☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » לעצט מינוטיגער אויסברוך צווישען אדמת און ארצה''ח

לעצט מינוטיגער אויסברוך צווישען אדמת און ארצה''ח

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4698

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 3:57 pm

· #148254
לעצט מינוטיגער אויסברוך צווישען אדמת און ארצה''ח
א גרויסער סקאנדאלישער און הלכה'דיגער סכסוך האט אויסגעבראכען אינערהאלב די אפיסעס פון אדמת קודש ווען ס'באקאנט געווארען אז דער ארץ החיים ארגון וויל אויך לייגען א יד אויף די שווערע מילאנען כופר נפש געלט וואס מ'קלייבט עריו''כ

די סכסוך איז געבויט דערויף וואס איינע פון די גדולי החופרים האבען קלארגעשטעלט מיט עטליכע יאר צוריק אז די געוואלדיגע פעולות פון אדמת ברויך אויך צולייגען א האנט צו די פעולות הצלת בתי עלמין וואס ווערט אנגעפירט (בימים ההם) דורכ'ן הייליגען ועד אגודת למניעת חילול זללה''ה ואס איז געווען בארימט מיט אירע פעולות חובקות זרועות עולמות

היצט ווען דער ועד האט שובק געווען חיים לכל חי און העטשוין ווארשיינלעך רוען אין לעכטיגען ג.. עד עולם איז נולד געווארען דער איסתפקתא צו מ'זאל מכח ירושה ממשיך זיין איבערצוגעבן די נדבות עם פאר'ן הייליגען ארץ החיים וואס איז ביתר שאת ויתר עז ממשיך מיט איר הייליגע ירושה פינעם ועד למניעת און גייט אהן מיט גרויס אייפער למען הצלת בתי עלמין בארה''ק אין דער פראיעקט אצינד אין בית שמש האט לייט אלע שאצונגען אפגעקאסט גאר גרויסע הוצאות מער ווי ביז היצט ווען מ'האט געדארפט מיט אלע כוחות אנגיין מיט'ן שמירת הבית החיים מיט זעלטענע פארפאנצערטע כוחות און שומרים וואס זאלען היטען אויף די הונדערטער מערות וואס זענען געשטאנען בסכנה אויסגעריסען צו ווערן דורך די אתרא חברה

מאנכע וואס זענען פארמישט אינעם סכסוך טוען קלארשטעלן אז דא העט ניש אריינקומען דער פארוויקעלטער נושא פין די תשובה פינעם הייליגען סאנזער רב איבער ירושה אויף חסידות ווייל די וואס געהערן אהן צו די קאמפעניס ארץ החיים למניעת און יוראפ געהערן ניש אהן לבית און לגזע חסידי

אבער מאנכע ערקלערן אז הכל בתר רישא גריר און היות דער ראש פינעם זאך איז דאך אדמת וואס געהער אהן לגזע חסידי העט לכ' שפילען א ראלע דער תשובה הידוע איבער ירושה אויף חסידית

ונזכה ונחי' צו זעהן וואס ס'העט זיך אויסלאזען פינעם געשעפט

אויף דערווייל איז א ירא שמים יוצא שתיהן מיטן געבן הן פאר די הייליגע אדמת ארג. און באזינדער פאר די רבני ארצה''ח והכל על מקומו יבא בשלום

שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 4:03 pm

· #148256
יא מ'זאל געבן פאר וועם מ'קען, אבי נישט פאר די פארלוירענע אתרא קדישא הידוע לשמצה!
ב"ה נאך אזאך פון זיי געבראכן.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 4:09 pm

· #148259
נאר,,פרייליך
א גרויסער סקאנדאלישער און הלכה'דיגער סכסוך האט אויסגעבראכען אינערהאלב די אפיסעס פון אדמת קודש

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 4:28 pm

· #148266
שעפטל
יא מ'זאל געבן פאר וועם מ'קען, אבי נישט פאר די פארלוירענע אתרא קדישא הידוע לשמצה!
ב"ה נאך אזאך פון זיי געבראכן.

שעפטל להוי ידוע זינט ס'געווארען דער אדמת קומט פאר אין פילע מער צענטערן איבער די וועלט געלט אקציעס פאר די שומרי הקברים און בסך הכל געט דאס נאר מער שטיצע פאר די עסקנים למען הצלת הקברים אדרבה עפנט אויף א באזינדערע קאסע פאר ארצה''ח מעגליך ס'העט צוקומען נאך אביסעל

שעפטל » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 4:33 pm

· #148268
דעס זעה איך פון די קללות...

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 4:38 pm

· #148272
שעפטל
דעס זעה איך פון די קללות...

אדרבה רופט אהן דעם יוראפעאישער אידנטום און זייט מברר זינט ווען דער עולם האט זיך אזויפיל אנגעשטרענגט צו געבן פאר די שומרי משמרת הקודש ווי אין די לעצטע עטליכע יאר

נאטרוליסט » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:13 pm

· #148319
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז זייער מעודד דאס שטיצן אדמת קודש.

ער זאגט עס ביי מערערע געלעגנהייטן, והדברים ידועים.

נאר,,פרייליך » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 6:20 pm

· #148324
נאטרוליסט
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז זייער מעודד דאס שטיצן אדמת קודש.

ער זאגט עס ביי מערערע געלעגנהייטן, והדברים ידועים.

כ'זע איר וייסט נאר איבער זיין שטיצע פאר אדמת

און דאס אז ער איז שטאק מחזק דעם קריג קעגן די מחטטים אין בי''ש דאס ווייסטע ניש

נאטרוליסט » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 9:55 pm

· #148419
נאר,,פרייליך
נאטרוליסט
כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז זייער מעודד דאס שטיצן אדמת קודש.

ער זאגט עס ביי מערערע געלעגנהייטן, והדברים ידועים.

כ'זע איר וייסט נאר איבער זיין שטיצע פאר אדמת

און דאס אז ער איז שטאק מחזק דעם קריג קעגן די מחטטים אין בי''ש דאס ווייסטע ניש

אמת. איך ווייס טאקע נישט דערפון, און קיינער ווייסט נישט דערפון. ווייל ער איז זייער בייז אויף ר' דוד שמידל און זיין כת מהרסים ומבזי תלמידי חכמים וגדול הפוסק דורינו.

כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט זייער שארף אויסגעדרוקט קעגן די בעלי מחלוקת, און מנשה פילאפף ווייסט דאס אויך!

זלמן זאפיר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:35 pm

· #149482
איז דא אן אפדעיט איבער די אויסברוך ?

נאר,,פרייליך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:50 pm

· #149491
ס'קומט אינעמעסן ניש אריין דייקא דא כ'האב נאר געהערט היינט עטליכע יודען קרעכצן איבער'ן מצב האב איך נאכגעשריבען בערך תוכן דבריהם
מקורו מ'המקוה בביהמ''ד קליוולאנד וומ''ס

די סך הכל וואס ערליכע יודען מתוך מחנה ק''ק סאטמאר אפגעזען צו וועלכע פון די אחי התמרים מ'געהערט נעמען און לערנען ארויס פון די פארלאפענע היציגע וואל פארמעסט איז ווי פאלגענד:

רעדט מען פין די אנשי פוליטיקא וכדומה דאן העט מען די העכסטע טענער און מיטלען אנווענדן צו מרעיש זיין דעם גאנצען ציבור זיך אנצוגארטלען למען ד' ולמען התורה צו באקעמפן די סיטרא אחרא אז זיי זאלען חלילה ניש האבען קיין שליט''א ווי יעדער וומ''ס תושב קען דערויף מעיד זיין און די אלטוועלטליכעראידנטום שומעי ה'ליניעס האבען דאס בייגעוואוינט אויף די אחים לדיעה און סאטמאר טעלעפוינען ווי מ'האט געהאקט און געבראקט אז מ'מוז קומען ראטעווען דעם עתיד הדורות וואס נאר אין דעם ווענד זיך ממש דעם עתיד היהדות
ומאידך גיסא אז מ'קוקט צו איבער'ן מצב בארה''ק ווי אינזערע ברידער האבען אויסצושטיין ביטערע צרות מרשעי עמינו ווי אבינו רועינו האט פאראויס געזאגט אז ס'העט ממש אוממעגליך זיין צו פארבלייבען אן ערליכער יוד אין אר''י
אז מ'קוקט זיך אום איבערדעם זעהט ניש אויס אז חוץ די ערליכע רבנים און אנשים כשרים מהקהלה גייט דאס קנאפ אהן פאר די פירערשאפט פינעם ווערטשאפט אינערהאלב די קהילה
און ס'נאך ניש אינטערגענימען געווארען א צענטל פינעם פארלאפענעם קאמפיין להרעיש ק''ק סאטמאר איבער די גזירות האיומות השורה כעת בארה''ק וואס וואלט בלי שום צל ספק ארויסגעהאלפען אינזער געפייניגטע ברידער בעת צרתם ווען זיי שטייען אויס אזעלכע גזירות מחרידות ד' ירחם

וואס ס'בלייבט איבער פאר אנ''ש תלמידי וחסידי סאטמאר איז בלויז זיך מתבונן צי זיין אינעם אם אין אני לי מי לי

האלסטו ביים צולייגען א האנט און טון עפעס צו די זאך למען אינזערע הייליגע געפלאגטע ברידערליך אין ארץ ישראל העט עפעס זיין אז ניש העט דאס בלייבען ליגען אין די הענט פון עטליכע צייטונג שרייבערליך און דער קול מלחמה פין די ערליכע כוחות אינערהאלב די ק''ק העט בלייבען דערשטיקט און באגראבען אינטערן געלן פאפיר
און העט חלילה פארגעסן ווערן דורך די חעברע מתוך הקהילה וואס א חוץ אינטערעסן שונים ומשונים אינטערסירט זיי קנאפ דעם עתיד היהדות החרדית ומורשת רבותינו הק'
ס'איז העכסט צייט די הייליגע קהילת סאטמאר זאל אויפהייבען אן אמת'ר קול מלחמה במחנה און אויפהייבען איר שטארקער כח קעגן די משנאי ומנאצי ד' אהנע חשבונות פון אייגענע כבוד און פארטיי אינטערעסן וכדומה. (כ'וויל נאכעמאל באטאנען אז דער מקוה שמיעס איז געווען פון נאפאלגער פון ביידע הייליגע ברידערלעך מ'סאטמאר)
נקודה למחשבה.

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:53 pm

· #149494

Lol

א שוויצער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:57 pm

· #149495
איך ווייס נישט פארוואס עס קומט דיר צו לאכען
עס איז נעבעך א ביטער געוויין צוצוקוקען ווי עבדים משלו בנו אפאר יונגלעך מיט גאר גאר אסאך יר''ש שטייען ביים רידער און פירערשאפט און יעדער מיז נעבעך זיי נאכטאנצען ווייל מען ברויך פראגראמען פון די שטאטישע טאטעס

עס איז נעבעך ווייטאגליך אז מיר געברויכען די אלע פראגראמען נו צוליב דעם ברויך מען אינז אזוי קאקא מאכען אלעס האט א גבול

I'm back » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:58 pm

· #149497
א שוויצער
איך ווייס נישט פארוואס עס קומט דיר צו לאכען
עס איז נעבעך א ביטער געוויין צוצוקוקען ווי עבדים משלו בנו אפאר יונגלעך מיט גאר גאר אסאך יר''ש שטייען ביים רידער און פירערשאפט און יעדער מיז נעבעך זיי נאכטאנצען ווייל מען ברויך פראגראמען פון די שטאטישע טאטעס

עס איז נעבעך ווייטאגליך אז מיר געברויכען די אלע פראגראמען נו צוליב דעם ברויך מען אינז אזוי קאקא מאכען אלעס האט א גבול

די ביסט נישט דא גענוג לאנג צו וויסן, אבער ווען איך וויין, שריי איך Lol Lol Lol!!!

זלמן זאפיר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 3:09 pm

· #149500
נער פרייליך, ס'איז נאך אלץ בעסער אין שענער בעסער צי רעדן פין די וואלן
ווי די רייבערייען פין גאב"ד אין ראב"ד ווער עס איז דארטן דער זקן ממרא צווישן די 2 קדושים

אין אז די ביסט מחולק מיט מיר שרעק איך מיך אויך נישט

נאר,,פרייליך » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 3:18 pm

· #149501
זלמן זאפיר
נער פרייליך, ס'איז נאך אלץ בעסער אין שענער בעסער צי רעדן פין די וואלן
ווי די רייבערייען פין גאב"ד אין ראב"ד ווער עס איז דארטן דער זקן ממרא צווישן די 2 קדושים

אין אז די ביסט מחולק מיט מיר שרעק איך מיך אויך נישט

איך ברויך נישט איר זאלט פון מיר זיך שרעקן

סך הכל שרעק זיך פון איין איינציגער באשעפער וואס איז מושל בכל הארץ און הארך אויס די ערליכע רבנים ומנהיגים

אגב אז איר דערמאנט זקן ממרא איז היינט צוגעקומען פרישע חותמים אויפען רוף מוקיע צו זיין די וואס ברענגען אריין ביים ציבור החרדי א רוח רעפארעם

ועוד איז ערשינען היינט א כרוז פון איינע פון די זקני רבני ליטא הרב קאלמאנאוויטש ווי ער איז מוקיע די ליטווישע שקצים'לך וואס זענען נותן יד לפושעים מיט'ן עקירת בית החיים קדום ד'גולובענציץ

און נאכאמאל ביטע זאפיר'ל היצט אין די הייליגע טעג בין כסה לעשור שרעקט אייך בשום אופן ניש פון מיר וכדומה
שרעק זיך בלויז פינעם הייליגען באשעפער וואס לאזט נישט צורירען צו קברי קדמונים און האמיר א זיס יאר און ביטע זע צו פארשריבען ווערן בספרן של צדיקים גמורים

זלמן זאפיר » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 3:37 pm

· #149507

איך האב מורא אנציריפן א גאון עצום אלץ זקן ממרא

אין ביי די וועי ס'קוקט מיר נישט אויס ווי די האסט צי מורא פינעם בורא כל עולמים
האסט סך הכל מורא אז שמידל באטשי וועט נישט האבן די מאנאפאל אויף די קברים

ווי האט יאנקל מילער געזאגט אז אמעריקע זאגט IN GOD WE TRUST
אין אתרא קדישא זאגט IN GOD WE USE
מען ריקט זיך אראפ די הוט ביזן שטערן אין ווישט זיך אריין די נאז אין די ארבעל אין מען שרייט ה' הוא האלקים
אבער ס'איז אלעס הויל בלויף אין ליצנות

זלמן זאפיר » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:56 pm

· #163956
אן אפדעיט איבער דעם אויסברוך ביטע ?