויפטון גדולות ונצורות למען הכלל והפרט, און טאמער חלילה נישט, וועלן מיר נישט אנערקענט ווערן אפילו אויס אונזער קאנדידאט וועט זיגן!!
דער צד שכנגד מאביליזירט זייערע מאקסימום קרעפטן אפּצושוואכן אונזער כח השתדלנות, און זיי זאגן קלאר אז זיי האבן יעצט פארשפּרעכונגען אויב ברענגען זיי ארויס א שטארקערן פּראצענט פון אונז ווי ביי די פאריגע עלעקשאנס, "וועלן זיי באקומען א גרינעם ליכט דורכצופירן פארשידענע היזקות קעגן אונזערע קהלה ומוסדות, אויף וואס זיי שטרעבן שוין לאנגע יארן." (היל"ת)
געדענקט!! ס׳איז אן היסטארישער אחריות אין די יעצטיגע שעה ארויסצוקומען שטימען, און שטארקן דעם פאראייניגטן ערליכן כח השתדלנות, און דעם עתיד פון קהלתינו ומוסדותינו הקדושים.
ווער ס'שטייט אין די זייט, דער גיט א האנט און א חיזוק, חלילה וחלילה, פאר די לצים-קליקע, וואס זוכט צו שעדיגן און חרוב מאכן אלעס מיט'ן כח הליצנות — מיר טארן דאס נישט דערלויבן!
כולנו דעם קומענדיגן דינסטאג, קיינער טאר נישט פעלן!!
דברים כדורבנות!
ס'נישט ממש אזוי, די ארונים זענען גוט געשולט און האבן גוטע קאנעקשענס ביי די פעדארעל און סטעיט, יעצט הייבן זיי אן אין די סיטי מאכען זיי זיך משוגע, אבער ביז אפאר יאר וועלן זיי לכאורה איבערנעמען די סיטי פאלעטישען'ס
זיי האבן שוין איבערגענומען
איצט אין HOOPER נאכן שבת(זונטאג) שובה דרשה
📎 BTrg8uQIMAAJaZp.jpg large.jpg
כזעה נישט די גרויסע מציאה מיט דעם צדיק נידערמאן,
וועבערמאן איז אין דשעיל פאר 103 יאר,
מציצה בפה איז א געזעץ,
גלאנץ וואס האט שוין יא עפעס אויפגעטאן אין זיך פיזיש אריינגעווארפן אין מאראסט פאר ארעסטאנטן האט מען אויך אפגעמל'עט,
נו וואו איז די גרויסע "קאפ אין מח" פון די גרויסע עסקנים?
זיין קאפ אין מח איז וויזוי צו מנצח זיין די אהרונים גארנישט מער, זאל ער גיין האקן א טשייניק א צווייטן, מ'קען איהם נישט געטרויען פינטל,
עסקנים / אנאימפלויד / וואנאביס , פראקטיצירן שוין מב"פ פער די לעצטע 20 יאהר מיטן ציבור ואין פוצה ..... און דא מאכט מען א בראטעל פון א גזירה קוים א יאהר אלט .
איך הער אז מ'גייט דארט אויך אינדארסן באראק אבאמא פאר פרעזידענט פון אמעריקע פאר די קומענדיגע 3 יאר. אויך גייט מען דארט אינדארסן שומער פאר סענעטאר פון ניו יארק פאר די איבערגעבליבענע יארן וואס ער האט ביז די קומענדיגע וואלן.
קומט'ס אין די מאסן!!!
וואס דעבלאזיא האט פריער געזאגט בין הדברים:
"מיר ברויכן דירות, אבער קיין איין קאמיוניטי ברויך עס נישט אזוי וויכטיג ווי די אידישע קאמיוניטי ווייל אייערע שוהלן זענען דא, אייערע ישיבות זענען דא, מיר ברויכן צו שטעלן דירות צו די משפחות וואס ברויכן צוקומען צו די סערוויסעס און די געגענט"
"אויב עס איז דא איין זאך וואס איך בין זיך מחולק מיט מעיאר בלומבערג איז דאס וויזוי מיר באהאנדלען קינדער, מעיאר בלומבערג פרובירט שוין פאר יארן צו אפהאקן טשיילד-קעיר וואוטשערס, ווי עס רופט זיך פרייאריטי 5 און 7 וואוטשערס, בפרט וואוטשערס פאר גרויסע משפחות, וואס האבן נישט קיין סאך געלט און ברויכן הילף, און דער מעיאר האט צוגענומען יעדער טשיילד-קעיר וואוטשער פאר גרויסע משפחות, פאר יארן האב איך מיך געשלאגן איבער דעם, אבער ליידער נאך יארן האט ער מצליח געווען, וויל איך איר זאלט וויסן, ווען איך בין אין סיטי-האלל קוק איך ארויס אויפן טאג וואס מיר שטעלן צוריק טשיילד-קעיר וואוטשער פאר גרויסע משפחות"
"איר וועט זעהן אז איר וועט מיר נישט דארפן מסביר זיין די אידישע געברויכן פאר מיר ווייל איך האב שוין די היסטארי די פריינדשאפט און קשר מיט די קאמיוניטי"
"איך ברויך אייער הילף! אבער איך וויל איר זאלט וואוטן פאר נאך א סיבה, פאר די כח פון אייער קאמיוניטי, ווייל עס איז זייער וויכטיג אז איר ווייזט ארויס אייער כח ביים שטום-בודקע"
"איך ברויך אייער הילף! ביטע! יעדער מעמבער פון אייער מעמבער פאמיליע, יעדן וועם איר קענט, זאגט איהם ווי שטארק אייער שטימע מאכט אויס!"
"איך בין דעמוטיגט און אייער שטימע, עס וועט זיין איינע פון די סיבות וואס איך וועל זיין מעיאר, און איך וועל קיינמאל פארגעסן די שטיצע איר האט מיר געגעבן!"
ער האט נישט דערמאנט וועגן מציצה בפה, אבער קען זיין אז שתיקה יפה להם.. עיין ערך עלילת 75
outspokenFROM THE ZALMAN'EITS
קול מלחמה במחנה.
דעם פארגאנגענעם ערב ראש השנה, ווען כלל ישראל האט זיך געגרייט צום הייליגן יום הדין, איז אריינגעקומען די נייעס אז א געוויסע מינאריטעט שפלינטער-גרופע דא אין וויליאמסבורג, האט באשלאסן זיך אפצורייסן פונעם כלל וכח הרבים פון יהדות החרדית איבער גאנץ ניו יארק סיטי, מיט׳ן אינדארסירן פאר מעיאר דעם קאנדידאט וואס שטייט יעצט די העכסטע אין די פאולס -- וואס זה דרכם כסל למו, זיך צו געבן א כאפ ארויף אויפ׳ן וואגן וואס זעט אויס די מערסטע זיגרייך, צו קענען דערנאך פייערן זיג און זינגען "דידן נצח."
דעריבער ווילן מיר געבן א קורצן קלארן אויפקלערונג פאר אנשי שלומינו אחים לדעה, צו פארשטיין די סיוטואציע און קריטישער חובת השעה אין דעם יעצטיגן מאמענט.
די אחריות׳דיגע, ערנסטע, ראשי העסקנים וראשי קהלה, וואס זענען שוין אין עסקנות העכער דרייסיג יאר באזירן נישט זייערע אינדארסירונגען אויף פאולס, און אונזער כח איז נישט מיטן פייערן זיג מיט א געווינער -- נאר בלויז מיטן אנהאלטן א מעכטיגן בלאק-וואוט וואס יעדער רעגירונגס באאמטער זאל רעספעקטירן און וועלן מיטארבעטן מיט דעם כח.
און אט דער אויסגעהאלטענער מהלך, האט זיך ארויסגעשטעלט אלס מורא׳דיג ווירקזאם און סוקסעספול אין די אלע צענדליגער יארן, בעת די אלע וואס זענען געלאפן אויסזיכן זיגער — וויקטארי-שאפערס ווי דער מיעוט המצוי ווערט גערופן אין די פרעסע — האבן גארנישט פארדינט "אפילו פון זייערע אייגענע קאנדידאטן."
און גענוי אזוי האט עס געארבעט יעצט ביי די מעיאר ענדארסמענטס. די אחריות'דיגע עסקנים וראשי קהלה האבן מיט קאפּ און מח, באזירט אויף פילע פאקטן, אינאיינעם מיט די ערנסטע עסקני הכלל פון "אלע שיכטן און קרייזן", האט מען געמאכט דעם אויסוואל צו אינדארסירן מר. טאמפּסאן, וואס האט שוין א יארן-לאנגע קאריערע פון העלפן דעם יהדות החרדית, ובפרט האט ער שארף זיך ארויסגעשטעלט קעגן גזירת ברית מילה, וואס דאס האט אים געמאכט אלס דער נאטירליכער אויסוואל, כדי צו שיקן דעם מעסעדזש אז דאס יהדות החרדית האט פארלאנגען, און ווער ס'קומט עס נאך, דער געווינט אונזער שטיצע.
יעצט, לאמיר א בליק טון וויאזוי איז צוגעגאנגען דער באשלוס ביי די כת המהרסים?
א ליצנות ממש!
דארט איז דאך נישטא קיין שיעבודים פאר קיינעם, ווייל זיי ארבעטן נישט מיט קיינעם, און בעטן נישט גארנישט פון קיינעם, אחוץ הילף פאר הירוס. ביי קיין שום גזירה ומערכה, ביי קיין שום עסקנות לטובת א איד בעת צרה, זענען זיי נישט צום געפינען, און דערפאר זענען די זאכן "בכלל נישט קיין אישו" ווען ס'קומט צו אינדארסירן א קאנדידאט. דארט איז בלויז דא איין מעסטל: ווער שטייט די העכסטע אין די פּאולס.
דאסמאל איז עס געווען אזוי קלאר און לעכערליך, אז אפילו די אייגענע ערנסטע מענטשן האבן זיך געשפּירט אפּגעפּאטשט און געשפּירט ווי דאס ליצנות שטינקט פון קאפּ.
ביז דער לעצטער רגע האט מען נישט אינדארסירט קיינעם, און געהאלטן דעם ציבור "געשפּאנט" אויף דעם גרויסארטיגן גילוי הקאנדידאטן… אין אייגענעם "בלאט", פינף טאג פאר די וואלן, האט מען נישט געקענט "אנטפּלעקן" די געווינער, ווייל די ענדגילטיגע אנקעטעס האבן נאך נישט געהאט אריינגעקומען. הערשט ממש ערב ראש השנה, בלויז איין שטונדע, נאכדעם וואס 'קוויניפּאק' האט ארויסגעגעבן זייער אנקעטע וואס האט געגעבן דעם צווייטן קאנדידאט אן אויבערהאנט לעת עתה, און… ויהי קולות וברקים… אויף אלע זייערע קאנאלן האט מען זיך גענומען באמבאדירן אז מ'האט ברוך ה' שוין געטראפן דעם פּאסיגן קאנדידאט צו אינדארסירן.
רבותי, דארפן מיר א בעסערע ראי' ווי די גאנצע זאך איז איין שטיק ליצנות פון קאפּ-ביז-פוס, אן קיין שום טראפּעלע ערנסטקייט?
איי דא שטייען עסקנים וואס בלוטיגן שוין העכער א יאר פאר א מערכה מיט מציצה בפה, און זיי בעטן זיך אז לתועלת המערכה פאדערט זיך אז דער גאנצער כלל זאל זיך שטעלן פאראייניגט אונטער איין קאנדידאט צו שיקן א מעסעדזש?; איי דא שטייט א יהדות החרדית פאראייניגט, אין שפּיץ פון גדולי ומנהיגי ישראל, צו שטיצן דעם קאנדידאט טאמפּסאן, און ווי טרויעט מען זיך צו ברעכן אזא קאאליציע און אריינשטעכן א מעסער אין דעם כלל ופרט?; איי דאס צעברעכט דאך און צעשמעטערט דאך דעם כח פון עסקנים וואס טוען מיט מסירת נפש פאר אידנ'ס וועגן, און "העלפן אן א שיעור פון זייערע אייגענע אידן בעת צר ומצוק"?!
די אלע רעכטפארטיגע טענות אבער ווערט בטל כאפס וכאין, ווען דער כח הדמיון מאלט אין זייערע פּיצינקע מוחות אויס אזעלכע הערליכע קאלירפולע בילדער ווי מ'האלזט זיך מיט א זיגרייכן קאנדידאט אין א פּראכטפולן זאל, אין די נאכט פון די שטימען, אזש ס'איז שוקל כנגד דעם גאנצן יהדות החרדית און דעם גאנצן אידישקייט ביינאזאם. אין זייערע טיפע דמיון-קאנאלן זעט מען שוין געל אויף ווייס א באמבאסטישן "מזל טוב וויליאמסבורג" קעפּל אין געלן בלאט, און די הערצער צעברייטערן זיך בלויז פון טראכטן ווי מ'וועט זיך דערמיט זעטיגן און פּאסמפאקעווען פאר א וואך צייט.
— נו, וואס איז דען שוין דער וואוילזיין פון אידן אין תפיסות, די הצלחה פון די מערכה קעגן גזירת הברית, די הצלחה פון אומצאליגע עסקנות-מיסיעס לטובת הכלל והפּרט, קעגן אזעלכע מעכטיגע נפש-רחבה'דיגע תאוות און טרוימען?….
יא, רבותי! מיר האבן גארנישט איבערגעטריבן. דאס איז ליידער דער מציאות, קלאר און דייטליך.
אלזא, זאל דער עולם פארשטיין קלאר און דייטליך: אונזער ציל איז איין זאך: האבן א ריזיגן בלאק-וואוט!! דאס איז דער איינציגסטער שפראך וואס באאמטע פארשטייען,אונזער ציל איז צו העלפן די קהלה ומוסדות; אונזערע עסקנים דארפן קענען שטיין אויפ׳ן פראנט למען שלימות ברית קדשינו, צו העלפן אידן אין תפיסות, צו ראטעווען אידן מיט לעגאלע פראבלעמען, צו העלפן די געגענט, צו העלפן דעם כלל ופרט יעדן איינציגסטן טאג פון יאר! און ס׳איז נישטא קיין שום פאליטישאן וואס וועט זאגן ניין פאר איינעם וואס שטעלט מיט זיך פאר צווישן זיבן און צען טויזנט שטימען!
דער קומענדיגער מעיאר, און דאס זעלבע אלע אנדערע אמטן, וועלן נישט העלפן די וואס האבן אינדארסירט, נאר די וואס האבן ארויסגעברענגט שטימען!!
אויב וועלן מיר ארויסברענגען יעדע איינציגסטע שטימע וואס מיר פארמאגן, וועלן אי״ה זיין אפן פאר אונז אלע טירן און טויערן, צו קענען אויפטון גדולות ונצורות למען הכלל והפרט, און טאמער חלילה נישט, וועלן מיר נישט אנערקענט ווערן אפילו אויס אונזער קאנדידאט וועט זיגן!!
דער צד שכנגד מאביליזירט זייערע מאקסימום קרעפטן אפּצושוואכן אונזער כח השתדלנות, און זיי זאגן קלאר אז זיי האבן יעצט פארשפּרעכונגען אויב ברענגען זיי ארויס א שטארקערן פּראצענט פון אונז ווי ביי די פאריגע עלעקשאנס, "וועלן זיי באקומען א גרינעם ליכט דורכצופירן פארשידענע היזקות קעגן אונזערע קהלה ומוסדות, אויף וואס זיי שטרעבן שוין לאנגע יארן." (היל"ת)
געדענקט!! ס׳איז אן היסטארישער אחריות אין די יעצטיגע שעה ארויסצוקומען שטימען, און שטארקן דעם פאראייניגטן ערליכן כח השתדלנות, און דעם עתיד פון קהלתינו ומוסדותינו הקדושים.
ווער ס'שטייט אין די זייט, דער גיט א האנט און א חיזוק, חלילה וחלילה, פאר די לצים-קליקע, וואס זוכט צו שעדיגן און חרוב מאכן אלעס מיט'ן כח הליצנות — מיר טארן דאס נישט דערלויבן!
כולנו דעם קומענדיגן דינסטאג, קיינער טאר נישט פעלן!!
גענוי די זעלבע ווערטער וויינען די ק"י ווילידזש אקעגן די חסידי מהרז"ל/בני יואל
ווען ujo זאל ווען אזויפיל דערליווערן פאר ווימ"ס וויפיל ק"י ווילידזש שטעלט צו פאר'ן שטעטל וואלט איך אן א ספק געוואויט פאר די ujo קאנדידאטען ועכשיו וואס מ'האט פון זיי גארנישט און דערצו לייגן חסידי מהר"א ארויף די שולד פון די היינטיגע מצב פון די פראדזשעקט'ס אויף זיי -איך ווייס נישט צו ס'איז אמת אבער ס'מאכט סענס- און דאס איז לכאורה די סיבה פון די שרעקליכע מצב פון די דירות פרייזן ע"כ וועל איך וואויטן פאר וועם ס'געפעלט מיר
און דערצו לייגן חסידי מהר"א ארויף די שולד פון די היינטיגע מצב פון די פראדזשעקט'ס אויף זיי -איך ווייס נישט צו ס'איז אמת אבער ס'מאכט סענס- און דאס איז לכאורה די סיבה פון די שרעקליכע מצב פון די דירות פרייזן ע"כ וועל איך וואויטן פאר וועם ס'געפעלט מיר
גאנצל
ס'איז געווען א דיעל אז מ'נעמט ארויס אידן פון די פראדזשעקט'ס, מגעט זיי סעקשען 8 און מ'טוישט אויך די ZONINGS , א גוטע זאך? פאר איינעם יא און פאר איינעם נישט. כ'קען א שכן וואס האט באקומען סעקשען 8 און דאנקט די טאג וואס ער איז ארויס פון דזשונגעל (לשונו) ווידער די וואס זענען געבליבען, אדער די וואס האבן נישט אזוי מצליח געווען און מ'ווארפט זיי פון איין דירה צום צווייטען ליידען.
פון די אנדערע זייט האט מען געטוישט די ZONINGS און מ'האט צו באקומען טויזענטערׁ (טייערע) דירות.
Bill De Blasio Denies Promising Satmar To Reverse Metzitzah B'peh
<a class="postlink" href="http://nycelects.com/2013/09/09/bill-de-blasio-denies-promising-satmar-to-reverse-metzitzah-bpeh/">http://nycelects.com/2013/09/09/bill-de ... tzah-bpeh/</a>
ב''ה, שוין אפגעגעבן די שטומ'ע.
בעטען מיר מיט א הייסע תפילה, יהי' רצון אז מיין שטימע זאל זיין א גוטע שליח פאר די עסקנים העוסקים לצרכי הציבור לש''ש (ושלא לש''ש), אז זיי זאלן דערמיט קענען העלפן אידישע קינדער.
והיננו אוסר באיסור חמור גדול (ונורא בעשי''ת) צו נעמען מיין שטימע וויי צו טון קיין שום איד (אפילו נישט פון מיין פארטיי) ס'דא ב''ה דין תורה און קלוגע בעה''ב ווי מ'קען גיין, אבער נוצט נישט מיין שטימע מחלל שם שמים זיין.
שוין אפגעגיבן מיין שטומע כ'בין געווען פון די עשרה ראשונים אין מיין טישל עטוואס נאך זייגער זעקס. ויה''ר שבשם השם נעשה ונצליח אפצושרייען די גזירות רעות פון די טייערע דירות פרייזן טייערע גארביטש טיקעטס על לא דבר סתם זיך אנגעטשעפעט. טייערע וואסער העכערונגען יערליך. ועוד ועוד און יא מציצה בפה וואס מען וויל פארמיידן. אוי טאטע העלף שוין דיינע קינדער ס'איז שוין באו מים עד נפש
קיעלע, מיט דיין נישט וואטען וועט מען דיר מארגען אויפנעמען אין א LAW FIRM ? יא די סאטמארע און אלע מוסדות נעמען גרענדס אז די מיט דייןB"H געהאלט זאל באצאלען שכ''ל א דריטעל וואס ס'קאסט באמת, דאס איז אויסער די אלע טובות פאר יחודים און פארן רבים. מיט דיין ביטערקייט פון נישט שטימען וועסטו זיכער ''גארנישט'' האבן. און אדרבה אז די האסט א פראבלעם מיט די סאטמאר'ע פירערס,נעמטס ענק צוזאם און מאכטס אן אייגענע BLOCK VOTE און וועסט האבן די גאנצע באנק ווי די 'העוסקים בצרכי ציבור באמונה זיצן...
outspokenקיעלע, מיט דיין נישט וואטען וועט מען דיר מארגען אויפנעמען אין א LAW FIRM ? יא די סאטמארע און אלע מוסדות נעמען גרענדס אז די מיט דייןB"H געהאלט זאל באצאלען שכ''ל א דריטעל וואס ס'קאסט באמת, דאס איז אויסער די אלע טובות פאר יחודים און פארן רבים. מיט דיין ביטערקייט פון נישט שטימען וועסטו זיכער ''גארנישט'' האבן. און אדרבה אז די האסט א פראבלעם מיט די סאטמאר'ע פירערס,נעמטס ענק צוזאם און מאכטס אן אייגענע BLOCK VOTE און וועסט האבן די גאנצע באנק ווי די 'העוסקים בצרכי ציבור באמונה זיצן...
איך ווייס נישט פונקטליך וואס די חושסט ארום מיט law firms אבער איין זאך איז קלאר אז נאך די אלע גרענדס וואס זיי באקומען וואלטן זיי נאך געדארפט ציריק באצאלן פאר די עלטערן און בכלל נישט בעטן קיין שכר לימוד ... און נאכדעים פון וואספארא טובות פונקטליך רעדסטו אפשר פון די צוקוועטשטע פאטעיטאס פאר פסח
אזוי ווי איך האב זייער ליב זיסע סאדע, וויל איך איין זאך וויסן, צי גייט איינער מבטל זיין די 16-אונסיגע סאדע גזירה? נאר פאר יענעם קען איך וואוטן.
שמעקעדיג LOL די קארט האט שוין ב''ה מבטל געווען די 16-אונסיגע סאדע גזירה.
אין א אנדערן אשכול האט
@הוגה געשריבן ווי פאלגענד:
הוגה@יואב, איך שעץ דיר שטארק ווייל היינט ווען דו גייסט אראפקוועטשן די שטיקל פאר קען טאמפסאן וועסטו עס טון מיט די פולע ידיעה פארוואס און פאר ווען. מיין תגובה האט זיך נישט באצויגן צו דיר נאר עס האט זיך באצויגן צו די פילע אנדערע וואס איך האב געהערט רעדן אין בעסמעדריש און אויך דא אין שטיבל די פארגאנגענע פאר וואכן, אז מ'מוז שליידערן דעם אנטיסעמיט היינס און איין מאל פאר אלעמאל ווייזן ווער איז בעל הבית דא. צו די מענטשן האב איך זיך באצויגן אז עס איז נישט אויסגעהאלטן לאגיש, און בעצם שטימט עס נישט תורה'דיג אויך.
ביי א יעדע עלעקשאן זעה איך ווי מענטשן וועלן אן קיין שום פארשטאנד. יא, מען דארף וועלן מיט פערזענליכע אינטערעסן אבער דאס הנהגה איז אויך אונזערע אינטערעסן נאך מער ווי די פאר גרייצער וואס יענער פארשפרעכט. בערך א יאר צוויי צוריק האבן מיינע חברים פון מאנסי געהיצט אז מען מוז אריין וועהלן די בעלזער ווידער אלץ ראקלענד קאונטי עקסעקיוטיוו ווייל ער פארשפרעכט וואוטשערס. ווען איך האב זיי געפרעגט וואס זענען ווידער'ס קוואלעפיקאציעס פאר אזא אמט האט קיינער געוויסט. ווי אויך האט קיינער געוויסט ווי קומט וואוטשערס צו א קאונטי עקסעקיוטיוו. אבער אין אלע שולן זענען געהאנגן פלאקאטן "ווידער וואוטשערס" און עולם גולם איז נאכגעגאנגען. ווען מענטשן מאכן די אישו צווישן טאמפסאן און היינס נאר די וועבערמאן פרשה איז עס גאר קינדעריש. (דו אבער האסט עס יא אנגעקוקט מיט די בליק איבער די דזשאב פון א דיסטריקט אטערני.)
די זעלבע איז ווען מענטשן נעמען אויף אן אומקוואליפיצירטע מאיאר און די איינציגסטע טאלקינג פוינטס זענען מציצה בפה און קאלעדזש גרענטס, ניטאמאל א ווארט וועגן באלאנסירן א בודזשעט, סעקיורעטי, און עקאנאמיע. און די זעלבע איז לגבי ערוועלן א פרעזידענט צוליבן זיין שווארץ אדער ווייס, און צוליבן פארשפרעכן אומזיסטע העלט אינשורענס.
איך וויל עס דא אביסל אויסשמועסן.
געווענליך ווען איינער באקומט א מתנה, טוט ער עס אפרישיעטן. ווען איך בין אין א שווערן מצב און א עושר קומט און גיט מיר אפאר אלפים, וואלט איך אים מכיר טובה געווען מיט אלדאס גוטס, עד שידי, יד כהה, מגעת.
אם כן, פארוואס איז דאס טאקע אזוי, אז ביי יעדע עלעקשאן דארף מען פאמפן און פאמפן צענדליגער בלעטער אין די צייטונגען, שיקן בראשורן און פאמפלעטן אין די פאסט, טעראריזירן די ווענט אין די בתי מדרשים, ארומקאלן פערזענליכע פאון קאלס צו יעדן אינדערהיים און אין ביזנעס מן הבוקר ועד הערב, און ארומשיקן דונערדיגע קארס צו באמבאדירן די גאסן און לעכערן יעדנס אויער?? עפעס מאכט נישט סענס דא! אויב איז יענער טאקע געווען "אזוי גוט" צו אונז במשך די לעצטע ווייסעך-וויפיל יאר, ווי אזוי פאסירט דאס אז מיר אלע "פארגעסן" דערפון און מען קען קוים דערמאנען דעם נאאיוון המון אז מיר זאלן אוועקשענקען די "בלויז 5 מינוט" (לייען: איבער א שעה אין די לאנגע רייעס)?? וואו איז אונזער מדה פון הכרת הטוב פארשוואונדן געווארן אלל-אף-עי-סאדען?
פארוואס דארפן אונז די עסקנים "אויפקלערן" ווער עס איז גוט פאר אונז? מיר שפירן דען נישט אליינס? איך ווייס אז ביי אונז גייט עס ליידער אזוי אז מען טאר נישט אליינס טראכטן נאר וואס יענער גיסט דיר אריין אין מח; אבער דא רעדט מען נישט פון קיין רוחניות אדער השקפות, מען רעדט דאך פון זאכן וואס מיר שפירן אינעם טאג-טעגליכן לעבן! פלוצים האבן מיר פארלוירן אונזערע גשמיות'דיגע חושים? מיר ווייסן גארנישט וועמען מיר דארפן מכיר טובה זיין און וועמען שטויסן לעזאזל? מעגן מיר האבן אויך אייגענע אגענדעס? מיין וויץ אויבן, אז איך גלייך גרויסע גלעזלעך סאדע, מעג נישט זיין ביי מיר חשוב'ער ווי, למשל, וואוטשערס? מוז איך גיין דוקא פאר מציצה בפה? איך מיין נישט דוקא די זאכן אין דעם סדר, כ'זאג נאר כדי לסבר את האוזן.
זאגט מיר, איר שפירט נישט אז עפעס מאכט נישט קיין סענס? איז עס בסדר אז מען דארף אונז אזוי שרעקליך ברעינוואשן יעדעס מאל?
די תירוץ איז זייער פשוט, מיר וואוינען שוין אין ברוקלין 70 יאר קע''ה מיר האבן זיך שוין צוגעוואוינט צו זיין באקוועם שפירט מען עס שוין נישט.
וויפיל כוחות האט מען אריינגעלייגט אז הצלה זאל קענען פארן פריי מיט פרייוועט קארס.
וויפיל כוחות האט מען אריינגעלייגט אז שומרים זאל קענען פארן פריי מיט פרייוועט קארס.
וויפיל כוחות האט מען אריינגעלייגט אז מ'זאל באקומען וואטשערס.
וויפיל כוחות האט מען אריינגעלייגט אז מ'זאל באקומען TAP
וויפיל כוחות האט מען אריינגעלייגט אז מ'זאל באקומען טראנספארטעשען אין אנדערע זמנים.
און נאך הונדרעט'ער זאכן, מ'האט זיך שוין צוגעוואוינט מיינט מען אז ס'איז א פאקט, ח''ו ווען מ'האט נישט קיין BLOCK VOTE כח וואלט אסאך זאכען נישט געווען.
באקומען אין אימעיל (ביטע נישט לאכן....)
טייערע ברידער אנשי שלומינו!
ס׳איז דינסטאג אינדערפרי, דער גורל׳דיגער וואל-טאג, און מיר ווילן דא רעדן צו יעדן איינעם מאנשי שלומינו אפאר אפענע דיבורים פון הארצן טיפן, ווייל דער מצב וואלט שוין געדארפט זיין בעסער נאך אזויפיל וויינען און בעטן!!!
רבותי, טייערע הארציגע ברידער, כולנו בני איש אחד אחים אנחנו, מיר אלע באלאנגען צו די זעלבע הייליגע קהלה און מיר אלע זענען זיך מיצר מיט צער ווען מיר גייען דורך שוועריגקייטן, און מיר אלע פרייען זיך ווען ס׳גייט ב״ה גוט בלי מכשול ופגע.
אצינד שטייען מיר אין א טאג, אין א מאמענט, ווען מיר שטרעקן אויס אונזער האנט פארצווייפעלט, און מיר בעטן זיך: הושיענו!! ברידער טייערע העלפט אונז און העלפט זיך אליין!!! מיר דארפן אייער הילף, ווייל ס׳איז א שעת חירום און א שעת צרה פאר אונזערע הייליגע קהלה ומוסדות.
אויב וועלן מיר אנציען צו דעם ציפער פון צען טויזענט שטימען וואס מיר האבן פארזיכערט וועלן מיר אי"ה האבן דעם נייעם בית המדרש נאך אויף קומענדיגן סוכות הבעל"ט!
רבותי, דא רעדט מען נישט פון קיין פאליטיק, קיינער האט נשט קיין שום זייטיגע אינטערעסן, נאר דא האנדעלט זיך פון יסוד היסודות! דא רעדט מען פון דעם סאמע פונדאמענט פונעם ערליכן כח העסקנות פאר כל דבר שבקדושה, פונעם ערליכן כח פון אונזערע מוסדות, פון אונזערע קינדער, פון אונזער עדה הקדושה וואס פרובירט זיך צו האלטן פעלזן פעסט בדרך רבינו הקדוש זי״ע.
די עסקנים וואס בלוטיגן פאר אידישקייט טאג און נאכט, די עסקנים וואס ארבעטן פאר קברי ישראל, פאר אסירי ישראל, פאר שלימות ברית קדשינו — בעטן זיך יעצט ביי אונז מיט בלוט און טרערן: לא תעמוד על דם רעיך, לאזט אונז נישט פאלן!
מיר דארפן האבן יעדע איינציגסטע שטימע פאר אונזערע קאנדידאטן!
ס׳איז קלאר ווי דער טאג אז אויב ברענגען מיר נישט היינט ארויס דעם גרעסטן בלאק-וואוט וואס נאר שייך, קענען מיר חלילה זיין אויסגעשטעלט צו זייער שווערע ביטערע קאנסעקווענצן חלילה וחס, וואס וועט אונז אלע וויי טון עד דכדוכה של נפש!!
ווער קען שטיין אין די זייט קאלטבלוטיג און גלייכגילטיג, הערן דעם געבעט פון די עסקנים, דעם געוויין פון די יושבי חושך וצלמות, דעם רוף פון די מסירת נפש׳דיגע עומדים בראש, און דורכלאזן חלילה דעם טאג אן אוועקגעבן די געציילטע מינוטן וואס מ׳בעט פארן עתיד הקהלה??
אחים לדעה, דער חובת השעה ברענט! לאמיר ארויסקומען פאראייניגט שטימען פאר אונזערע קאנדידאטן, איבערהויפט פאר "ביל טאמפסאן" און "סטיוו לעווין", און משפיע זיין אויף יעדן וועמען מיר קענען נאר, ובפרט אויף אייגענע משפחה, ארויסצוגיין וועלן טאמפסאן פאר מעיאר, לעווין פאר סיטי קאונסיל, און דערמיט פארשטארקן אונזער כח השתדלנות בדרך הטבע.
ס'מוז יעצט שוין קומען א קאנטער כח, צו ראטעווען אונזער קהלה ומוסדות! ווער ס'בלייבט אינדערהיים האט אן אחריות אז אונזערע קהלה ומוסדות וועלן ליידן ח"ו. ביטע למען ה' ולמען הרחמים גייט יעצט ארויס שטימען פאר לעווין און טאמפּסאן, און מאכט זיכער אז איר שטימט די ריכטיגע קאנדידאטן!!!
ובשם ה׳ נעשה ונצליח!
אחים לדעה
שרייבערבאקומען אין אימעיל (ביטע נישט לאכן....)
אויב וועלן מיר אנציען צו דעם ציפער פון צען טויזענט שטימען וואס מיר האבן פארזיכערט וועלן מיר אי"ה האבן דעם נייעם בית המדרש נאך אויף קומענדיגן סוכות הבעל"ט!
די סוכה אויף ראדני שטייט דאך שוין וואס וועט מען טון דערמיט? אבי די קעלבלעך האבען וואס צו טון
באקומען אין אימעיל (ביטע נישט לאכן....)
טייערע ברידער אנשי שלומינו!
ס׳איז דינסטאג אינדערפרי, דער גורל׳דיגער וואל-טאג, און מיר ווילן דא רעדן צו יעדן איינעם מאנשי שלומינו אפאר אפענע דיבורים פון הארצן טיפן, ווייל דער מצב וואלט שוין געדארפט זיין בעסער נאך אזויפיל וויינען און בעטן!!!
רבותי, טייערע הארציגע ברידער, כולנו בני איש אחד אחים אנחנו, מיר אלע באלאנגען צו די זעלבע הייליגע קהלה און מיר אלע זענען זיך מיצר מיט צער ווען מיר גייען דורך שוועריגקייטן, און מיר אלע פרייען זיך ווען ס׳גייט ב״ה גוט בלי מכשול ופגע.
אצינד שטייען מיר אין א טאג, אין א מאמענט, ווען מיר שטרעקן אויס אונזער האנט פארצווייפעלט, און מיר בעטן זיך: הושיענו!! ברידער טייערע העלפט אונז און העלפט זיך אליין!!! מיר דארפן אייער הילף, ווייל ס׳איז א שעת חירום און א שעת צרה פאר אונזערע הייליגע קהלה ומוסדות.
אויב וועלן מיר אנציען צו דעם ציפער פון צען טויזענט שטימען וואס מיר האבן פארזיכערט וועלן מיר אי"ה האבן דעם בראדוועי מצה בעקערי נאך אויף קומענדיגן יום הקדוש!
רבותי, דא רעדט מען נישט פון קיין פאליטיק, קיינער האט נשט קיין שום זייטיגע אינטערעסן, נאר דא האנדעלט זיך פון יסוד היסודות! דא רעדט מען פון דעם סאמע פונדאמענט פונעם ערליכן כח העסקנות פאר כל דבר שבקדושה, פונעם ערליכן כח פון אונזערע מוסדות, פון אונזערע קינדער, פון אונזער עדה הקדושה וואס פרובירט זיך צו האלטן פעלזן פעסט בדרך רבינו הקדוש זי״ע.
די עסקנים וואס בלוטיגן פאר אידישקייט טאג און נאכט, די עסקנים וואס ארבעטן פאר קברי ישראל, פאר אסירי ישראל, פאר שלימות ברית קדשינו — בעטן זיך יעצט ביי אונז מיט בלוט און טרערן: לא תעמוד על דם רעיך, לאזט אונז נישט פאלן!
מיר דארפן האבן יעדע איינציגסטע שטימע פאר אונזערע קאנדידאטן!
ס׳איז קלאר ווי דער טאג אז אויב ברענגען מיר נישט היינט ארויס דעם גרעסטן בלאק-וואוט וואס נאר שייך, קענען מיר חלילה זיין אויסגעשטעלט צו זייער שווערע ביטערע קאנסעקווענצן חלילה וחס, וואס וועט אונז אלע וויי טון עד דכדוכה של נפש!!
ווער קען שטיין אין די זייט קאלטבלוטיג און גלייכגילטיג, הערן דעם געבעט פון די עסקנים, דעם געוויין פון די יושבי חושך וצלמות, דעם רוף פון די מסירת נפש׳דיגע עומדים בראש, און דורכלאזן חלילה דעם טאג אן אוועקגעבן די געציילטע מינוטן וואס מ׳בעט פארן עתיד הקהלה??
טייערע ברודער, דער חובת השעה ברענט! לאמיר ארויסקומען פאראייניגט שטימען פאר אונזערע קאנדידאטן, איבערהויפט פאר "ביל די בלאזיא", און משפיע זיין אויף יעדן וועמען מיר קענען נאר, ובפרט אויף אייגענע משפחה, ארויסצוגיין וועלן די בלאזיא פאר מעיאר, און דערמיט פארשטארקן אונזער כח השתדלנות בדרך הטבע.
ס'מוז יעצט שוין קומען א קאנטער כח, צו ראטעווען אונזער קהלה ומוסדות! ווער ס'בלייבט אינדערהיים האט אן אחריות אז אונזערע קהלה ומוסדות וועלן ליידן ח"ו. ביטע למען ה' ולמען הרחמים גייט יעצט ארויס שטימען פאר די בלאזיא, און מאכט זיכער אז איר שטימט די ריכטיגע קאנדידאטן!!!
ובשם ה׳ נעשה ונצליח!
איחוד התלמידים
רבותי אהרונים גייטס שנעל ארויס שטימען זייט'ס נישט קיין צועק לשעבר, אויב וועלן די זלונים אנציען צו דעם ציפער פון צען טויזענט שטימען וואס די זלונים האבן פארזיכערט וועלן די זלונים האבן דעם נייעם בית המדרש נאך אויף קומענדיגן סוכות הבעל"ט! היל''ת!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
רבותי, דא רעדט מען נישט פון קיין פאליטיק, קיינער האט נישט קיין שום זייטיגע אינטערעסן
רבותי סאטמוירים גייטס שנעל ארויס שטימען זייט'ס נישט קיין צועק לשעבר, אויב וועלן די ארוינים אנציען צו דעם ציפער פון צען טויזענט שטימען וואס די סאטמוירים האבן פארזיכערט וועלן די ארוינים האבן דעם בראדוויע מצה בעקערי נאך אויף קומענדיגן יום הקדוש הבעל"ט! היל''ת!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
רבותי, דא רעדט מען נישט פון קיין פאליטיק, קיינער האט נישט קיין שום זייטיגע אינטערעסן
שטימט אהער, שטימט אהין, באקומט'ס בראדוויע מצה בעקערי, באקומט'ס דעם נייעם בית המדרש
אבער גייט'ס שוין פאר א גוט יאר שטימען.
איך און מיין ווייב שטימען שוין
קרעדיט: עפעס א בדחן
jewishHow do you get 15,000 Satmar Hasidim to vote in the New York City Democratic primary?
That’s the question facing Satmar political activists from both of the dueling factions within the ultra-Orthodox Brooklyn sect, each of which have promised thousands of votes to mayoral candidates on September 10.
The activists’ answer? Fliers, phone calls, and nudging, according to interviews with a handful of Satmar leaders. Some of that nudging comes from Satmar activists themselves. The rest comes from Satmar kids.
“We’re telling the kids to tell the parents that this is the candidate we endorse,” said Moshe Indig, a Satmar activist, describing Satmar outreach through private religious schools.
A few years ago, some activists say, kids were told by school staff that their parents needed to vote in order to get them a ticket to a local carnival with bouncy castles. This year Satmar activists are relying on more traditional methods, like sending fliers home with school kids.
“It’s not our first election,” said one Satmar activist involved in the get out the vote effort, which takes place in Brooklyn, where the sect is based.
The Satmar bloc vote is legendary in New York City politics for its discipline and its power. But ever since the Hasidic sect split in 2006 amidst a succession dispute, leaders of the resulting Satmar factions have jockeyed to demonstrate that their mini-bloc is the more important of the two.
This year, endorsements and political winds aligned for an epic clash between the factions over the crowded mayoral primary. The Zalis — followers of Satmar Grand Rabbi Zalman Teitelbaum — who dominate the Brooklyn neighborhood of Williamsburg, are backing former City Comptroller Bill Thompson. The Aronis — followers of Zalman Teitelbaum’s brother, Grand Rabbi Aaron Teitelbaum — who are weaker in Williamsburg but have schools and synagogues in Boro Park, are backing New York City Public Advocate Bill de Blasio.
While Aroni activists were willing to discuss get out the vote strategies with the Forward, Rabbi David Niederman, leader of the Zali political operation, did not respond to a request for comment.
Niederman, who in his day job doles out city-funded aid as head of the social service group United Jewish Organizations of Williamsburg, has reigned as the most powerful Satmar activist since the 2006 split. But in 2012, the victory of Aroni-backed Nydia Velazquez in a Democratic congressional primary gave the Aronis a major boost. Velazquez went on to win a congressional seat. And now, a handful of Aronis are hoping to challenge Niederman’s power again by showing him up in a citywide race.
Niederman’s Zalis and the Aronis each run efficient local political machines that claim to control thousands of votes.
Both of the machines benefit from a religious culture that values conformity and adhering to the will of the leadership. Both also benefit from the social insulation that persists even in the midst of metropolitan Brooklyn and makes the factional Yiddish-language newspapers key purveyors of news and opinion in the community.
Yet neither the Zalis nor the Aronis stop there with their get out the vote efforts.
The Aroni and Zali Satmar factions each have their own synagogues and religious school systems in Brooklyn, and a Satmar’s involvement in one or both is a good measure of his factional loyalty. Aroni activists build a list of eligible Aroni voters from synagogue membership rolls and lists of parents with children in the faction’s schools. They use that list to contact voters and urge them to support their candidates, targeting calls based on whether they have turned out to vote in the past.
The Aronis print palm cards with listings of their leadership’s endorsements that voters can take into the voting booths. The cards are distributed on street corners throughout Boro Park and Williamsburg.
The Aroni newspaper, Der Blatt, which endorsed de Blasio, has also been distributed throughout the neighborhood.
Both the Aroni and Zali factions indicate their political endorsements with variations on a logo that incorporates an image of palm tree, a reference to surname of the Satmar rebbes, Teitelbaum, which means palm tree in Yiddish.
According to Indig, children in Aroni schools are given fliers endorsing de Blasio to take home. “We’re telling the kids to tell the parents that this is the candidate we endorse,” Indig said. “Tell your mother, tell you father, to go out and vote for Bill de Blasio.”
Other Aroni activists said their faction hosted a carnival during a 2012 primary that was only open to children whose parents had voted. Indig denied the story, saying that it was a coincidence that the carnival took place on the day of the election.
Yet one Aroni activist said that the strategy was an old one. During former New York City mayor Rudy Giuliani’s 1997 reelection campaign, the activist recalled that his elementary school class won a contest collecting tickets given out to parents at the polls. As a reward, the class won a visit to JFK Airport in Queens where they saw a Concorde jet. “It was a very good trip,” the activist said.
On the morning of this election day, activists were set to flood Aroni synagogues after morning minyan, urging men to go to the polling stations. The Aroni strategy is to get men to the polls in the early morning so they will be clear for the women after kids are in school.
Both factions have members monitoring polling places, activists say.
Aroni activists expect that turnout will be boosted this year by the competition with the Zali sect. “Everybody wants our candidate to have a good showing,” the Aroni activist said. “That’s just politics.”
- See more at: <a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=184945#sthash.aEiFmbuw.dpuf">http://www.theyeshivaworld.com/article. ... Fmbuw.dpuf</a>
איך בין שוין אזוי צומישט און צושטומט פאר וועם צו שטימען. ווען וועט שוין די שטימע פונעם משוגענעם אויפן הויך הילכער ווערן שטום?
4 שעה צו גיין, אז די רעדט'ס זיך איין אז האסט גארנישט באקומען פון וואלען, גיי מאך א חסד פאר אנדערע.